לעיקוואד האט געשריבן:די לעכערליכקייט פון פילוסופיה
(הניק נישט, באתר אייוועלט)
דאס קעפל האט מיר אויך פארשאפט הארצוויי ווען דער מאן דאמר בארירט נישט קיין ווארט איבער פיליאזאפיע און געוויס נישט איבער איר לעכערליכקייט, די אלע פוילע תירוצים דארט ווייזט נאר אויף דעם איגנאראנץ פון דעם אייוועלט קליענטעל.
אבער לו יצוייר אז ער וויל זיך באציען צו די לעכערליקייט פון פיזיקס צוליב די גרייזן פון די פריערדיגע חכמים, איז אויך אן אומריכטיגע פערספעקטיוו, אדרבה דאס ווייזט אויף די אויפריכטיגקייט פון דער וועלט פון סייענס אז אלע גרייזן ווערן באזייטיגט מיט דער צייט. אויך לגבי תורה להבדיל זאגן אונזערע חכמים, אז אין אדם עומד בה אלא אם כן נכשל בה, דאס איז אן עלעמאנטארע פונדאמענט פון לערנען יעדע חכמה אבער צייגט ווייט נישט אויף סיי וועלכע לעכערליכקייט נאר פונקט קאפויער, און ווי דער חזון איש שרייבט "אני מלא טעיות, פעם בגמ' פעם בסברא", און ווי ער פירט אויס איז דאס אים בכלל נישט קיין בושה ווייל עס איז נישטא קיין מענטש וואס ווערט ניצול פון טעותים.