Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » קאווע שטיבל • גליונות לשבת קודש

קאווע שטיבל • גליונות לשבת קודש

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
37 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 38 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #752
זונטאג יוני 03, 2012 9:08 pm#15832
גליונות לשבת קודש
ב"ה מיין K-9 פילטער לאזט מיר אריין גיין צו דעם אלעם באקאנטן "לדעת", ווי איך פרינט ארויס די גליונות וואס איז קרוב למהות נפשי, פון וואס איך שעפ ידיעות, חידו"ת אין כאטש וואס.
לעצטנס איז געווארען א התרשלות מצד די ארויס געבערס, כאילו זיי האבען זיך פאראייניגט און זיך אפגעשמועסט אינאיינעם.
וואס מיין איך?
דעם שבת בלעטל (בעלזא)
עלים לתרופה
שערי מדע
דולה ומשקה (רבי אהרן קרויס)
ועוד

וואס זענען שוין נישט בנמצא אויף לדעת,
דער פאלטיטשאן גליון, היינט צו טאג באשטייט נאר פון דער 'דברות קודש של כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א', דער דיבור איז טאקע קודש, אבער פאר נאר די דיבור אליינס וואלט איך עס נישט ארויס געפרינט, עס דארף דאך אויך אביסל ליין מאנטריאל.

דער טאהש גליון קומט ארויס פרייטאג עטליכע שעה פארן זמן, ווען פאר מיר איז דאס שוין צו שפעט.

בזמן הקיץ וואס מיר פירען זיך כאבות אבותינו במנהגם הקדושים שמקורם מקור טהור צו פארן צו די 'בערג', נסיעה וטלטול ובהוצאה מרובה, כעין 'גלות ליידען' ווי חסידישע אידן פלעגן צו טוהן, מיר עכ"פ פרובירען נאך צו מאכען. עכ"פ היות כשיטת 'התניא' נישט ארויס צו פארן מערב שבת קודש מחצות ואילך, דעראיבער פאר איך שוין ארויס דאנערשטאג ביינאכט, ולכן קען איך נאר ארויס פרינטען די גליונות וואס זענען שוין גרייט ביז דאן, הלואי זאלען די מוציאים זיך אנשטרענגען (אויב מעג איך אזוי רעדען...) דאס ארויף צו לייגען אויף לדעת שוין פון דאנערשטאג. אויב מעגליך.
זונטאג יוני 03, 2012 9:20 pm#15835
די ברסלב'ע גיליונות זענען גאנץ גוט.
מאנטאג יוני 04, 2012 2:09 am#15895
מיגדול איז מוראדיג.
סקומט אין אימעל. Migdolonline.com
מאנטאג יוני 04, 2012 11:05 am#15915
כ'האב באמערקט אס סקווירא האט פארמאכט זייער וועבזייטל מיטן נאמען 'גליון מחנינו', פון ווי מ'האט געקענט אראפ נעמען זייערע גליונות, ס'נאר געבליבען דארט א קולא קורא בנוגע צו גיין צום כינוס...
דאס איז א פארלוסט, פון ווי וועט מען יעצט נעמען די 'חצר הקודש', אויף אויף לדעת איז עס נישט צום געפונען פאר די לעצטע פאר וואכען.
אז דער פילטער לאזט דאס אדורך, הלמאי זיי האבן דאס פארמאכט?
דינסטאג יוני 05, 2012 10:01 am#16084
די גלינות פין וועלויל שמעלצער זענען אויך זייער שיין, אפשר הייבט איינער אן צו ארויפלייגען דא אינטערסאנטע גלינות צו מזכה זיין די אידען וואס קענען נישט אונקימען צו לדעת???
פרייטאג אוגוסט 17, 2012 5:25 am#36545
אינטערסאנטע גליון "דער אוצר" (קומט ארויס יעדע פיר וואכן לערך)

m http://ladaat.net/showgil.aspx?par=20120818&gil=76 m
פרייטאג אוגוסט 17, 2012 11:03 am#36581
שמואל הלוי האט געשריבן:אינטערסאנטע גליון "דער אוצר" (קומט ארויס יעדע פיר וואכן לערך)

http://ladaat.net/showgil.aspx?par=20120818&gil=76

טאקע זייער שיין
זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 4:30 pm#44720
לעצטנ'ס דערקוויק איך מיך מדי שבת בשבתו מיט א גליון וואס רופט זיך 'במשנת רש"י' (מען קען עס טרעפען אויף לדעת.נט

