Under maintenance
הויפט זייט » היסטארישער שלום אין סטוטשין!

היסטארישער שלום אין סטוטשין!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7457
דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:50 am#230890
היסטארישער שלום אין סטוטשין!
אין א שטוינענדע אנטוויקלונג איז נעכטן געשלאסן געווארן א שלום אפמאך צווישן די צוויי סטוטשינער הויפן: ק''ק תולדות יהודה בראשות הרב הצדיק רבי מאטל זילבער, און ק''ק מנחת יהודה בראשות הרב הצדיק רבי אליעזר יודקאווסקי.

ווי באקאנט הערשט א קאלטער קריג פאר לאנגע יארן צווישן די צוויי מחנות --הויפטזעכליך צוליב וואס תולדות יהודה באנוצט זיך מיט'ן נאמען סטוטשין - - וועלכע איז נעכטן געקומען צו אן ענדע מיט דעם אפמאך, אז ק''ק תולדות יהודה וועט זיך רופן תלמידי סטוטשין און נישט חסידי סטוטשין.
אריגינעל איז געווען דער פארלאנג אז רבי מאטל זאל גענצליך אפלאזן דעם נאמען סטוטשין, אויף וואס ארויף רבי מאטל האט געגעבן זיין אנטווארט, אז עס נישט בידו, ער איז נישט בעל בית און קען עס נישט פארלאנגען פון זיין עלטערן עולם וואס זענען אויף אן אמת אריגינעלע סטוטשינער חסידים.

א געהויבענער און אייגנארטיגער מעמד לחיים איז פארגעקומען אין שטוב פון הרב שרגא האראוויץ, ראש ישיבת בית מאיר, ווי די צוויי אדמורי''ם האבן זיך ווארעם באגריסט און געוואונטשען איינער דער אנדערע. רבי מאטל האט אפילו געוואוסט צו פארציילן אן אנעקדאט פון פריערדיגן רב ווי ער זאל לאזן פאלן ווערטער אז זיין רצון איז אז די המשכה זאל בלייבן ביי יוצאי חלציו.

די מסיבה האט זיך געענדיגט ווען הרב יודקאווסקי האט געאפפערט א רייד אהיים מיט זיין קאר פאר רבי מאטל...

כלל ישראל פרייעט זיך מיט דער שמחה פון די צוויי קהלות הקודש, ווען תלמידי חכמים מרבין שלום בעולם האט באקומען דעם פשוטן זין פון ווארט, און עס איז אלעמענס טיפער האפענונג אז מהם ילמדו וכן יעשו אין אלע צעשפליטערטע קהלות קדושות בישראל, והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו.
דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:57 am#230891
וואס איז טאקע געווען די קאלטע קריג דארט, טאקע נאר דער נאמען?
ווער איז נענטער צום אלטען רבין
דינסטאג אקטאבער 28, 2014 2:03 am#230892
הדא הוא דכתיב עושה שלום בסטוטשין הוא יעשה שלום בבאבוב ובסאטמער ועל כל ישראל. זאלן זיך אלע לערנען א קל וחומר מה דאך אויב א מחלוקה וואס משלאגט זיך נישט נישט אויף קיין בנין נישט אויף קיין געלט נישט אויף קיין חפצים נישט אויף קיין חסידים נאר אויף א דיוק אין לשון הלעדערהעד פון א גרופע וואס האט נישט קיין פופציג משפחות קען אנגיין בכל תוקף צוואנציג יאר ביז די עלטערע מענטשען וועלן כאפן אז עס איז נישט קיין חיוב דאורייתא צו זיין קינדעריש, און מ'מעג זיך מפשר זיין, אידאך קל וחומר א מחלוקת ווי עס זענען דא בנינים מיט געלט מיט חפצים מיט חסידים.. אופס ס'שטימט נישט די קל וחומר. שוין, עושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו.
דינסטאג אקטאבער 28, 2014 2:05 am#230893
מאראנצןזאפט האט געשריבן:די מסיבה האט זיך געענדיגט ווען הרב יודקאווסקי האט געאפפערט א רייד אהיים מיט זיין קאר פאר רבי מאטל...

:)
דינסטאג אקטאבער 28, 2014 2:11 am#230894
אז מ'רעדט פון די צוויי צדיקים לבית סטוטשין איז מיר אינטערעסאנט פון עס נעמט זיך אז זיי האבן צוויי באזונדערע מנהגים לגבי מצות סוכה. ביי ר' מאטל בלאקירט מען די גאס מיט די סוכה, אבער מ'צענעמט עס תיכף נאך יו"ט. ביים פופציגער איז מען זיך אבער נוהג צו לאזן די סוכה שטיין א גאנץ יאר.
דינסטאג אקטאבער 28, 2014 2:16 am#230895
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אז מ'רעדט פון די צוויי צדיקים לבית סטוטשין איז מיר אינטערעסאנט פון עס נעמט זיך אז זיי האבן צוויי באזונדערע מנהגים לגבי מצות סוכה. ביי ר' מאטל בלאקירט מען די גאס מיט די סוכה, אבער מ'צענעמט עס תיכף נאך יו"ט. ביים פופציגער איז מען זיך אבער נוהג צו לאזן די סוכה שטיין א גאנץ יאר.

