Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » צעדרייט! (פאעזיע)

צעדרייט! (פאעזיע)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7438
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 10:25 am#230351
צעדרייט! (פאעזיע)
קאקאריקא א גערויש
טויט און לעבן א טויש
דרייען ארום און ארום
אלע זייטן אומעטום
דרכי אמורי א סברא
דאס בין איך די כפרה

אויפ'ן שטעקן דין
א דריי א ספין
גערודער און קלאפעס
המן כאפט מכות
א גראם פאר להתמגר
דאס בין איך דער גראגער

דער יווני קומט
פליעט שפרינגט
באנק און געלט
נון שטעלט
א שטעקן א ביידל
דאס בין איך דער דריידל

א פלאטער א גלעטל
א שאקל א בלעטל
צו זעקס זייטן קומען
א זמר ברומען
דין און מאגער
דער לולב דער תמר

דרייען דרייען
די עבירות פארצייען
געגאנגען, קינד און קייט
אינגאנצן צעדרייט!
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 10:53 am#230358
א קולארעטור,
מעכטיג און קלאר,
ארויף און אראפ,
זאגט זיין שטיקל אפ,
דרייט מיט'ן קול,
אשר לא עלה עליה עול,
טוט זיך שטענדיג באווייזן,
דאס איז דאך דער חזן.
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 10:58 am#230359
לייג מיך אויס א מאה,
פון ווי צו באצאלן האב איך בדעה,
אדער פון די אקאוינט פון מיין ווייב גיטי,
אדער פון מיין צווייטע סאשעל סעקיוריטי,
דריי פון מעכיל,
צו באצאלן רעכיל,
פארשטייט מען מיט דעם די משנה'ס רייד,
על שלשה דברים העולם עומד,
דאס איז דאך אומנות אבותינו בידינו,
דרייען מיט'ן געלט לא עלינו.
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 12:21 pm#230376
כוכב איז געגאנגען Supernova
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 12:27 pm#230378
פישלע די מעכיל רעכיל גראם ווי האסטו געשאפט? ריין קונסט.
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 12:38 pm#230381
"מאה" "דעה" איז אויך נישט אוועקצומאכן.
מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 8:18 pm#230459
לאליפאפ האט געשריבן:פישלע די מעכיל רעכיל גראם ווי האסטו געשאפט? ריין קונסט.

ישן נושן ,והמשכו פון פערל צו בערל.
מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 9:05 pm#230474
איך אויך האט געשריבן:
לאליפאפ האט געשריבן:פישלע די מעכיל רעכיל גראם ווי האסטו געשאפט? ריין קונסט.

ישן נושן

טאקע?
מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 9:27 pm#230485
ניין.
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 10:57 pm#233957
ווי תכריכים ווייסע
די אויגן נאסע
מיט הבדלה פלאמען
רינגס אין ראמען
פארהייראט אין א וויילע
דאס בין איך די כלה!
דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 1:04 pm#424068
m https://youtu.be/aoEnkdgHEgE m

ברוך שכוונתי...