די גליון איז אוועק געשטעלט אויף פירש"י מיט עטליכע מדורים, ע"פ חסידות, לומדות, בליציגע רעיונות, הערות און מעשיות

טעמו וראו כי טוב
זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 9:31 pm#44817
דעם שבת בלעטל (בעלזא)
ער בעט היינט אפאר דאלאר פאר א גאנץ יאר, שיק אן אימעל צי e b.wolkenfeld@skynet.be e
סקימט אויס בערך 40. א וואך. ער שיקט עס אריין אין דיין אימעל יעדע וואך
דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 4:43 pm#45558
די עלים לתרופה איז שוין א שטיק צייט נישטא צו באקומען אויף לדעת.

אנשטאט האבן זיי געעפענט א וועבזייטל, ווי מען קען פאר א מינימאלע אפצאל דאונלאודן די גליונות יעדע וואך, אגאנץ יאר.

דא איז די לינק
דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 9:55 am#48575
אויף לדעת האבען זיי עפעס א נייע גליון איבערבליק מיט נייעס פון די לעצטע וואך
פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 12:01 pm#71839
עברית אין א סאטמארע גליון (מהרז"ל)

(דף יג)
m http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 22&gil=354 m
פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 1:15 pm#71879
וויזוי זאגט מען עס אין אידיש, אדער לשון הקדש
פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 1:26 pm#71884
שמואל הלוי האט געשריבן:עברית אין א סאטמארע גליון (מהרז"ל)

(דף יג)
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 22&gil=354
בילד


גרייזיג אויך, ס'וואלט געדארפט שטיין סיבה טכנית אדער סיבות טכניות, אבער מ'קען נישט האבן קיין טענות אויף א סאטמערע פארן נישט קענען עיווריט.

לעמאן, אין אידיש איז עס "טעכנישע סיבות" (סיבות איז נישט אידיש, אבער אויך נישט קיין נייע העברעאישע ווארט), לשון קודש? ווייסעך נישט.

ואת קוראינו הסליחה? וואס מיינט דאס? די סליחה דארף זיי אתנו, און געווענדעט לקוראינו.
מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 9:04 pm#71946
אפשר בין איך נישט גערעכט מיט די את קוראינו הסליחה, מ'זאגט דאך אויך ואתכם הסליחה, איך וועל לאזן אונזערע דקדקנים דא עס פושט זיין.
מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 9:29 pm#71949
געפילטע פיש האט געשריבן:אפשר בין איך נישט גערעכט מיט די את קוראינו הסליחה, מ'זאגט דאך אויך ואתכם הסליחה, איך וועל לאזן אונזערע דקדקנים דא עס פושט זיין.

אלא מאי ואתכם הסליחה איז פשט דער סליחה ליגט בידיכם מוחל צו זיין א״כ ה״ה בנידן דידן.
זונטאג דעצעמבער 23, 2012 12:02 am#71972
געפילטע פיש האט געשריבן:אפשר בין איך נישט גערעכט מיט די את קוראינו הסליחה, מ'זאגט דאך אויך ואתכם הסליחה, איך וועל לאזן אונזערע דקדקנים דא עס פושט זיין.

איך מיין אז געווענטליך שרייבט מען ועם קוראינו הסליחה
זונטאג דעצעמבער 23, 2012 12:16 am#71974
נישט ריכטיג, מען שרייבט ואת, ווי געפילטע ברענגט.
זונטאג דעצעמבער 23, 2012 2:27 am#72014
גראדע נישט.
זונטאג דעצעמבער 23, 2012 7:40 pm#72192
נייתי ספר ונחזי.
מאנטאג מערץ 18, 2013 9:16 pm#98296
נר הפטורה דארף שטיצע
נר הפטורה דארף שטיצע
דינסטאג מערץ 19, 2013 5:15 am#98365
אינטערעסאנט אז קיינער האט נאכנישט צוגעברענגט דעם אימעיל אדרעס פון איינער וואס רופט זיך "א פרייליכן שבת", דער בעסטער און גרעסטער פארשפרייטער פון גליונות אויף אימעיל!! ער שיקט אריין וועכענטליך א געוואלד!!
שיקט אריין צו e agutenshaboss@gmail.com e
דינסטאג מאי 20, 2014 4:48 pm#201382
קאווע טרינקער האט געשריבן:נר הפטורה דארף שטיצע


חכמים הזהרו בדבריכם
היות שבנר הקודם נפלו שם בטעות
כמה מלים שאינם לפי רוח הנר, על כן
מבקשים אנו מהקוראים סליחה על זה,
ושגיאות מי יבין.
ויה"ר שיתקדש שם שמים על ידינו.