לכאורה איז דאס תלוי אין דער מחלוקת זייערע בדרכי העבודה בנוגע צו המשכת דרך ראפשיץ בזמננו. עס איז ידוע אז דער ראפשיצער רב האט געזאגט זיין נשמה איז מושרש אין מצוות סוכה און האט אגאנץ יאר עוסק געווען אין דעם. ממילא ביי אבדק"ק מנחת יהודה וואס פירט זיך ממשיך זיין דרך ראפשיץ כמות שהוא פירט מען זיך האלטן די סוכה אגאנץ יאר. ר' מאטיל אבער האלט אז דער ריכטיגער המשכה פון דרך ראפשיץ איז דאס מתבל זיין מיט ליטווישע תורות בבחינת שילוב פחד יצחק ותורה ודעת בבית יהוד"ה, ממילא טאקע די סוכה מאכט מען מיט די גאנצע קנאק, אבער מען רעכנט זיך אויך מיט די פשטות אז אגאנצע יאר דארף נישט זיין א סוכה אין די גאס.
דינסטאג אקטאבער 28, 2014 8:14 am#230905
מענין לענין שלא באותו ענין,
א רבי איז אוועק און איבערגעלאזט צוויי זין. איינער האט זיך אויפגעהויבן, אלעס איבערגעלאזט פאר'ן ברודער און געגאנגען וואינען אין אן אנדערע שטאט. ביים יארצייט איז ער געקומען צו פארן און זיך באטייליגט ביים ברידער'ס טיש אבער צו זיין ערשטוינונג האט די רבי זיך אוועקגעדרייט פון אים און נישט פארטוישט א ווארט. נאכ'ן טיש גייט ער צו צום רבין און פרעגן: כ'האב דיר דאך אלעס אוועקגעגעבן, פארוואס קען מען נישט לעבן בשלום? ענטפערט די רבי: גערעכט, אבער מ'זעמיר דאך ברודער...
דינסטאג אקטאבער 28, 2014 9:22 am#230908
ווי אזוי ריפט זיך ר' מאטל סטיטשין? אויף זיין ביהמ"ד שטייט גארנישט. וואס שטייט אויף זיין לדערהעד?
דינסטאג אקטאבער 28, 2014 9:42 am#230914
לעיקוואד האט געשריבן:הדא הוא דכתיב עושה שלום בסטוטשין הוא יעשה שלום בבאבוב ובסאטמער ועל כל ישראל. זאלן זיך אלע לערנען א קל וחומר מה דאך אויב א מחלוקה וואס משלאגט זיך נישט נישט אויף קיין בנין נישט אויף קיין געלט נישט אויף קיין חפצים נישט אויף קיין חסידים נאר אויף א דיוק אין לשון הלעדערהעד פון א גרופע וואס האט נישט קיין פופציג משפחות קען אנגיין בכל תוקף צוואנציג יאר ביז די עלטערע מענטשען וועלן כאפן אז עס איז נישט קיין חיוב דאורייתא צו זיין קינדעריש, און מ'מעג זיך מפשר זיין, אידאך קל וחומר א מחלוקת ווי עס זענען דא בנינים מיט געלט מיט חפצים מיט חסידים.. אופס ס'שטימט נישט די קל וחומר. שוין, עושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו.

ס'שטימט שוין איין מאל דיין קל וחומר!
מה דאך ווען די מחלוקה באשטייט איבער א נוסח אויף א צעטל, וואס לו יהא מ'וואלט נישט שלום געמאכט, וואלט די מחלוקה קיינעם נישט געשאדט, נישט בגוף און נישט בממון, אזויווי ס'וועלן עדות זאגן די לעצטע צוואנציג יאר, און דעסטענוועגען דאך האט מען שלום געמאכט. אוודאי און אוודאי ווען די מחלוקת איז נוגע יענעם'ס געלט, און יעדע רגע איז א שאלה פון גניבה, גזילה און חילול השם, איז אוודאי וויכטיג צו מאכן שלום!
לאמיר האפן אז דאס וועט זיין א מוסר השכל פאר קהל אמונת ישראל ד'וואלפסאון און קהל נצח ישראל ד'סקולען, צו ברענגן זייער לאנג-יעריגע קאפף (איבער דעם נאמען "ישראל") צו אן ענדע.
דינסטאג אקטאבער 28, 2014 10:06 am#230932
דאס איז נישט שלום. דאס איז מכניע געוועהן איין צד. ווען יאפאן האט זיך אונטערגעגעבן נאך הארישאמע און נאגאסאקי, איז עס געוועהן א מעמד שלום? ניין. עס איז געוועהן א מעמד הבעת הכנעה וקבלת נזיפה. דא, ווען ר' יודל איז געקומען (מיט זיין אייגן קאר) צו ר' מאטל אויף א לחיים, נאר נאכדעם וואס ר' מאטל האט באוויליגט צו טוישן דער נאמען פון חסידי צו תלמידי (זעהט אויס אז ביי זיי איז דער דעפינירנדע ווארט מער וויכטיג ווי דער שם העצם), איז עס א מעמד הכנעה ווי ר' מאטל איז געקומען מאשר זיין אונטערטעניגקייט און פארלוסט. כאטש אפשר איז איז ער א צדיק פאר מוותר זיין, אבער דאך, א מעמד שלום איז עס נישט. שלום וואלט געוועהן ווען ביידע הייסן ווייטער חסידי סטוטשין און פונדעסטוועגן דאך לעבן זיי בשלום.
דינסטאג אקטאבער 28, 2014 10:26 am#230939
פישל'ע העררינג האט געשריבן:

אבי געקאטשקעט.

