Under maintenance
הויפט זייט » וואס האט איר געטוהן מיט די צוגעלייגטע שעה?

וואס האט איר געטוהן מיט די צוגעלייגטע שעה?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7496
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:25 pm#232173
וואס האט איר געטוהן מיט די צוגעלייגטע שעה?
אזויווי מ'האט נעכטן גערוקט די זייגער, וויל איך וויסן וואס די עולם האט געטוהן מיט די צוגעלייגטע שעה.
איך בין געפארן דעמאלס פון מאנסי קיין בארא פארק, אזוי האט די וועג נאר גענומען 5 מינוט, איך בין ארויס געפארן איינס אזייגער און אנגעקומען פינף נאך איינס.
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:26 pm#232174
ביזט געפארן אויף וויפיל MPH?
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:29 pm#232176
Avg. 60 אויפן אלטע זייגער
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 2:00 pm#232183
איך האב אפגעצאלט וואס איך האב פארלוירן זימער ווען מען האט פארלוירן א שעה!
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 2:21 pm#232190
איך האב געמאכט א ליסטע פון אלע זאכן וואס איך קען פארדינען אין די שעה, זיך אראפגעזעצט מיט מיין אשת חיל מאכן פרא'ס און קאנ'ס פון יעדע, און געגעבן "פוינטס" וועלכע איז מער וויכטיגער, און איידער וואס-ווען איז שוין די שעה אדורך געלאפן, יצא ונכנס בשלום. פראבלעם סאלווד.
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 3:31 pm#232221
איך בין דוירך געשלאפן די גאנצע שעה
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 3:34 pm#232223
שמעקעדיג האט געשריבן:איך האב געמאכט א ליסטע פון אלע זאכן וואס איך קען פארדינען אין די שעה, זיך אראפגעזעצט מיט מיין אשת חיל מאכן פרא'ס און קאנ'ס פון יעדע, און געגעבן "פוינטס" וועלכע איז מער וויכטיגער, און איידער וואס-ווען איז שוין די שעה אדורך געלאפן, יצא ונכנס בשלום. פראבלעם סאלווד.


אט דאס הייסט ריכטיג אויסגעניצט די צייט..
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 3:50 pm#232229
איך בין ארומגעגאנגען אין הויז רוקן אלע זייגערס
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 4:59 pm#232245
Studied shkulim for today's test
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 6:06 pm#232269
דריידל האט געשריבן:איך בין ארומגעגאנגען אין הויז רוקן אלע זייגערס

יעצט פארשטיי איך פארוואס מ'רוקט די זייגער, מ'זאל האבן צייט צו רוקן די זייגער...
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 7:37 pm#232285
געהאט צייט צו דיליעטען די אלע קליפס פון וואטס עפפ וואס פאקן אן מיין פאן ;)

פארוואס פאר א שווארטץ יאר ריקט מען די זייגער "ווינטער"