Under maintenance
הויפט זייט » א דריטע אינטיפאדע רח"ל?

א דריטע אינטיפאדע רח"ל?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7471
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 6:13 pm#231469
א דריטע אינטיפאדע רח"ל?
א פרישע טעראר אטאקע איז איצט פארגעקומען אין ירושלים ווען א מאן פארענדיג אויף א מאטאר ביציקל האט זיך אפגעשטעלט און געשאסן א באקאנטער רעכטער אקטיוויסט און קעמפער פאר אידן-רעכטן אויפ'ן הר הבית — יהודה גליק.

גליק איז אין א קריטישע צושטאנד און דער מערדער איז אנטלאפן. ווי די פאליציי גיבט אן איז די רעדע ווארשיינלעך פון א פלאנירטער מערדעריי דורך אויפגעברויזטע אראבער. דאס אלעס קומט נאך גאר אנגעצויגענע טעג אין ירושלים און מאנכע רעדן שוין וועגן א דריטע אינטיפאדע.
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 6:50 pm#231477
כ׳הער זאגן אז עס איז יד ישראל באמצע
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 7:00 pm#231478
כ'הער זאגן אז כ'הער זאגן.
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 7:44 pm#231500
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:כ׳הער זאגן אז עס איז יד ישראל באמצע

ריכטיג, מ'האט אים געשאסן מיט ישראלישע וואפן.
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 7:49 pm#231508
בילדער פון אים אויפען הר הבית.
אויף די צעטל שטייט אז ער גייט רעדן אין די פלאץ אזוי האט מען געוואוסט אז ער איז דארטען און מען האט אים געשאסען.
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 8:30 pm#231518
בדרך אגב איז דא נאך א הייסע נייעס ארום מדינת ישראל אז א הויעכראנגיגער אין די אבאמא אדמיניסטרציע האט געזאגט chike..s..t.אויף נתיניהו. וואס מיינט עס?
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 8:33 pm#231520
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:כ׳הער זאגן אז עס איז יד ישראל באמצע

נו... די ציונים זענען אלס שולדיג...
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 8:38 pm#231521
chusid האט געשריבן:בדרך אגב איז דא נאך א הייסע נייעס ארום מדינת ישראל אז א הויעכראנגיגער אין די אבאמא אדמיניסטרציע האט געזאגט chike..s..t.אויף נתיניהו. וואס מיינט עס?

דאס וואס בלייבט אויף אלע היימישע גאסן (און אויף די קאפלעך/הוטן פון שלימזלנים) נאכן מאכן כפרות.
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 8:41 pm#231523
chusid האט געשריבן:א הויעכראנגיגער אין די אבאמא אדמיניסטרציע האט געזאגט chike..s..t.אויף נתיניהו. וואס מיינט עס?

א שאלה פאר די מבינים אין ״שפראך און גראמאטיק״, אבער נאדיר: איך לעזאזל מתרגמים "צ'יקן שיט"?
דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 10:09 am#231638
ספעציעלע פאליציי קרעפטען האבען ארומגענומען די הויז פונעם שיסער ער האט געפענט פייער פון די דאך מען האט פארשטייציך צוריקגעשאסען און אים אומגעברענגט אויפן פלאץ.
דא ליגט ער.
image.jpg
image.jpg (161.53 KiB) געזען געווארן 2358 מאל

די פאליציי.
image.jpg
image.jpg (62.82 KiB) געזען געווארן 2358 מאל

מען שפארט אפ די הויז, מען זאגט אז מען גייט צו ווארפען די הויז אין די קומענדיגע שעות
image.jpg
image.jpg (178.78 KiB) געזען געווארן 2358 מאל