רעדסט שוין באלט ווי ר' אהרן, וואס דארף מען זיך קריגען, זאל זיין ווי איך וויל און שוין.
דינסטאג אקטאבער 28, 2014 11:53 am#231001
קאווע טרינקער האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:הדא הוא דכתיב עושה שלום בסטוטשין הוא יעשה שלום בבאבוב ובסאטמער ועל כל ישראל. זאלן זיך אלע לערנען א קל וחומר מה דאך אויב א מחלוקה וואס משלאגט זיך נישט נישט אויף קיין בנין נישט אויף קיין געלט נישט אויף קיין חפצים נישט אויף קיין חסידים נאר אויף א דיוק אין לשון הלעדערהעד פון א גרופע וואס האט נישט קיין פופציג משפחות קען אנגיין בכל תוקף צוואנציג יאר ביז די עלטערע מענטשען וועלן כאפן אז עס איז נישט קיין חיוב דאורייתא צו זיין קינדעריש, און מ'מעג זיך מפשר זיין, אידאך קל וחומר א מחלוקת ווי עס זענען דא בנינים מיט געלט מיט חפצים מיט חסידים.. אופס ס'שטימט נישט די קל וחומר. שוין, עושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו.

ס'שטימט שוין איין מאל דיין קל וחומר!
מה דאך ווען די מחלוקה באשטייט איבער א נוסח אויף א צעטל, וואס לו יהא מ'וואלט נישט שלום געמאכט, וואלט די מחלוקה קיינעם נישט געשאדט, נישט בגוף און נישט בממון, אזויווי ס'וועלן עדות זאגן די לעצטע צוואנציג יאר, און דעסטענוועגען דאך האט מען שלום געמאכט. אוודאי און אוודאי ווען די מחלוקת איז נוגע יענעם'ס געלט, און יעדע רגע איז א שאלה פון גניבה, גזילה און חילול השם, איז אוודאי וויכטיג צו מאכן שלום!
לאמיר האפן אז דאס וועט זיין א מוסר השכל פאר קהל אמונת ישראל ד'וואלפסאון און קהל נצח ישראל ד'סקולען, צו ברענגן זייער לאנג-יעריגע קאפף (איבער דעם נאמען "ישראל") צו אן ענדע.

דאס איז אלץ נאך דיין הנחה אז א נאמען איז גארנישט, און איז נישט שייך צו האבען קיין בעלות אויף דעם. לענ"ד ביסטו נישט גערעכט.
דינסטאג אקטאבער 28, 2014 12:46 pm#231008
מאראנצןזאפט האט געשריבן:אריגינעל איז געווען דער פארלאנג אז רבי מאטל זאל גענצליך אפלאזן דעם נאמען סטוטשין, אויף וואס ארויף רבי מאטל האט געגעבן זיין אנטווארט, אז עס נישט בידו, ער איז נישט בעל בית און קען עס נישט פארלאנגען פון זיין עלטערן עולם וואס זענען אויף אן אמת אריגינעלע סטוטשינער חסידים.

הייסט מדרגות אין עבודת השם קען ער יא מאנען פון זיינע חסידים אבער אזא נערישקייט ווי טוישן א נאמען איז טאא מאטש. איך פארשטיי אז ער קען נישט צווינגן אבער ער מעג מגלה זיין דעתו ברבים אז ער וויל זיך נישט רופן סטוטשין און ס'איז אום נישט ניחא.

א שאד אז ס'נישט געדרוקט אין זוהר אדער אין תניא אז ס'איז אן ענין מוותר צו זיין אויף א נאמען
דינסטאג אקטאבער 28, 2014 11:57 pm#231289
דריידל האט געשריבן:

טאקע געלייקט, אבער ס'איז נישט גענוג... אלזא

:like :like :like
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 2:25 am#231299
דאכציך די טענה פון ר' מאטיל איז נישט מדויק אז ער האט נישט קיין שליטה איבער זיינע חסידים חסידי סטיטשין, הגם עס איז גאנץ פשוט און פראסט אמת, פאר ווער עס קען די דינאמיקס פון דער קבוצה, און דאס האט גארנישט מיט דרשנען מדריגות אין עבודה וחסידות. אבער דאס איז נישט באמת געווען נאר א תירוץ, נאר ער האט באמת געהאלטען עס קומט זיך סיי פאר די חבורה און סיי פאר סטיטשין זעלבסט עס זאל הייסען אזוי, אבער מ'האט דאך שוין שלום געמאכט ממילא אין להאריך..
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 2:54 am#231300
דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 2:18 pm#231685
אביסעל מער פרטים וועגען די אזוי גערופענעם שלום, וואס איך האב געהערט פון סטיטשינער חסידים (50).

שוין איבער 20 יאהר וואס זיי רופען זיך סטיטשין אין דאס האט גורם געוועהן אז ר' מאטיל איז גערופען געווארען סטיטשינער רבי, אפילו עס איז דא אייניקעל וואס איז יושב על כסא אבותיו הק' כרצונם וכרצון צדיקי הדור, בזמן וואס זיי זענען נישט ערלויבט זיך משתמש זיין מיט די נאמען. וואס ווי יעדע פארשטייט איז דאס גורם אסאך עגמ"נ פאר ר' אליעזר'ל און פאר זיינע חסידים בכל קצות תבל, אז א אומגערופענעם קהלה ווערט א שותף מיט סטיטשין (חוץ וואס זיי פירען זיך היפוך שבהיפוך).

זיי בכל תירוצים שבעולם האבען נישט מכיר זייערע גניבה, אין יעצט איז געקומען א נקודה וואס די עולם עפענט זיך די אויגען אז ער איז נישט ערלויבט זיך משתמש מיט די נאמען (למשל אסאך מוסדות אין צייטונגען רופען זיי נאר " תולדות יהודא" אויך ווערען זיי געפרעגט דורך נדיבים פאר זייערע קרן הבנין) האבען זיי מחליט געוועהן 'שלום'.

שלום וואלט געמיינט צו פארשטיין זייערע עוולה, אז סטישינער רבי אדער א שמחה אין סטיטשין זאל מען נישט האבען ספיקות פון וועם מען רעדט, ווייל עס איז דא 1 יורש, אין אזוי ווי ער האט אליין מודה געוועהן אז ער וויסט אז דאס האט די רב ז"ל געוואלט, (אפילו זיי דארפען נישט זיין הסכמה).