וואס האט פאסירט???
דינסטאג מאי 20, 2014 5:03 pm#201387
נר הפטורה פ' בהר.
דינסטאג מאי 20, 2014 5:08 pm#201388
ער ברענגט פון תולדות אהרן רבי, מיט א מקור. פארוועם פארענטפערט ער זיך?
דינסטאג מאי 20, 2014 5:17 pm#201392
ירא שמים יוצא ידי שניהם. קודם שרייבט ער וואס ער האלט פאר ריכטיג, און דערנאך פארענטפערט ער זיך פאר די וואס וועלן טרעפן פראבלעמען אין יעדע זאך וואס מען קען נאר חלומ'ן. ער כאפט אבער נישט אז עס נישטא אין די וועלט גענוג שמאטעס צו פארשטאפן די מויל פון איינעם וואס וויל האקן אויף יעדע זאך.
דינסטאג מאי 20, 2014 9:29 pm#201470
הקנאי אדמו"ר מתולדות אהרן הדריך את חסידיו "באהבת ישראל אל הציונים" של צה"ל ומשטרה?... חחחח. איז ער אויפן קאפ געפאלן? די גרעסטע קנאי'שע קהלה פרעדיגט אהבת ישראל אל הציונים???

די מעשה איז אמת, די ווערטער איז געדרוקט, אבער נעם נישט ארויס די ווערטער פון קאנטעסט!
דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm#201472
נייגעריגער האט געשריבן:אינטערעסאנט אז קיינער האט נאכנישט צוגעברענגט דעם אימעיל אדרעס פון איינער וואס רופט זיך "א פרייליכן שבת", דער בעסטער און גרעסטער פארשפרייטער פון גליונות אויף אימעיל!! ער שיקט אריין וועכענטליך א געוואלד!!
שיקט אריין צו agutenshaboss@gmail.com


צוטיילט אין וויפיל אימעילס? כ'האב ווייניג געדולד צו ווערן באגאסן מיט אימעילס יעדן וויקענד
דינסטאג מאי 20, 2014 10:01 pm#201474
קאווע טרינקער האט געשריבן:נר הפטורה דארף שטיצע


דער פאפולערער "דער אוצר" פון וועלוול שמעלצער בעט אויך שטיצע.
מיטוואך מאי 21, 2014 1:39 pm#201579
העלאו רבותי. איך דארף א טובה.
איך וויל ארויסקומען מיט א גליון, אבער כ'דארף איינער זאל מיר מאכען, דער דיזיין ארום און ארום.
און איך וועל עס אן פילען.
איז דא איינער וואס קען זיך מתנדב זיין?
שכויח, ותבוא עליו ברכה.

פליז קאנטאקטן און אישית.
מיטוואך מאי 21, 2014 2:44 pm#201591
פישעלע איז א געוואלדיגער גראפיסט, בעט אים
מיטוואך אוגוסט 06, 2014 11:29 am#215654
גליון "הלולא דצדקיא" יארצייטן הערליך שיין באשריבן
מיטוואך אוגוסט 06, 2014 12:18 pm#215660
גינות האט געשריבן:פרשת ואתחנן-עקב

ladaat.info/showgil.aspx?par=20140809&gil=1283

ויש חולקים.
זונטאג אוגוסט 26, 2018 9:49 am#411838
וועלוול שמעלצער געט נאך ארויס גליונות?
זונטאג אוגוסט 26, 2018 1:39 pm#411854
מרדכי ישראל האט געשריבן:וועלוול שמעלצער געט נאך ארויס גליונות?

יעצט זוממער איז ער דאך געווען מדריך אין מונקאטש, און ער האט נישט ארויסגעגעבן קיינע גליונות.
ווארשיינליך יעצט, נאך קעמפ, וועט די קוואל אנהייבן צוריק צו פליסן.
זונטאג אוגוסט 26, 2018 1:43 pm#411855
////