א קראנץ בלומען
דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 10:53 am#231648
די הר הבית גייט נאך זיין אפען פאר אידן? אדער די מדינה וויל שוין נישט
מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 9:11 am#233017
א פרישע טעראר אטאקע היינט און ירושלים רח"ל.
m http://www.timesofisrael.com/driver-plo ... or-attack/ m
מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 9:21 am#233018
שרעקליך
מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 10:28 am#233035
וואטש לינקס אויבן.
m http://www.youtube.com/watch?v=7ibAhz_RSyY m
מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 2:49 pm#233087
ברוך דיין האמת
הלוויתו של האברך שמואל יצחק דוייטש תושב עמנואל שנהרג היום בתאונה הקטלנית בשומרון תצא היום מבית הוריו בבני ברק הרב קוק 8 בשעה 20:00.
מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 2:56 pm#233088
ההרוג החרדי בתאונה הקטלנית שאירעה היום (ד) אחר הצהריים בשומרון, הוא האברך הצעיר הרב שמואל יצחק דייטש ז"ל מחסידי ברסלב, בן 21 בלבד בפטירתו.
מדובר בתאונה שאירעה בציר 60 סמוך לחוות גלעד. לקראת השעה 15:30 התקבל דיווח במוקד מד"א מרחב ירקון על תאונת דרכים חזיתית בין שני כלי רכב בציר גלעד, מצומת תפוח לכיוון חווארה. במקום היו שני נפגעים ומותם נקבע על ידי רופא מד"א בזירה.

שמוליק דייטש ז"ל נולד בבני ברק בכ"ז אלול תשנ"ג לאביו האברך הרב שמעון דייטש, מחשובי האברכים בבני ברק, ולאמו מרת נחמה שתחי' לבית משפחת אפשטיין.

למד בבחרותו בישיבת 'מאמר מרדכי' נדבורנה ולאחר מכן עבר לישיבת ברסלב בבני ברק - שם שקד על תלמודו והיה חביב על צוות הישיבה והבחורים.

בחודש תמוז בשנה שעברה נישא לרעייתו שתחי' ממשפחת הרב צבי חשין מרמות בירושלים, ובני הזוג עברו להתגורר בעיר עמנואל שבשומרון.

מכריו מספרים על אברך יקר מאוד, אהוב על כולם, שעבד את קונו ביראה. גם רגע לפני פטירתו נסע ל'מצפה יוסף' שם התפלל יחד עם חברו תוך כדי צפייה על קבר יוסף הצדיק בשכם.

חבריו של שמוליק ז"ל מסרבים לעכל את הבשורה הקשה ומתקשים להאמין שהגרוע מכל קרה וחברם נלקח לישיבה של מעלה.

מסע הלווייתו ייצא בשעה 20:00 הערב מבית הוריו ברחוב הרב קוק 8 בבני ברק.

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.
מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 3:08 pm#233091
וואס האט דאס מיט טעראר?
מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 4:13 pm#233106
א פרישע טעראר אטאקע האט יעצט פאסירט ווען א קאר איז אריינגעפארן אין א גרופע סאלדאטן.
ארום פינף פין זיי זענען פארוואנדעט געווארן אין די קאר האט געמאכט פליטה. א מאסיווע זיכעריי איז אין קראפט
מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 4:16 pm#233107
/
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 10:51 am#234015
נאך א טעראר אטאקע פריער אין תל אביב וואו א פאלעסטינער האט דערשטאכן א סאלדאט אין אים קריטיש פארוואונדעט ר"ל. דער טעראריסט איז געכאפט געווארן.
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 10:58 am#234017
נאך א טעראר אטאקע האט יעצט פאסירט ווען א אראבער האט געשטאכן דריי ציווילע.
די טעראריסט איז געווארן געשאסן צום טויט
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 10:58 am#234018
ברעיקינג: בשעת איך שרייב די שורות איז פארגעקומען נאך א טעראר אטאקע, דאס מאל אין אלון שבות, וואו דריי ישראלים זענען געשטאכן געווארן — איינער אין א קריטישע צושטאנד. דער טעראריסט איז אומגעברענגט געווארן.