ווען זיי זענען געקומען צו טיש האבען זיי נישט פארשטאנען זייער עוולה, אין ""נישט געבעטען מחילה"" אויף די גרויסע עולה פון צונעמען ר' אליעזר'ס ירושה אין פון די סטיטשינע חסידים דורי דורות וואס זענען ר' אליעזר אהנהענגערס, נאר זיך פארענפערט אז עס איז געווארען פון זיך אליין, ווייל די ביהמ"ד הייסט חסידי סטיטשין וכו', ר' אליעזר וואס זעהט אז נישט שלום איז די מטרה, נאר זיך כשר מאכען אויף די גאס, און אזוי ווי יאהרען וואס ער האט א כח הבלגה און פארלאנגט נישט גארנישט, נאר האלט אז יעדע דארף פארעכטען אליין זייער עוולות, האט יעצט וויטער גארנישט געבעטען זאל מסלק זיין פון איהם די נאמען סטיטשין, נאר געזאגט אויב אזוי רוף דיר תלמידי סטיטשין.

די שאלה איז אויב ביסט געקומען בעטען שלום, פארוואס ווען מען רעדט פון תלמידי סטיטשין, ביסטו מסכים אויף דעם, וואס איז די נפק"מ, נאר ווי לאנג די בהמ"ד הייסט סטיטשין, וועט זיך גארנישט אויף די גאס טוישען, אין וועסט ווייטער גערופען ווערען סטיטשינע רבי, אלא מאי מיינט מען נאר זיך צו כשר מאכען אופן גאס, וואס פארקויפטסטו מעשיות. עס איז נרא הוספת חטא על פשע.
משל למה"ד, איינער גאנבעט פון איינעם מיליאהן דאלער, אין ער קומט איהם מסביר זיין אז עס איז בטעות ער האט נישט געוואלט, אין יענר זאגט איהם האלט א האלב מיליאן דאלער, אין ער האלט עס, וועט איינער זאגען אז זיי האבען געמאכט שלום?

שלום אמיתי וואס מיינט אראפנעמען פון זיי די ווארט סטיטשין, קען געשעהן אהן גיי צו ר' יענקעל הורוויץ, דאס איז א פעולה וואס דארף געטוהן ווערען, און אויב דאס וועט געטוהן ווערען מיט א מחילה פון ר' אליעזר (וואס נישט אויף אלעס האט ער ד רעכט מוחל צו זיין (אולי), גלייב איך וועט זיין שלום. און אויב נישט קענען זיי פארקויפען שלום אבער גארנישט האט זיך געטוישט, אין יעדע זאל דן זיין לויט זיין קאפ וואס איז הייליג אין וואס נישט.

חוץ פון דעם איזאפילו לשטתם קלאהר אויסגעשמועסט אז ער וועט זיך נישט רופען סטיטשינער רבי וכדו', אין אז ער איז געפאהרען קיין א"י אין עס שטייט אויפן צעטיל "קהל תולדות יהודא דתלמידי סטיטשין ע"ש רבינו זצוק"ל, אין שזענען מודיע אז רבינו שליט"א איז געקומען קיין א"י צו די יאהרצייט פון רבינו זי"ע. וועט איינער טראכטען אז עפעס האט זיך געטוישט????????
אלא מאי שלום מיינט נאר פארדרייען די גאס א קאפ, וואס זיי פרובירען צו זיין מומחים, איז עס איז עומד בעוולה, וואס זיי האבין יעצט מודה געוועהן אז עס איז נישט ריכטיג.

תן לחכם ויחכם עוד
דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 2:25 pm#231688
מבין דבר האט געשריבן:משל למה"ד, איינער גאנבעט פון איינעם מיליאהן דאלער

ממש דומה לנמשל...
איך בין בכלל נישט באקאנט אין סטוטשין והגלילות, אבער עס איז מיר א חידוש פלא ווי עס זענען דא ערוואקסענע מענטשן וואס קענען זיך נעמען צום הארצן אזוינע זאכן, ווי כאילו עס וואלט זיך געהאנדעלט פון א מיליאן דאלער.
דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 3:25 pm#231722
מבין דבר האט געשריבן:וואס ווי יעדע פארשטייט איז דאס גורם אסאך עגמ"נ פאר ר' אליעזר'ל און פאר זיינע חסידים בכל קצות תבל, אז א אומגערופענעם קהלה ווערט א שותף מיט סטעישאן.

נישט יעדער פארשטייט. איך פארשטיי נישט! זיי מיר מסביר פארוואס עס איז גורם עגמת נפש פאר די סטיטשינער רבי. זיי מיר מסביר פארוואס א רבי א מנהיג ישראל גייט אן אזעלכע נארישקייטן. זיי מיר ביטע מסביר פארוואס א צדיק קען נישט זיין א מעביר על מידותיו און יענעם מוחל זיין אפילו ער נוצט די נאמען סטיטשין. מיטן קריאת השם ווערט ער שוין א שותף?

מיין מטרה איז אז דו זאלסט וויסן קלאר אז איך פארשטיי נישט.
דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 3:27 pm#231727
איך בין טאקע זיכער טאמער וואלט ר' מאטיל מכריז געווען ער איז נישט סטיטשין וואלטן אלע זיינע חסידים גלייך געגעאנגען דאווענען ביי ר' לעיזער.. זיי זענען דאך אלע דארט פשוט ווייל זיי האבען א טעות געהאט פון די צעטל וואס שטייט אז רבינו שליט"א קומט צו די יארצייט פון רבינו זי"ע. ..
.
דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 3:33 pm#231729
לעיקוואד האט געשריבן:איך בין טאקע זיכער טאמער וואלט ר' מאטיל מכריז געווען ער איז נישט סטיטשין וואלטן אלע זיינע חסידים גלייך געגעאנגען דאווענען ביי ר' לעיזער.. זיי זענען דאך אלע דארט פשוט ווייל זיי האבען א טעות געהאט פון די צעטל וואס שטייט אז רבינו שליט"א קומט צו די יארצייט פון רבינו זי"ע. ..
.

