זונטאג אקטאבער 26, 2014 11:27 am#230558
גראדעמעכעלע האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:א הערליכע באשרייבונג איבער דעם העכסט אינטערעסאנטן נושא! שוין גארנישט אזא גראדעמעכעלע.
עס דארף דערמאנט ווערן אז רבינו אברהם אבן עזרא ציילט זיך אויך צווישן די וואס פארלייקענען בריאה יש מאין, ווי ער שרייבט גאנץ קלאר אין זיין פירוש עה"ת:ברא -
רובי המפרשים אמרו, שהבריאה להוציא יש מאין.
וכן: אם בריאה יברא ה'.
והנה שכחו ויברא אלוהים את התנינים ושלש בפסוק אחד, ויברא אלוהים את האדם. ובורא חשך שהוא הפך האור שהוא יש.
ויש דקדוק המלה ברא לשני טעמים, זה האחד.
והשני: לא ברה אתם לחם.
וזה השני ה"א תחת אלף, כי כמוהו להברות את דוד, כי הוא מהבנין הכבד הנוסף, ואם היה באל"ף היה כמו: להבריאכם מראשית כל מנחת ישראל, ומצאנו מהבנין הכבד ובראת לך שם. ואיננו כמו: ברו לכם איש, רק כמו: וברא אותהן, וטעמו לגזור ולשום גבול נגזר, והמשכיל יבין.
היינטיגע צייטן איז בריאה יש מאין ממש איינע פון די סאמע יסודות פון יהדות, אז כמעט קיינער ווייסט נישט וויפיל ראשונים האבן נישט געהאלטן פון בריאה יש מאין. אפילו אזא ברייטער מענטש ווי הגרי"ד סאלאווייטשיק האט אויך געקעמפט מיט ציין און נעגל צו דעפענדן בריאה יש מאין.
עס דארף דערמאנט ווערן אז דא זענען דוקא די מקובלים געווען די אויפגעקלערטע וואס האבן געזאגט אז די בריאה איז נישט באשאפן געווארן יש מאין נאר איז עצם עצמותו ברוך הוא.
ישר כח
לגבי די אבן עזרא האב איך אין פלאן צי שרייבן, איך האב א מהלך בכוונתו אויב וויל מען עם יא שטעלן אויפן זייט פין די וואס גלייבן יא אין בריאה יש מאין, איך האלט אינמיטן בודק זיין מקורות אין די אנדערע ספרים פונעם אב''ע צי זעען צי מען קען טרעפן א גילו וואס ער האלט, גראדע דער אברבנאל באשילדיגט עם שוין מיט דעם אז ער גלייבט נישט אינגאנצן אין בריאה יש מאיןריכטיג האט געשריבן:יאיר, דער אבן עזרא איז נישט מוכרח, ער זאגט בלויז אז ס'ליגט נישט אינעם ווארט ברא.
דאס איז נישט קיין טענה ווייל עס איז נישט מסתבר אז די אב''ע וואלט זיך אזוי אפגעגעבן אפציפרעגן אויב האלט ער אויך אז די כוונה פין די פסוק איז יש מאין
דאס איז נישט קיין פירכא, דער אב"ע באנעמט זיך אסאך מיט עניני דקדוק וביאור המלות.
אויב זוכסטו מקורות בשיטת הראב"ע איז כדאי (אדער נישט??? ) נאכצוקוקן אין מורה נבוכי הזמן שער י"ז, כ'מיין ער זאגט דאס זעלבע ווי לעיקוואד.
איך האב געזעהן צוצייכענען אז אין זיין ספר שער השמים פרק א' זאגט ער בפירוש יש מאין ולא הספקתי עדיין לעיין בפנים.