מ'האקט
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 11:09 am#234019
איינס פין די דריי א אינג מיידל איז יעצט אוועק רח״ל.
די אנדערע צוויי זענען קריטיש.
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 11:20 am#234022
באריכטן געבן אן אז דער טעראריסט איז נישט טויט. ער איז געשאסן געווארן און געפונט זיך אין א סטאבילע צושטאנד.
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 11:41 am#234027
אן אראבער האט יעצט פרובירט צו שטעכן א וועכטער ביים רכבת הקלה אין ירושלים. Developing#

די פרוי וואס איז אומגעקומען אין אלון שבות איז 25-יאר-אלט
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 12:09 pm#234030
קאסטנער האט געשריבן:איינס פין די דריי א אינג מיידל איז יעצט אוועק רח״ל.
די אנדערע צוויי זענען קריטיש.


נעבעך א פערצען יעריגע מיידעל
ברוך דיין האמת
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 3:52 pm#234057
בד"ה: דער סאלדאט וואס איז דערשטאכן געווארן פריער אין טאג אין תל-אביב, איז איצט אומגעקומען פון זיינע וואונדען.
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 4:01 pm#234059
ווידיאו פון די טעראר אטאקע אין אלון שבות m http://m.youtube.com/watch?v=YAFo4D-zuJ0 m
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 4:03 pm#234061
ISRAEL: CONFIRMED INFILTRATION - Sirens now in Kochav Yaakov and Tel Tzion alerting residents to close lights, lock doors and stay indoors.
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 4:09 pm#234062
אפטעמיסט האט געשריבן:בד"ה: דער סאלדאט וואס איז דערשטאכן געווארן פריער אין טאג אין תל-אביב, איז איצט אומגעקומען פון זיינע וואונדען.

השם יקום דמו
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 12:52 am#234151
דער טעראריסט וואס האט געשטאכן און אומגעברענגט דעם סאלדאט אין תל-אביב ערהוילט זיך אין א מד"י שפיטאל.

באמערקט ווי ער איז צוגעבינדען צום בעט מיט קייטען.
מיטוואך מאי 25, 2016 2:19 pm#334552
אפטעמיסט האט געשריבן:א פרישע טעראר אטאקע איז איצט פארגעקומען אין ירושלים ווען א מאן פארענדיג אויף א מאטאר ביציקל האט זיך אפגעשטעלט און געשאסן א באקאנטער רעכטער אקטיוויסט און קעמפער פאר אידן-רעכטן אויפ'ן הר הבית — יהודה גליק.

גליק איז אין א קריטישע צושטאנד און דער מערדער איז אנטלאפן. ווי די פאליציי גיבט אן איז די רעדע ווארשיינלעך פון א פלאנירטער מערדעריי דורך אויפגעברויזטע אראבער. דאס אלעס קומט נאך גאר אנגעצויגענע טעג אין ירושלים און מאנכע רעדן שוין וועגן א דריטע אינטיפאדע.

יהודה גליק איז היינט איינגעשוואירען געווארן אלס חבר כנסת, ער האט געמאכט א "שהחיינו" בשם ומלכות, דאס קומט נאכדעם וואס די שר הבטחון בוגי יעלון האט זיך אפגעזאגט פון זיין אמט און פון כנסת,- ווייל ביבי האט אריינגענומען ליבערמאן אין קאאליציע צוזאגנדיג אז ער וועט מאכן פאר שר הבטחון אויפן פלאץ פון בוגי- און יהודה גליק איז די קומענדיגע אויפן ליסט פון ליכוד.

היינט אינדערפרי איז ער נאך צום לעצט ארויף אויפן הר הבית, נאך וואס ביבי לאזט נישט קיין חברי כנסת ארויפגיין, כדי נישט אנצורייצן די אראבער.

אזוי אויך האט ער באקומען סעקיורעטי (אבטחה צמודה), נאך וואס מען האט עם שוין פרובירט איינמאל צו אוועקלייגן.