לשיטתך, פארשטיי איך טאקע נישט חסידי ר׳ מאטיל, אי משום הא, צו וואס דראפעווען זיי זיך אנצוהאלטן און אויסצוקוועטשן דעם נאמען סטיטשין דייקא?

אז דער נאמען האט א קנאפע ווערט אינדרויסן פונעם לעטטערהעד, נעם אבי א נאמען און שטאלציר בלויז מיט פנימיות, וזהו זה.

(כ׳נעם אן אז דיין סארקיזם איז געצילט אויף חסידי מהר״א, מעגליך אז דו האסט גאר טאקע געמיינט חסידי מהר״ם ולא קשיא).
דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 3:45 pm#231736
ריכטיג, מסתם פאר חסידי ר מאטל גייט בכלל נישט אן צו הייסט ער סטיטשין אדער מאנעסטריטש. די וואס עקשנען זיך זענען די וואס זענען טאקע חסידי סטיטשין במקור, וואס זענען א חלק עיקרי פון די מייסדים פון בית מדרש, וואס פארוואס זאלן זיי נישט רופען זייער בית מדרש בית מדרש חסידי סטיטשין, דאס זענען זיי דאך.
דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 4:10 pm#231748
לעיקוואד האט געשריבן:ריכטיג, מסתם פאר חסידי ר מאטל גייט בכלל נישט אן צו הייסט ער סטיטשין אדער מאנעסטריטש. די וואס עקשנען זיך זענען די וואס זענען טאקע חסידי סטיטשין במקור, וואס זענען א חלק עיקרי פון די מייסדים פון בית מדרש, וואס פארוואס זאלן זיי נישט רופען זייער בית מדרש בית מדרש חסידי סטיטשין, דאס זענען זיי דאך.

איז דאס א רוחניותדיגע תאוה אדער גשמיותדיג?
דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 4:24 pm#231753
וואס איז דאס א רוחניותדיגע תאווה?
דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 4:31 pm#231760
לעיקוואד האט געשריבן:וואס איז דאס א רוחניותדיגע תאווה?

גיין צום כותל......
דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 11:54 pm#231863
מבין דבר האט געשריבן:אביסעל מער פרטים וועגען די אזוי גערופענעם שלום, וואס איך האב געהערט פון סטיטשינער חסידים (50).

שוין איבער 20 יאהר וואס זיי רופען זיך סטיטשין אין דאס האט גורם געוועהן אז ר' מאטיל איז גערופען געווארען סטיטשינער רבי, אפילו עס איז דא אייניקעל וואס איז יושב על כסא אבותיו הק' כרצונם וכרצון צדיקי הדור, בזמן וואס זיי זענען נישט ערלויבט זיך משתמש זיין מיט די נאמען. וואס ווי יעדע פארשטייט איז דאס גורם אסאך עגמ"נ פאר ר' אליעזר'ל און פאר זיינע חסידים בכל קצות תבל, אז א אומגערופענעם קהלה ווערט א שותף מיט סטיטשין (חוץ וואס זיי פירען זיך היפוך שבהיפוך).

זיי בכל תירוצים שבעולם האבען נישט מכיר זייערע גניבה, אין יעצט איז געקומען א נקודה וואס די עולם עפענט זיך די אויגען אז ער איז נישט ערלויבט זיך משתמש מיט די נאמען (למשל אסאך מוסדות אין צייטונגען רופען זיי נאר " תולדות יהודא" אויך ווערען זיי געפרעגט דורך נדיבים פאר זייערע קרן הבנין) האבען זיי מחליט געוועהן 'שלום'.

שלום וואלט געמיינט צו פארשטיין זייערע עוולה, אז סטישינער רבי אדער א שמחה אין סטיטשין זאל מען נישט האבען ספיקות פון וועם מען רעדט, ווייל עס איז דא 1 יורש, אין אזוי ווי ער האט אליין מודה געוועהן אז ער וויסט אז דאס האט די רב ז"ל געוואלט, (אפילו זיי דארפען נישט זיין הסכמה).

ווען זיי זענען געקומען צו טיש האבען זיי נישט פארשטאנען זייער עוולה, אין ""נישט געבעטען מחילה"" אויף די גרויסע עולה פון צונעמען ר' אליעזר'ס ירושה אין פון די סטיטשינע חסידים דורי דורות וואס זענען ר' אליעזר אהנהענגערס, נאר זיך פארענפערט אז עס איז געווארען פון זיך אליין, ווייל די ביהמ"ד הייסט חסידי סטיטשין וכו', ר' אליעזר וואס זעהט אז נישט שלום איז די מטרה, נאר זיך כשר מאכען אויף די גאס, און אזוי ווי יאהרען וואס ער האט א כח הבלגה און פארלאנגט נישט גארנישט, נאר האלט אז יעדע דארף פארעכטען אליין זייער עוולות, האט יעצט וויטער גארנישט געבעטען זאל מסלק זיין פון איהם די נאמען סטיטשין, נאר געזאגט אויב אזוי רוף דיר תלמידי סטיטשין.

