Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » וואס איז די ציל?

וואס איז די ציל?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 30 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7492
מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 10:39 pm#232054
וואס איז די ציל?
אין די ארומיגע אשכולות, מלפני און מאחורי, האט זיך שוין אפגעטון היציגע דעבאטעס אויפן ענין פון די חיוב צו ברענגען ווי מער קינדער אויף די וועלט, אבער דאס איז לכאורה כו''ע מודה אז רצון ה' איז אז אויב קען מען דארף מען ברענגען ווי מער מען קען, וואס איז סיבה פון דעם? לכאורה די פשוטע סיבה איז אז עס זאל זיין וווי מער מענטשן וואס דינען דעם באשעפער, דאס הייסט דער באשעפער האט מגלה געווען וואס ער וויל פון כלל ישראל אין די תורה, און ער האט געגעבן 612 מצות, און כדי עס זאל זיין אסאך מענטשן וואס זאלן דאס מקיים זיין האט ער מחייב געווען מיט א מצוה פון פרו ורבו,

דאס שטימט מיר אבער נישט מאטעמאטיש, ווייל וואס טוט מען לכבוד דעם, מען איז פארנומען פין די 20 ביז די 60 מיט ברענגען די קינדער אויף די וועלט און זיי ערציען זיי מפרנס זיין און קעיר נעמען פון זיי, זיי חתונה מאכן, אזוי איז מען פארנומען די אלע יארן מיט קוים א מינוט צו אטעמען אלעס כדי צו ברענגען קינדער וואס גייען טון דעם רצון השם, און וואס גייען זיי טוהן? זיי וועלן זיך לעבן א לעבן ביז די 20 און נאכדעם זיין פארנומען ביז די 60 מיט ברענגען נאך קינדער,

וואס קומט אויס? אז רוב כלל ישראל האט פאר זיך צייט בערך פון די 13-14 ביז די 20 און פון די 60-65 ביז די 80, און די איבריגע צייט איז מען בעיקר עוסק אין ברענגען אין מגדל זיין קינדער, דאס הייסט רוב צייט גיט כלל ישראל אוועק אויף אויפצוציען קינדער,

איז דאס טאקע די רצון השם צו האבן א פאלק וואס ציט אויף קינדער? איז דאס די תכלית? איך האב אייביג פארשטאנען אז די עיקר ציל פין די תורה איז דינען דעם באשעפער, דאס הייסט לערנען דאווענען, טון זאכן וואס ברענגען נאנט צום באשעפער, אויב אזוי מאכט עס סענס אז בסה''כ זאל איבער בלייבן בערך 20 יאר וואס א איד קען אין דעם עוסק זיין???
מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 10:42 pm#232057
זו קושיית הרב מקאצק, אז אלע דורות ארבעטן פאר די קינדער, און ער ווארט נאך צו זעהן דער קינד אויף וועם די גאנצע וועלט ארבעט שוין..
מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 10:47 pm#232062
דער ציל איז אז דער רבי זאל האבען פילע פארענטשעס מיט אידען וואס פאטשען צו הא הא
מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 10:55 pm#232069
לעיקוואד האט געשריבן:זו קושיית הרב מקאצק, אז אלע דורות ארבעטן פאר די קינדער, און ער ווארט נאך צו זעהן דער קינד אויף וועם די גאנצע וועלט ארבעט שוין..

קוצקע רבי האט געפרעגט אויף אידן וואס ארבעטן פאר די גשמיות'דיגע צרכים פונעם קינד איך פרעג אויפן רמב''ם הל' אישות פרק טו הל' טז
''מצווה מד''ס שלא יבטל מפו'ר כל זמן שיש בו כח''
איחוד פעלד האט געשריבן:דער ציל איז אז דער רבי זאל האבען פילע פארענטשעס מיט אידען וואס פאטשען צו הא הא

איך דענק נישט אז היסטאריקער זאלן שרייבן אז דער רמב''ם. האט געהאט פארענטשעס ביי נעילת החג
מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 10:59 pm#232070
פארוואס מיינסטו אז דער קאצקער האט געמיינט דווקא די גשמיות? אין סברא איז דאך פונקט אזוי שווער די "רוחניות" ווי די "גשמיות".
מצוות פו"ר איז נישט קיין קשיא ווייל אין די מצווה שטייט נישט אז מען זאל פאר דעם אוועקגעבן רוב שנותיו הפעילות של האדם, נאר ער זאל האבען קינדער, וואס ער זאל טוהן מיט זיי שטייט נישט דארט דער חיוב פו"ר איז נישט מחייב ער זאל פערציג יאר פון צופרי ביז ביינאכט שוויצען וועגן דעם און נישט האבען קיין צייט טראכטען פון גאט, און עס קען אוודאי זיין אז אויב איז די ציור אז אזוי מוז עס זיין איז עס טאקע דוחה די חיוב פו"ר.
מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 11:04 pm#232072
נו די רמב"ם זאגט דאך כל זמן שיש בו כח, וואס איז די נפק"מ צו ער האט יעצט נישט קיין כח, צו די תוצאה וועט זיין אז ער וועט דורך דעם נישט האבן קיין כח.
מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 11:20 pm#232079
אגב, על איך אריינווארפן א ווארט וואס שטייט אין תפארת שלמה פרשת תולדות, זאגט ער בדרך הלצה אויפ'ן מדרש מפני מה היו אמותינו עקרות מפני שהקב"ה מתאווה לתפילתם של צדיקים, אז קינדער שטערן דאך די עלטערן פון לערנען און דאווענען, זענען זיי געווען עקרות כדי צו קענען דאווענען בדיעה מיושבת. און ער טייטשט אויך וואס מ'זאגט ביי יקום פורקן - זרעא חייא וקיימא זרעא די לא יבטול ודי לא יפסוק מפתגמי אוריתא, אז די קינדער זאלן זיין געזונט אז מ'זאל קענען עוסק זיין בתורה ומצות
מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 11:37 pm#232084
די רמבם זאגט בנוגע פרו ורבו. מיינט זכר ונקיבה. לויט ווי איך פארשטיי גראדעמעכעלע צילט אויף א שטיב מיט מער קינדער. צוויי זענען נאך מענעדזעבאל. איז די תגובה וואס איז מפלפל אין דעם רמבם לכאורה קימט נישט אהער.
מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 11:44 pm#232086
לעיקוואד האט געשריבן:זו קושיית הרב מקאצק, אז אלע דורות ארבעטן פאר די קינדער, און ער ווארט נאך צו זעהן דער קינד אויף וועם די גאנצע וועלט ארבעט שוין..

כדענק דעם ווארט פינעם קאריצער נישט פינעם קאצקער, נישט משנה דאס ווארט נאגעלט די זאך...
גראדעמעכעלע האט געשריבן:אין די ארומיגע אשכולות, מלפני און מאחורי, האט זיך שוין אפגעטון היציגע דעבאטעס אויפן ענין פון די חיוב צו ברענגען ווי מער קינדער אויף די וועלט, אבער דאס איז לכאורה כו''ע מודה אז רצון ה' איז אז אויב קען מען דארף מען ברענגען ווי מער מען קען, וואס איז סיבה פון דעם? לכאורה די פשוטע סיבה איז אז עס זאל זיין וווי מער מענטשן וואס דינען דעם באשעפער, דאס הייסט דער באשעפער האט מגלה געווען וואס ער וויל פון כלל ישראל אין די תורה, און ער האט געגעבן 612 מצות, און כדי עס זאל זיין אסאך מענטשן וואס זאלן דאס מקיים זיין האט ער מחייב געווען מיט א מצוה

איך פארשטיי נישט דיין הנחה, אז פו"ר איז גאטס רצון געווען עפעס א רוחניות'דיגער רצון ווי תורה ומצוות, מיר קוקט אויס אז פרו ורבו, האט קיין שייכות נישט מיט קיום תורה ומצוות, עס איז געגעבן געווארן נאך פארדעם, די גאנצע סיבה פאר דעם איז קיום המין האנושי, ותו לא, און די סיבה פאר די רצון איז ווי דער משנה זאגט שוין חביב אדם שנברא בצלם, ווי רמב"ם פארטייטשט איר גייט עס אויף גוים פונקט ווי אויף יידן, און עס איז גאנץ פארשטענדליך, אז גאט האט ליב די מין און ער וויל פון איר ווי מער, עסטו מיר ברענגען ראיות אז פו"ר זענען גוים נישט מצווה עט מען דארפען דן זיין, אבער עס פרעגט נישט אפ, דיין גאנצער מהלך אז גאט וויל נאר מער מקיימי תורה ומצוות, רירט איין די אלטע וויכוח וואס עס איז שוין כמה פעמים אויסגעשמועסט געווארן אויב דער ייד איז טאקע מער ווי דעם מענשט, אבער פו"ר לכאורה האט נישט קיין שייכות מיט תורה ומצוות, נאר עס איז דא פאר קיום מין האנושי.
אבער כמובן איז דאס שוין נישט נוגע היינט דארף מען נישט מער ווי מקיים זיין די חיוב, די דאגה פון קיים המין איז בעיקר געווען מתחילה ווען דער מענטש איז נתפתח געווארן אויף די וועלט און גאט האט געוואלט אז די וועלט זאל זיין פיל מיט די מין וואס עס אים חביב, אבער היינט אז עס איז שוין איבערגעפילט, און די נאטורליכע פאמליע פלאנירונג איז פארדרייט אפילו מזייגט האט מען אויך קינדער דארף מען מאכען די אייגענע, וגם מפני הסיבה שכתבתי פה
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:14 am#232093
אלע מערב לענדער פאפולאציעס שרינקן, (דאכט זיך אפי אמעריקע אן אימיגראציע), רוסלאנד שרינקט, אין אלע אראבישע לענדער איז די פערטיליטי געשניטן געווארן אין האלב אין די לעצטע פערציג יאר, עטליכע וואס גרעניצן זיך מיט אומערפילונג! כינע מיט זייער איין קינד פאליסי מילא,

פארוואס איז איין מיליארד נישט געווען גענוג און זיבן יא?
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:59 am#232110
כ'פארשטיי נישט דיין קשיא. ווען מ'ארבעט צו ברענגען פרנסה איז דאך דא מצוות מקיים צו זיין, האנדלען ערליך, געבן מעשר, שמירת עינים שש מצוות תמידיות און נאך. דער רצון ה' מיינט נישט בלויז זיצן אין ביהמ''ד און לערנען תורה פון א הארט דעקלדיגע גמרא.
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 2:32 pm#232198
גראדעמעכעלע האט געשריבן:אבער דאס איז לכאורה כו''ע מודה אז רצון ה' איז אז אויב קען מען דארף מען ברענגען ווי מער מען קען


כו"ע אויסער איך. שטעלסט א הנחה און דו פרעגסט דערויף א קשיא?


.
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 2:57 pm#232212
הוגה האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:אבער דאס איז לכאורה כו''ע מודה אז רצון ה' איז אז אויב קען מען דארף מען ברענגען ווי מער מען קען


כו"ע אויסער איך. שטעלסט א הנחה און דו פרעגסט דערויף א קשיא?


.

רמב''ם הל' אישות פרק טו הל' טז
''מצווה מד''ס שלא יבטל מפו'ר כל זמן שיש בו כח''
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 5:41 pm#232263
און ווער האט דען כח?
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 9:43 pm#232319
איחוד פעלד האט געשריבן:און ווער האט דען כח?

איך מיט מיין ב"ב ב"ה, כן יעזור הקב"ה להלאה זרע ברך ה' לעכטיגע זיסע דורות דירעקט פונעם נותן ליעף כח, ומאן דיהיב חיי יהיב מזוני, אמן כן יהי רצון פאר אלע אידישע קינדער!
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 9:53 pm#232322
די מצוה פון פרו ורבו האט נישט קיין שייכות מיט דעם אז די קינדער זאלן טון מצוות. והא ראי', די גמרא (יבמות סא) איז דן אויב היו לו בנים בהיותו עובד כוכבים ונתגייר, אויב ער האט יוצא געווען מצות פריה ורביה, ר' יוחנן האלט אז יא, און אפילו ריש לקיש וואס האלט אז נישט איז דאס נאר ווייל גר שנתגייר כקטן שנולד. זעט מען קלאר אז אפילו אויב מען האט קינדער גויים האט מען מקיים געווען די מצוה.
אזוי אויך זעט מען אז די גמרא איז דן אויב מען האט קינדער און זיי שטארבן, צו מען האט יוצא געווען, אבער קיינער האט נישט קיין ספק אז אויב מען האט קינדער שיצאו לתרבות רעה האט מען נישט יוצא געווען (הגם עס ליגט מיר אין קאפ אז אין די לעצטע אחרונים איז דא א שמועס דערוועגן).
בכל אופן, דער ענין פון ברענגען קינדער אויף דער וועלט פשוט להחיות פני האדמה איז אליין די גרעסטע מצוה, וואס וועגט איבער אלע אנדערע מצוות, און צו זאגן אז די מצוה פון האבן קינדער איז כדי זיי זאלן היטן שבת איז אזוי ווי מ'זאל זאגן אז דער ציל פון חתונה האבן און זיך צוזאמלעבן מיט א לעבנס שותף איז כדי צו אויפשטעלן דורות ישרים ומבורכים, וואס יעדער פארשטייט איז אבסורדאל.
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 10:08 pm#232324
ראשית כל א טעם קען מען זאגן אפילו ס'איז נישט מדוייק לפי גדרי ההלכה, צווייטענס מדרבנן קען דאס יא זיין די טעם אזויווי די רחב"ם זאגט דאס לשון מצווה מדברי סופרים שלא יבטל יפו"ר כל זמן שיש בו כח שכל המוסיף נפש אחת מישראל כאלו הוסיף עולם מלא
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 10:14 pm#232326
וואס איז פשט אז די רמב"ם זאגט עס איז נאר מדברי סופרים, איז עס נישט מדאורייתא אלץ שבת?


ריכטיג,
כ'זעה פין דיין שרייבען אז די ווילסט האבען קינדער אפילו די ווייסט אז די האסט נישט קיין כח, נאר די פארלאזט דיך אויף דער נותן ליעף כח. איז דאס נישט קיין סתירה מיט דער חיוב וואס די ברענגסט "כפי כחו"?
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 10:16 pm#232327
איך לערן פשט אז כוחו מיינט כח גברא, ווי אויך די ערשעפטקייט פון מצות עונה.
און ניין, איך האב ב"ה כח יעצט, און איך פארלאז מיך אויפן אויבערשטען אז ער וועט מיר נישט פארלאזן ווייטער, אויב איז מיר באשערט קינדער וועט ער מיר זיכער שענקן די כח און געלט דערצו.
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 10:48 pm#232331
על פי דרך הטבע קען א מענטש נישט הענדלען מער ווי פיהר קינדער.
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 10:50 pm#232332
עס איז דאך א בפירושע גמרא אין קידושין, וסוגיות שלימות בכתובות, אז שטייגען פאר זיך אין לימוד התורה איז דוחה די חיוב פריה ורביה.
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 10:58 pm#232336
איינע פון די גרויסע משכילים האט געשריבן
דרך בעלי דעה שיקבע לו אדם מלאכה המפרנסת אותו תחילה, ואחר כך יקנה בית דירה, ואחר כך ישא אישה, שנאמר (דברים כ, ה-ז): "מי האיש אשר נטע כרם ולא חללו", "מי האיש אשר בנה בית חדש ולא חנכו", "מי האיש אשר ארש אישה ולא לקחה". אבל הטיפשים מתחילין לישא אישה, ואחר כך אם תמצא ידו יקנה בית, ואחר כך בסוף ימיו יחזר לבקש אומנות או יתפרנס מן הצדקה. וכן הוא אומר בקללות (דברים כח, ": "אישה תארש... בית תבנה... כרם תטע", כלומר, יהיו מעשיך הפוכין, כדי שלא תצליח דרכיך. ובברכה מה הוא אומר? (שמואל א, יח, יד) "ויהי דוד לכל דרכו משכיל וה' עמו

לויט יענעם פירט זיך די גאנצע חרדישע וועלט אויף טפשותדיג
מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 12:30 am#232364
זייער שיין נהורא, כ'האב פארגעסן פון דער רמב"ם.

מ'האט שוין איבערגעקייט דער נושא כמה וכמה פעמים דא אין שטיבל. ס'נישט דא קיין שום חיוב צו האבן אנלימעטיד קינדער. עס איז אפילו נישט קיין מצוה מן המובחר, אדרבא, ביי רוב מענטשן איז עס אן עוולה, סיי מן האנושיות און סיי מן התורה.

די גאנצע הו-הא ארום האבן אסאך קינדער איז אן אויפגעמאכטע זאך, עטליכע האבן עס אנגעהויבן אלץ א פריוואטע הנהגה, און ווי אלעס אנדערש איז עס מיט די צייט סיסטעמייזד געווארן אז א יעדער איינער מוז עס טון. ראיות קען מען אויסגראבן צו פארטיידיגן אלעס און אלעם.

ריכטיג, ס'נישט דא קיין היתר צו פאפן קינדער אן קיין חשבון פון וואו מ'וועט זיי שפייזן כדבעי'.


.
מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 1:51 am#232383
ארבעס האט געשריבן:על פי דרך הטבע קען א מענטש נישט הענדלען מער ווי פיהר קינדער.

וואס דארף איך א גרעסערע הוכחה אז דער אויבערשטער גיבט די כוחות דערצו אויב איך זעה ביי אידישע משפחות טעגליך הונדערטע ניסים שלא כדרך הטבע (לשיטתך )?
מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 2:02 am#232384
הוגה האט געשריבן:זייער שיין נהורא, כ'האב פארגעסן פון דער רמב"ם.

מ'האט שוין איבערגעקייט דער נושא כמה וכמה פעמים דא אין שטיבל. ס'נישט דא קיין שום חיוב צו האבן אנלימעטיד קינדער. עס איז אפילו נישט קיין מצוה מן המובחר, אדרבא, ביי רוב מענטשן איז עס אן עוולה, סיי מן האנושיות און סיי מן התורה.

די גאנצע הו-הא ארום האבן אסאך קינדער איז אן אויפגעמאכטע זאך, עטליכע האבן עס אנגעהויבן אלץ א פריוואטע הנהגה, און ווי אלעס אנדערש איז עס מיט די צייט סיסטעמייזד געווארן אז א יעדער איינער מוז עס טון. ראיות קען מען אויסגראבן צו פארטיידיגן אלעס און אלעם.

ריכטיג, ס'נישט דא קיין היתר צו פאפן קינדער אן קיין חשבון פון וואו מ'וועט זיי שפייזן כדבעי'.

.

הייסט גאנץ כלל ישראל איז געווען אויף ב"ק ביז א פאר יאר צוריק ממש, ביז א פאר יחידים האבן אנגעהויבן פריוואט נישט צו נעמען, און מיט די יארן איז געווארן די סיסטעם... א שיינע מעשה.
.
פארוואס אן א חשבון? איך קען עטליכע אידן וואס האבן געלעבט א שיין לעבן מיט א מינימום און אויפגעשטעלט א דור פון צעהן - דרייצן קינדער אן קיין קרעכצן.