די שאלה איז אויב ביסט געקומען בעטען שלום, פארוואס ווען מען רעדט פון תלמידי סטיטשין, ביסטו מסכים אויף דעם, וואס איז די נפק"מ, נאר ווי לאנג די בהמ"ד הייסט סטיטשין, וועט זיך גארנישט אויף די גאס טוישען, אין וועסט ווייטער גערופען ווערען סטיטשינע רבי, אלא מאי מיינט מען נאר זיך צו כשר מאכען אופן גאס, וואס פארקויפטסטו מעשיות. עס איז נרא הוספת חטא על פשע.
משל למה"ד, איינער גאנבעט פון איינעם מיליאהן דאלער, אין ער קומט איהם מסביר זיין אז עס איז בטעות ער האט נישט געוואלט, אין יענר זאגט איהם האלט א האלב מיליאן דאלער, אין ער האלט עס, וועט איינער זאגען אז זיי האבען געמאכט שלום?

שלום אמיתי וואס מיינט אראפנעמען פון זיי די ווארט סטיטשין, קען געשעהן אהן גיי צו ר' יענקעל הורוויץ, דאס איז א פעולה וואס דארף געטוהן ווערען, און אויב דאס וועט געטוהן ווערען מיט א מחילה פון ר' אליעזר (וואס נישט אויף אלעס האט ער ד רעכט מוחל צו זיין (אולי), גלייב איך וועט זיין שלום. און אויב נישט קענען זיי פארקויפען שלום אבער גארנישט האט זיך געטוישט, אין יעדע זאל דן זיין לויט זיין קאפ וואס איז הייליג אין וואס נישט.

חוץ פון דעם איזאפילו לשטתם קלאהר אויסגעשמועסט אז ער וועט זיך נישט רופען סטיטשינער רבי וכדו', אין אז ער איז געפאהרען קיין א"י אין עס שטייט אויפן צעטיל "קהל תולדות יהודא דתלמידי סטיטשין ע"ש רבינו זצוק"ל, אין שזענען מודיע אז רבינו שליט"א איז געקומען קיין א"י צו די יאהרצייט פון רבינו זי"ע. וועט איינער טראכטען אז עפעס האט זיך געטוישט????????
אלא מאי שלום מיינט נאר פארדרייען די גאס א קאפ, וואס זיי פרובירען צו זיין מומחים, איז עס איז עומד בעוולה, וואס זיי האבין יעצט מודה געוועהן אז עס איז נישט ריכטיג.

תן לחכם ויחכם עוד

בעפאר מיין קאווע גיסט זיך דא אויס...
גיב אכטונג שריי נישט אזוי הויעך

אבער עס איז מיר זייער אינטערעסאנט ווי א גאליציאנע מחלוקת ארבעט
אפילו די גרויסע גאליציאנע חסידות הידוע קען זיך פארשטעקן ...

ס'קומט אויס אז בעצם די צוויי אדמורי"ם, סיי ר' אליעזר און סיי ר' מאטיל בעצם זענען העכער פון דעם "נאמען אישו"
נאר ר' מאטיל האט געדארפט נאכגעבן פאר זיינע נאנטע "דיעות זאגערס", און כדברי "המבין דבר" האט ר' אליעזר נאך נישט געטראפן פאר זיינע "פארווייטאגטע" די ריכטיגע emotional therapy (וואס כידוע רוב ממחיותו בשטח זה)

לאמיר פראבירן און באבוב אז נאר די צוויי אדמורי"ם זאלן זיין בשלום - און די עולם צעפליקט...
אז מען דערלעבט דערלעבט מען...!!!
פרייטאג אקטאבער 31, 2014 4:08 am#231894
איך האב אינגאנצן נישט ארויס דעם גאנצן מעשה. מילא ר' אליעזר, ער איז טאקע גארנישט. נישט ווערט צו זיין רבי, פארדעם דארף מען דאך האבן דעם "אמת'ן" רבי, דער וואס איז יא ווערט, דער הייליגער ר' מאטל, וועלכער קען האלטן גאנצע דרשות און האקן און חוזק מאכן פון די היינטיגע רבי'סטוועס. און אויף וואס ארויף? אז ער אליינס זאל קענען זיך דראפען אויף גראדע ווענט צו האלטן א נאמען וועלכע איז נישט זיינס.

נו, בקטנות מוחי פארשטיי איך דאס נישט. פון דעם גרויסן עובד וואלט איך ערווארט עפעס מער.

כ'מיין, וואס וואלט שלעכט געווען פלעין, אב"ד צו אדמו"ר מ'תולדות יהודא. עפעס שלעכט?
פרייטאג אקטאבער 31, 2014 7:39 am#231896
שא שא, ער ארבעט אויף יענעמס ביטול היש, מאך נישט אוועק זיין יש.
פרייטאג אקטאבער 31, 2014 7:39 am#231897
ווען ר' מרדכי דוד רופט זיך רב דקהל תולדות ציון דחסידי באבוב וואלט בכלל געווען א דין תורה?
סאו קאט דע קרעפ מיסטער הדד און די שטורעם אין גלעזל וואסער מעג זיך שוין אפשטעלן.
פרייטאג אקטאבער 31, 2014 8:04 am#231898
כוכב, מאך נישט אוועק. ס'איז א גוטע פראגע. און עס מעג האבן א נארמאלע תירוץ.
פרייטאג אקטאבער 31, 2014 9:09 am#231904
וואס פונקטליך איז די טענה אז צוואנציג יאר נאך וואס סטוטשינער חסידים האבן זיך אפגעטיילט (פון זיין פאטער מיט וועמען ער איז געווען יארן צעקריגט און צוגענומען די רביסטעווע) האט מען זיך דערמאנט צו בלאזן ווייל רבי מאטל איז געווארן א מציאות?!
ווי רבינו לעיקוואד האט באטאנט, און איך האב אמאל אליין געהאט א שמועס דערוועגן מיט רבי מאטל, ר' מאטל אינטערעסירט דעם נאמען ווי א לאך אין קאפ און האט קלאר געזאגט אז אויף אים זאל מען בכלל נישט שרייבן סטוטשין. דאס אז זיי ווילן נישט ער זאל זינגען מה ידידות און נאר לעזער זאל קרעכצן ביי אין קצבה וכו' (דאס הייסט א זשעלעסי און א צר עין אויף די גאנצע מציאות פון א סטיטשינער המשכה ערגעץ אנדערש אויסער ביי איציק לייזערל און ברוך מרדכי לעבאוויטש, און שיעור פארגעסן, נפתלי ליפשיץ, אויך מיר א סטיטשינער פאר דורי דורות כידוע ליודעים... ) , אויף דעם קען ער זיי נישט העלפן.
און זיינע חברה האבן אלע רעכטן זיך צו רופן חסידי סטוטשין, און למען השלום תלמידי סטוטשין, ווער ס'האט האט א פראבלעם (ר' אליעזר מסתמא נישט, בלויז אפאר גאליציאנער מאנטאליטעט מענטשן וואס לעבן פון זיך קריגן) קען לערנען חובת הלבבות אדער זיך אונטערווישן כידוע ליודעי דרכו וגאליציאנער מהותו לאמר ישקנו לעת צורך, און סצייט אראפצוקריכן פון בוים.
בכלל, צו פארשטיין דעם שלום אפמאך, דארף מען פארשטיין אביסל די פערזענליכע הערכה וואס רבי מאטל האט אויף ר אליעזערס אומבאלאנצירטע מהות און צעמישטע כאראקטער, ולעומתו די הערצה וואס ר' אליעזר האט צו ר' מאטל אלס'ן זיידעס חשובסטער תלמיד ואכמ'ל.
עניוועיס, רבי אליעזר איז מיר א ידיד און כווייס בידוע אז ווען נישט די מויל מאכערס וואלט קיינמאל דא קיין אישו געווען.
גענוג מיט די נאנסענס.
פרייטאג אקטאבער 31, 2014 11:52 am#231938
ולעומתו די הערצה וואס ר' אליעזר האט צו ר' מאטל אלס'ן זיידעס חשובסטער תלמיד

און דו זאגסט אז דו קענסט ר' אליעזר???
פרייטאג אקטאבער 31, 2014 12:07 pm#231939
ער האלט נישט אז רבי מאטל איז זיין זיידנס חשובסטער תלמיד?
פרייטאג אקטאבער 31, 2014 12:09 pm#231940
בקיצור נמרץ, ר' מאטל אינטערסירט עס נישט בכלל, אבער טוישט נישט זיין נאמען... ניטאמאל סטוטשין-דזיקוב
פרייטאג אקטאבער 31, 2014 1:10 pm#231958
שעפטל האט געשריבן:בקיצור נמרץ, ר' מאטל אינטערסירט עס נישט בכלל, אבער טוישט נישט זיין נאמען... ניטאמאל סטוטשין-דזיקוב

האט אים דאס איינער געאפערט צו טוהן?

מען איז געזעצן ביי די אפמאך טישעל, און ביידע צדדים זענען געווען צופרידען!
פרייטאג אקטאבער 31, 2014 1:12 pm#231959
זאגסטו מיר אז ר' מאטל איז צופרידן אז ער האט נישט געדארפט אויפגעבן סטוטשין אינגאנצן. נו גוט... האב איך יא א פוינט... די נאמען גייט אים שוין איינמאל אן
פרייטאג אקטאבער 31, 2014 2:05 pm#231975
איך ווייס נישט וועם ער האלט איז דער חשובסטער תלמיד אבער איך ווייס יא אז ער האלט אים פאר א phony
פרייטאג אקטאבער 31, 2014 2:31 pm#231976
לעיקוואד האט געשריבן:הדא הוא דכתיב עושה שלום בסטוטשין הוא יעשה שלום בבאבוב ובסאטמער ועל כל ישראל. זאלן זיך אלע לערנען א קל וחומר מה דאך אויב א מחלוקה וואס משלאגט זיך נישט נישט אויף קיין בנין נישט אויף קיין געלט נישט אויף קיין חפצים נישט אויף קיין חסידים נאר אויף א דיוק אין לשון הלעדערהעד פון א גרופע וואס האט נישט קיין פופציג משפחות קען אנגיין בכל תוקף צוואנציג יאר ביז די עלטערע מענטשען וועלן כאפן אז עס איז נישט קיין חיוב דאורייתא צו זיין קינדעריש, און מ'מעג זיך מפשר זיין, אידאך קל וחומר א מחלוקת ווי עס זענען דא בנינים מיט געלט מיט חפצים מיט חסידים.. אופס ס'שטימט נישט די קל וחומר. שוין, עושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו.

הרב לעיקוואד שליט"א: כ'האב געזען ערגעץ א דיוק פון ר' שמעון שקאפ. ער פרעגט אזוי. אין די רישא שטייט אז ס'ווערט געבראכט א פסוק "עושה שלום בסטוטשין הוא יעשה שלום בבאבוב ובסאטמער, ועל כל ישראל". פארוואס דארף דער פסוק זאגן א דאפלט לשון? וויבאלד אז ער זאגט באבוב און סאטמער, וואס דארף ער נאכאמאל זאגן ועל כל ישראל? מיר ווייסן דאך שוין אז דאס איז כלל ישראל! ווייל די אלע איבריגע זענען נאר נאכשלעפערס! מ'קען דאס מבאר זיין מיט א לאנגן ביאור. נאר ס'איז נישט געמאכט פאר איין תגובה. אפשר האט איהר א גוטן תירוץ...?
אגב אורחא: דער דיוק איז פון ר' שמעון שקאפ. אבער נישט פון זיין אייניקל. ווען איהר זאלט וויסן ווער זיין אייניקל איז (גיווען) וואלט איהר אינטערגעטאנצט פאר התפעלות...! :roll:
פרייטאג אקטאבער 31, 2014 2:52 pm#231980
פארוואס קען זיך נישט איינער רופן סטושטין און איינער סטוטשין...?
פרייטאג אקטאבער 31, 2014 5:11 pm#231999
די הודעה איז אוועקגענומען געווארען.
מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 8:55 pm#232019
איז ר' מאטעל טאקע א פאני (מלשון פעיקער)?

אויב יא מיט וואס איז ר' אליעזר נישט ווייל ער דרייווט א יוקאן?

דער שגעון פין זאגען אז רבי'ס זענען פאני'ס מעג זיך שוין אויפהערען, ווייל אונז אלע פין קאפ ביז פיס... זענען פאניס און פעיקערס. מצד אחר זאגט מען אז די די רבי'ס זענען פעיקערס מצד שני האט יעדער זיין עבודה זרה וועמען ער דינט. קאט די קראפ.

@כוכב
ואס פונקטליך איז די טענה אז צוואנציג יאר נאך וואס סטוטשינער חסידים האבן זיך אפגעטיילט (פון זיין פאטער מיט וועמען ער איז געווען יארן צעקריגט און צוגענומען די רביסטעווע) האט מען זיך דערמאנט צו בלאזן ווייל רבי מאטל איז געווארן א מציאות?!

פין וועמענס פאטער רעדסטו דא? ר' מאטיל'ס פאטער? ר' לעזער'ס פאטער?

און במציאות ביסטו נישט גערעכט, ווייל די פאר משפחות וואס זענען געבליבען ביי ר' לעזער, האבען אייביג געבלאזען אויף ר' מאטיל. און דרך אגב, די וואס זענען געגאנגען צו ר' מאטיל זענען אויך נישט צו העפי מיט די גאנצע רביסטווע דארט.
מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 9:36 pm#232029
א פלא ווי א הודעה איבער א שלום אפמאך ווערט פארוואנדעלט אין אשכול המשך המחלוקת ווי מטענה'ט זיך ווער איז געווען גערעכט פאר די שלום אפמאך.
איז דאס א סימן אז עס איז נישט מעגליך שלום צו מאכען בדרך פשרה, ווייל די רביס קענען שרייען חי וקיים מיר זענען זיך מפשר און שוין אבער די צימעס חסידים וועלן לנצח נצחים זיך ווייטער שלאגען?
מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 9:40 pm#232033
ניין. די מחלוקת וועט זיך ענדיגען, צאנז ריזשין האט שוין לאנג עקספייערט.

די פאנאוויזשע מחלוקת איז אבער יא לנצח נצחים.....
מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 10:32 pm#232049
נאר געציילטע זענען נישט צופרידן פון די רביסטעווע ביי ר' מאטל (מאנדל משפחה וכדומה). לגבי ר' אליעזר זיין א פאני האט זיכער נישט מיטן יוקאן אויב עפעס מיט זיין צוכליפען ווען ער עסט קאקאש קעיק.
מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 10:43 pm#232059
אזוי איז געוועהן דער דרך אין סטיטשין צו וויינען. פונקט אזוי ווי אין סאטמאר גייט מען א דריי שורות עטרה אויף די מחילה און באבוב טראגט א גארטעל פין צוויי טפחים מפסיק צו זיין בין לב לערוה.
מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 10:44 pm#232060
גערעכט אבער מיינט דעס אז ער מיינט עס ערנסט?? דעפיניטלי נישט
מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 11:35 pm#232083
אויסגערוט האט געשריבן:נאר געציילטע זענען נישט צופרידן פון די רביסטעווע ביי ר' מאטל (מאנדל משפחה וכדומה). לגבי ר' אליעזר זיין א פאני האט זיכער נישט מיטן יוקאן אויב עפעס מיט זיין צוכליפען ווען ער עסט קאקאש קעיק.

איך קען א איד (א בעל הבית.) וואס רייסט זיך ארום מיט א יעדן, ווי קאמפעטישן, שותפים און משפחה. אבער ווען ער באקומט אן עליה צו די תורה צוכליפעט ער זיך. ער קען קוים ענדיגן די ערשטע ברכה. פון די צווייטע ברכה, און ביי מי שבירך גיסט ער טרערן ווי א אידענע. דער רב אין ביהמ"ד ווייסט שוין. ער דערלאנגט עים א טישו...!
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:40 am#232102
אויסגערוט האט געשריבן:גערעכט אבער מיינט דעס אז ער מיינט עס ערנסט?? דעפיניטלי נישט

וואס איז א חילוק, אויב איז דאס דער דרך דארף מען נישט מיינען ערענסט. פונקט אזויווי אונז דארפען נישט מיינען בלתי לד' לבדו ווען מען טראגט א שטריימעל.
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:43 am#232103
סטוטשינער רב האט אריינגעברעטשעט אין די פערפעל ערגער ווי סאטמארער רב ביי כל נדרי?
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 4:13 am#232112
יין שרף האט געשריבן:פארוואס קען זיך נישט איינער רופן סטושטין און איינער סטוטשין...?

די זעלבע איז ביי ראחמיסטריווקא. (אה, ס'האט דארט נאכנישט אויסגעבראכן קיין מחלוקת.(.
איין ברודער קען זיך רופן סתם "ריווקע". און דער אנדערער ברודער קען זיך רופן ראחמיסט---ריווקע!... :lol: