Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » פלארידא וואקאציע

פלארידא וואקאציע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7537
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 10:22 am#233747
פלארידא וואקאציע
מיר גרייטן זיך אין די קומענדיגע וואכן אפצופארן קיין מיאמי בשעטו"מ כמנהג אבותינו ורבותינו, אויף אפרו. יאר יערליך נעמט מען די וואנדער שטעקן און מ'לאזט זיך ארויס אהין זיך אנצושעפן מיט פרישע כוחות און זיך אנווארעמען פון די קרירות וואס הערשט אין ניו יארק. סאוט פלארידא בכלל און מיאמי בפרט איז די נאמבער וואן דעסטינאציע פאר היימישע נ.י. אידן וואס זיכן א פלאץ אוועקצולויפן פאר א קורצע אדער לאנגע טערמין. אויך זענען דא מענטשן וואס דארפן דאס לצורך רפואה, ספציפי הארץ לאדענדע מענטשן (די הארץ גליסט). גיאגראפיש איז עס זייער פראקטיש ווייל די פלייט אהין נעמט ווייניגער ווי דריי שעה פון ניו יארק און ס'איז דא אן אויסוואל פון פולע צענדליגע דירעקט פלייטס א טאג. פון א רוחניותדיגע שטאנדפונקט איז עס אויך זייער באקוועם צוליב די ברייטע אויסוואל פון שולן אין כשר'ע רעסטוראנטן וואס זענען דא דארט, אזוי אז מ'דארף נישט נאכלאזן אין אידישקייט ווען מ'איז אוועק פונדערהיים.

איך עפען דעם אשכול ווי דער עולם וועט קענען מיטטיילן טיפס און עיצות פון אייגענע עקספיריענס וואס יא אדער נישט צו טון דארט. איך האלט אז דאס קען זייער בייהילפיג זיין פאר די וואס פלאנען אהין צופארן און יעצט איז די צייט עס אויסצופלאנירן. אויב וועט די שמועס זיך אריינצוען אין עניני ראומאנס וועט מען דעם אשכול אריבערפירן קיין מאחורי. וזה החלי.

ס'דא מערערע געגענטער ווי מ'קען זיך אויפהאלטן דארט. איך וועל דא אויסרעכענען די וואס זענען מיר באקאנט: מיאמי ביעטש, סאוט ביעטש, בעל הארבאר, סאני איילת, האלענדעיל, האליוואוד נארט מיאמי, אוואנטורא, פרט לאדערדעיל, ארויפציר איז דא באקע רעטאן, און נאך העכער איז וועסט פאלם ביעטש.

לאמיר אנהייבן מיט די עירפארטס. די דריי עירפארטס און די געגענט זענען מיאמי, פארט לאדערדעיל און פאלם ביעטש. טיקעטס קיין פאלם ביעטש זענען געווענדליך אביסול ביליגער אבער ס'לוינט נישט אהינצופארן סיידן מ'פלאנט זיך אויפצוהאלטן אין די געגענט. די וועג קיין נארט מיאמי, למשל, קען געדוירן איבער א שעה און ס'איז יצא שכרו בהפסדו. די עירפארט איז זייער קליין און ס'דא וואס גלייכן עס.

פארט לאדערדעיל איז לכאורה די מערסט אויפגעכאפטע עירפארט ווייל דזעט בלאו אין ספיריט פארן אהין (משא"כ מיאמי). די עירפארט איז נישט צו גרויס אבער מ'דארף נאך אלץ נעמען א באס שאטעל צום קאר רענטעל, וואס דאס האב איך זייער פיינט. מיאמי איז שוין א גרעסערע עירפארט און מ'דארף אסאך וואקן, ווי אנצוקומען צום געיט וכדומה.

און קומענדיגע ארטיקל עמיר פראבירן צו באשרייבן די מעלות פון די פארשידענע געגענטער.
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 11:27 am#233755
וויאזוי האסטו געקענט פארגעסען פון ארלענדא?
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:05 pm#233813
ארלענדא איז גאר ווייט פון מיאמי און ס'איז נישט נאנט צום ים. הקיצור, ס'איז א באזינדערע מסכת. נעווערדעלעס, ווער עס האט עפעס צו שרייבן איבער ארלענדא איז העפליך געלאדענט.
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:10 pm#233815
א דאנק פאר'ן עפענען די אשכול, איך האב טאקע געוואלט וויסן מער אינפארמאציע וואו איינצושטיין, פלארידע קאשער ווילאס זאגט דיר צו א פריוואטע ווילא, סווימינג פול, וכו', אבער ער לאזט זיך קאסטן.. האט איינער עקספיעריענס מיט זיינע דירות?
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:13 pm#233818
ריינער האט געשריבן:א דאנק פאר'ן עפענען די אשכול, איך האב טאקע געוואלט וויסן מער אינפארמאציע וואו איינצושטיין, פלארידע קאשער ווילאס זאגט דיר צו א פריוואטע ווילא, סווימינג פול, וכו', אבער ער לאזט זיך קאסטן.. האט איינער עקספיעריענס מיט זיינע דירות?

יא, כ'האב גענימען באנעם א דירה. זייער הנאה געהאט. עס האט געקאסט בערך $275 א טאג. ווערד געוועהן די פרייז
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:14 pm#233819
כאטש געווען אינקלודעד א פרייוועט סווימונג פול?

וואו קען מען גיין אין מיאמי, אויסער פשוט שאפינג?
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:18 pm#233821
ווענץ זיך. ווילסטי קלאצען מיטען ווייב. גיי קיין נארט מיאמי. ווילסטי האבען פאן גיי צי ארלאנדא. ווילסטי גיין צים ים דאן גיי צי האליוואד. גערעכענט פין די שענסטע ביטשעס אין אמעריקא.
איך פארשטיי נישט וואס איז דא צי זיכען אין מיאמי ביטש. חוץ אז די ענדזוסט א גאנצע טאג שלאפן אין שפאצירען ביים בארד וואלק ביינאכט צי טרעפן גאנץ וויליאמסבורג
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:19 pm#233822
איינער האט מיר פארגעשלאגען אמאהל צו נעמען די עמטרעק טרעין פין האליוואד קיין ארלאנדא. אבער עס לוינט נישט. ס'געדויערט 7 שעה. מיט א קאר איז 3 און אהאלב שעה.
איז אדער ארלאנדא אדער האליוואד.
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:20 pm#233823
שמעקעדיג האט געשריבן:כאטש געווען אינקלודעד א פרייוועט סווימונג פול?

יא. א שיינע גרויסע היטעד סווימינג פאל
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:20 pm#233825
בדרך כלל פארן די היינטיגע איגעלייט / קאפלס צו ארלענדא.
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:10 pm#233831
באקע רעטאן איז אויך דא הערליכע שטילע ביעטשעס וואו מען טרעפט נישט גאנץ ראדני, אויך איז דא אפאר געשמאקע רעסטעראנטס א שטייגער וואו mozaart cafe פאר מילכיגס asia גלייך דערנעבן פאר פליישיגס

סאיז בערך 40 מינוט פון מיאמי, און איך מיין אז עס לוינט זיך א באזוך אהין פאר די רואיגקייט
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:05 pm#233872
ראשעקאל האט געשריבן:
ריינער האט געשריבן:א דאנק פאר'ן עפענען די אשכול, איך האב טאקע געוואלט וויסן מער אינפארמאציע וואו איינצושטיין, פלארידע קאשער ווילאס זאגט דיר צו א פריוואטע ווילא, סווימינג פול, וכו', אבער ער לאזט זיך קאסטן.. האט איינער עקספיעריענס מיט זיינע דירות?

יא, כ'האב גענימען באנעם א דירה. זייער הנאה געהאט. עס האט געקאסט בערך $275 א טאג. ווערד געוועהן די פרייז


היינט בעט ער שוין 350.00 א נאכט. אויב די וועטער איז שיין לוינט זיך עס ווייל מ'קען פארברענגן אין פול אבער טאמער נישט איז עס א שאד די געלט ווען מ'קען באקומען א לייטישע האטעל צימער פאר אינטער 200 א נאכט.
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm#233878
מיאמי ביעטש

מיאמי ביעטש גרעניצט זיך מיט'ן ים און ס'איז איינגעטיילט אין צווייען. די חלק וואס איז הארט ביים ים, באקאנט אלס קאלינס עוועניו באשטייט פון גרויסע קאנדא בנינים און האטעלן. דארט זענען דא ווייניג שולן און איין כשר'ע רעסטוראנט (ערגעץ ביי די פופציגע גאסן). די היימישע שול דארט איז דעעש ווי ס'איז אויך דא א מקוה וואס מ'קען ניצן טעגליך. (כמדומה לי אז זיי האבן אויך א נשים מקוה). ס'זענען דא נאך אפאר שולן און די בנינים אבער עטליכע זענען נאר פאר איינוואינער.

די אנדערע חלק מיאמי ביעטש איז שוין מער רעזידענשול און באשטייט פון קליינע הייזער און געשעפטן. די הויפט גאס 41 סט. פארמאגט פול מיט אידישע געשעפטן און ספעציעל זענען דא אסאך רעסטוראנטן. דארט זענען דא אסאך שולן און אויך געפינט זיך דארט די היימישע קערעסטיערער ביהמ"ד. ס'איז גוט צו וויסן אז ס'דא א "שפעטע" מנין שחרית אין חב"ד, ווי מ ' דאווענט 9:00 אינדערוואכן און 10:00 שבת. מנחה דאווענט כמעט יעדער פאר די שקיעה, פאלאוד ביי מעריב. אויב זיכט מען א פריע מנחה קען מען דאווענען אין מיאמי כולל, בערך צווייע. אויך האבן זיי א שפעטערע מנין מעריב, 9:45.
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 6:08 pm#234078
אפשר האט געשריבן:באקע רעטאן איז אויך דא הערליכע שטילע ביעטשעס וואו מען טרעפט נישט גאנץ ראדני, אויך איז דא אפאר געשמאקע רעסטעראנטס א שטייגער וואו mozaart cafe פאר מילכיגס asia גלייך דערנעבן פאר פליישיגס

סאיז בערך 40 מינוט פון מיאמי, און איך מיין אז עס לוינט זיך א באזוך אהין פאר די רואיגקייט


דאכט זיך מאזארט איז אין פט' לארעלדעיל.

ארלאנדא איז כמעט נישט דא צו כשר עסן, וואס ביי אסאך וועקעישענערס איז דאס זייער וויכטיג.
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 2:23 am#234161
ס'איז דא 2 מאזארט'ס איינס אין באקע רעטאן און איינס אין האליוואד\פט. לאדירדעיל.
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 12:31 pm#234222
אוואנטורע איז אויך גאר גישמאק, חב"ד, כשר סופערמארקעט, שיינע חוף הים, ווינציג היימישע פנים'ער, נישט ווייט פון מיאמי
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 1:29 pm#234241
וואס איז ראנג מיט טרעפן גאנץ וויליאמסבורג? מען שעמט זיך מיט עפעס? מען פארט געווענדלעך צו פארברענגן קוואליטי צייט מיט א באליבטע און אויסלופטערן דער מוח, נו, איז וואס איז אויב נאך אפאר אירע פון וויליאמסבורג טוהן דעס זעלביגע?
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 2:00 pm#234243
פישל'ע העררינג האט געשריבן:וואס איז ראנג מיט טרעפן גאנץ וויליאמסבורג? מען שעמט זיך מיט עפעס? מען פארט געווענדלעך צו פארברענגן קוואליטי צייט מיט א באליבטע און אויסלופטערן דער מוח, נו, איז וואס איז אויב נאך אפאר אירע פון וויליאמסבורג טוהן דעס זעלביגע?

אויסלופטערן פון וועמען? ביזט נאריש. א סך אנשי שלומינו אז ס'געלונגט זיי שוין זיך ארויסצושלייכן פון דער געטא, פראבירן זיי צוריקצוווייזן אביסל די ארבעה דברים שבזכותם נגאלו אבותינו ממצרים. מ'קוקט אביסל ארום אויף די תענוגי עולם הזה וואס מיר ווייסן ניטאמאל אז מיר זענען זיך צו זיי מסגף, מ'זעט אביסל נפלאות הבורא, אנדערע סארט באשעפענישן - - בקיצור, א ויברח פון פון דעם ביטערן מציאות. און אז ס'איז שוין יא באשערט צו זיין צווישן דעם מין האנושי, טא פארוואס זאל דאס זיין אין שאטן פון דער מומע יענטל, אין געגנווארג פון דעם ראדני לחיים זויפער אדער אפילו מיין שכנ'ס קאזין. הער אויס, קען זיין ס'פעלט הסברה אין דער לאגיק, אבער אז דו פארשטייסט טאקע נישט דאן לאקי יו.
ATUB @פישל'ע העררינג ATUB
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 3:05 pm#234271
נארט מיאמי

נארט מיאמי איז א שטילע געגענט, בערך א פינף מינוט דרייוו פונעם ים. דארט זענען נישטא קיין האטעלס אין די אידישע געגענט, אסאך אידן האבן אבער הייזער וואס זיי פארדינגן. די דירות האבן א גרויסע מעלה אז ס'פארמאגט א כשר'ע קאך מיט א מחיצה ארום די פול. די געגענט דערמאנט מיך אביסול פון סיגעיט. שול'ן זענען דא דארט לרחצה. די חסידישע ביהמ"ד - קהל חסידים - האט א מקוה וואס איז אפען יעדן טאג. דארט דאווענען די מער היימישער עולם. די פראבלעם דארט איז אז איינמאל ס'ווערט נאכט איז טויט דארט. קיין רעסטוראנטן זענען אויך נישט דא, חוץ א מיליכיגע, וואס איז גאנץ שוואך. פאר א גוטע סאפער קען מען גיין קיין אוואנטורא וואס איז א 10-15 מינוט וועג ביי קאר.

בייטאג קען מען שפאצירן ביי די קאנאל וואס לויפט דורך ביים עק פון אידישע געגענט. ביינאכט איז אבער נישט ראטזאם צו שפאצירן אינדרויסן צוליב אינצידענטן וואס מ'הערט יעדע שטיק צייט (די נישט אידישע איינוואינער באשטייען פון א שוואכע עלעמענט). למעשה, איז עס פארט א אידישע געגענט, און טאמער וויל מען זיין איבער שבת, איז נארט מיאמי א גוטער אויסוואל.
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 3:27 pm#234275
אויב ווילט איר איינשטיין אין נארטה מיאמי ביטש פאר שבת קענט איר איינקויפען די גאנצע שבת אין די סופערמארקעט אדער קענט איר באשטעלן ביי גוטע אידענעס די גאנצע שבת.
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 3:31 pm#234278
בין איך די איינציגסטע צריקגעשטאנענע אין דער שטיבל וואס איז נאך קיינמאל אין פלארידע נישט גיוועהן?
איך זעה יעדע האט וואס צו צולייגן חוץ איך
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 3:41 pm#234283
איך וויל מזהיר זיין די היימישע עולם - די וואס גייען קיין מיאמי אנטקעגן די אפענע פסק פון די פריערדיגע גדולים - חלילה נישט צו גיין קיין "סאוט מיאמי ביטש" (דאס איז די נידעריגע ציפערן גאסן, מיט נידריגע עלעמענטען) דארטען איז דא תועבות, קלאבס און ראיות אסורות ערגער פון מענהאטען און די ארטיסטען. א מוצאי שבת זענען די גאסען פיל מיט תערובות מער ווי א שמחת תורה ביינאכט אין וויליאמסבורג. אפילו אדורך פארען איז אסור אפילו עס איז נישטא קיין דרכא אחרינא (עס איז נאר איין גאס. נישטא ווי צו גיין) די קלאבס זענען איבערגעפילט אז די אויסגעלאסענע מוידס רינען ארויס איבער די גאסען (תרתי משמע). אפילו דער וואס בעט זיין ווייב זאל אים דרייווען כדי צו היטען אויף שמירת עניים וועט חלילה נכשל ווערן מיט געמיינע ווילדע מוזיק וואס הילכט אפ אין די טריפה'נע גאסען פון סאוט מיאמי ביטש.
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 3:51 pm#234284
פישל'ע העררינג האט געשריבן:וואס איז ראנג מיט טרעפן גאנץ וויליאמסבורג? מען שעמט זיך מיט עפעס? מען פארט געווענדלעך צו פארברענגן קוואליטי צייט מיט א באליבטע און אויסלופטערן דער מוח, נו, איז וואס איז אויב נאך אפאר אירע פון וויליאמסבורג טוהן דעס זעלביגע?


יא! סאיז א פראבלעם ווייל איך האב געטראפען מיין פרומע חבר אין פלארידא, האט ער געהאט טענות אויף מיר פאר נישט מיטברענגען מיין רעזשוואלקע...
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 4:10 pm#234290
לית דין בר נש האט געשריבן:בין איך די איינציגסטע צריקגעשטאנענע אין דער שטיבל וואס איז נאך קיינמאל אין פלארידע נישט גיוועהן?
איך זעה יעדע האט וואס צו צולייגן חוץ איך


ניין, די ביסט גאר פון די אויפגעקלערטע וואס גייען אויף בעסערע פלעצער
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 7:39 pm#234330
I haven't been to Florida either. If I take the effort to go on vacation, I might as well go somewhere more interesting. Kosher food is not an issue for me because I take along from Pomogranete
מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 12:43 am#234375
אויך קיינמאל נישט באזוכט דארט.
מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 1:20 am#234381
ראשעקאל האט געשריבן:
ריינער האט געשריבן:א דאנק פאר'ן עפענען די אשכול, איך האב טאקע געוואלט וויסן מער אינפארמאציע וואו איינצושטיין, פלארידע קאשער ווילאס זאגט דיר צו א פריוואטע ווילא, סווימינג פול, וכו', אבער ער לאזט זיך קאסטן.. האט איינער עקספיעריענס מיט זיינע דירות?

יא, כ'האב גענימען באנעם א דירה. זייער הנאה געהאט. עס האט געקאסט בערך $275 א טאג. ווערד געוועהן די פרייז

האסט פארגליכן די פרייזן צו vrbo אדער airbnb?
מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 1:41 am#234385
פישל'ע העררינג האט געשריבן:וואס איז ראנג מיט טרעפן גאנץ וויליאמסבורג? מען שעמט זיך מיט עפעס? מען פארט געווענדלעך צו פארברענגן קוואליטי צייט מיט א באליבטע און אויסלופטערן דער מוח, נו, איז וואס איז אויב נאך אפאר אירע פון וויליאמסבורג טוהן דעס זעלביגע?


די פרעגסט גיט.
אלא מאי. סי משמע אז יש דברים בגו....
מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 1:47 am#234387
Big Boy האט געשריבן:I haven't been to Florida either. If I take the effort to go on vacation, I might as well go somewhere more interesting. Kosher food is not an issue for me because I take along from Pomogranete

יעדער איז ביזי מיט די פאמאגרענט עסן.
יארען ציריק האב איך געקויפט פין שיקס אין בפ.
איז פאמאגרענט די איינציגסטע אדער בעסטע אין געפרוינענע וועקעשען עסן?
דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 7:53 am#234589
ארבעס האט געשריבן:
Big Boy האט געשריבן:I haven't been to Florida either. If I take the effort to go on vacation, I might as well go somewhere more interesting. Kosher food is not an issue for me because I take along from Pomogranete

יעדער איז ביזי מיט די פאמאגרענט עסן.
יארען ציריק האב איך געקויפט פין שיקס אין בפ.
איז פאמאגרענט די איינציגסטע אדער בעסטע אין געפרוינענע וועקעשען עסן?



Everyone is busy with Lexus. Years ago I bought a station wagon. Is Lexus the only one or the best one for cars? Just kidding but you get my point.

Pomegranate has a huge selection of main dishes and side dishes. Schicks has very few choices. The food is also much better. If you'll see their takeout once, you'll understand
זונטאג נאוועמבער 16, 2014 3:38 am#235091
אווענטורא

אווענטורא איז באקאנט אלא א גרויסע שאפינג דיסטרירט מיט מערערע שאפינג מאלס, טייל פון זיי גאר שיינע. ס'דא דארט זייער שיינע געגענטער אין געיטעט קאמיוניטיס. אויך וואינען דארט אסאך ספרדישע אידן (לויט ווי כ'האב אמאל געליינט, האבן אסאך אידן פון קובא אימיגרירט אהין). די געגענט בכלל איז זייער שיין און בע'טעמ'ט ארומצוגיין. איך בין נישט באקאנט מיט האטעלס אין אווענטורא, אבער ס'איז נאנט צו נארט מיאמי און סאני איילס.

אויך איז דא דארט די באקאנטע ספרא שול, געבויעט דורך עטליכע ספרדישע פילאנטראפן ובראשם אדמונד ספרא ז"ל. די שול איז גאר מיאסטעטיש געבויעט און מיט אן אויסטערלישע הערליכע רייכקייט. די פענסטער אויף מזרח איז אפען צו א טייך ווי ס'פארן דורך הערליכע יאכטס. (ס'מיר געווען אינטערעסאנט ווען איך האב אמאל געדאווענט מנחה דארט און ווען די זייגער האט געוויזן די זמן, איז דער שמש ארויף אויפ'ן בימה און אויסגערופן אז מ'גייט יעצט אנפאנגן דאווענען און דער עולם ווערט געבעטן צו פארלעשן די טעלעפאונס. אגב, די בעל תפילה דאווענט דארט אויף א מייק.) אנצוקומען אהין דארף מען ניצן דעם ג.פ.ס. ווייל די וועג אהין איז אביסול פארדרייט אבער ס'איז כדאי צו באזיכן דארט. מ'קען גיין מיט די ווייב אויך און ווען מ'דאווענט איז די ווייבער שול אפען.

ס'דא אסאך כשערע געשעפטן דארט אבער די בעסטע איז צו גיין צו די waterways ווי ס'איז דא א mall מיט בעיקר אידישע געשעפטן. דארט איז דא עטליכע מיליכיגע און פליישיגע רעסטוראנטס און אויך די באקאנטע סערע'ס טענט סופערמארקעט. אין די מאל איז דא א יאנג איזראעל ביהמ"ד ווי מ'קען דאווענען מנחה-מעריב ביים זמן. מ'קען אויך ארומשפאצירן דארט לעבן די וואסער ווי ס'זענען פארקירט הערליכע שיפן.
זונטאג נאוועמבער 16, 2014 4:31 am#235102
מיר האבן געגעסן אייניגע מאל דארט ביי די Waterways, כ'געדענק שוין נישט וואו, אבער כ'געדענק ס'געווען גוט, אוועק פון די מיאמער הופלא, אביסל שטילער. ס'איז שיין צו שפאצירן ביים מארינא גלייך דערביי, מ'דארף נאר שטארק נזהר זיין נישט נכשל צו ווערן מיט ראיות אסורות, מ'קען דארט נכשל ווערן מיט לא תחמוד. די יאכטעס וואס ליגן דארט פארקירט קענען ארויסנעמען די אויגן פונעם צוקוקער.
פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:58 am#238136
היי חברה

א חבר מיינער פארט אויף אורלאנדא נעקסטע וואך זונטאג און איך וויל עם סורפרייזן מיט א וועלקאם בעסקעט/טרעי (א שטייגער וואס מען קויפט פאר חתן/כלה אויף פרישטיג) ,ווייסט עמיצער צו עס איז מעגליך צו באשטעלן דארט אזאנס?

טענקס און גוט שבת
זונטאג נאוועמבער 13, 2016 5:19 pm#354452
אזוי ווי די ווינטער סעזאן איז שוין אויפ'ן וועג און טויזענטער אנ"ש גרייטן זיך בקרוב פאר א ווינטער וואקאציע, איז וויכטיג צו נעמען אין באטראכט אז אין מיאמי דרייט זיך די זיקא וויירוס און מ'זאל פרעגן ביים דאקטאר אויב ס'איז כדאי אהין צו גיין.

די זיקא וויירוס ווערט פארשפרייט דורך מאסקיטאס וואס בייסן איינעם וואס איז אנגעשטעקט דערמיט און די מאסקיטא פירט עס דערנאך אריבער צו א צווייטן וועם ער בייסט. אויך קען עס אריבערגיין פון מאן צו ווייב דורך גישלעכטיכע באציאונגן. ס'קען נעמען מער ווי א וואך אז די סימטאמס זאלן ארויס קומען.
די וויירוס פאר זיך שטעלט נישט קיינעם אין א סכנה אבער א מעוברת וואס איז אנגעשטעקט דערמיט קען עס גורם זיין א ברעין דיפעקט פאר'ן עיבור.

די CDC רעקאמענד אז טאמער פלאנט מען צו ווערן מעוברת אין די קומענדיגע זעקס חדשים, איז ראטזאם סיי פאר די מאן און סיי פאר די פרוי זיך נישט צו דרייען אין א געגענט ווי די זיקא וויירוס איז אקטיוו
מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 10:35 am#354709
איך אויך האט געשריבן:היי חברה

א חבר מיינער פארט אויף אורלאנדא נעקסטע וואך זונטאג און איך וויל עם סורפרייזן מיט א וועלקאם בעסקעט/טרעי (א שטייגער וואס מען קויפט פאר חתן/כלה אויף פרישטיג) ,ווייסט עמיצער צו עס איז מעגליך צו באשטעלן דארט אזאנס?

טענקס און גוט שבת


פרוביר
m http://www.jewishorlando.com/templates/ ... Kosher.htm m

דאכט זיך די זיקא פראבלעם איז בעיקר אין מיאמי ביעטש געיגענט.
מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 11:43 am#354721
מיר פלאנען פאר אונזער ווינטער וויקאציע. פאר יאר בין איך געווען אין מיאמי ביעטש, איך האב זייער הנאה געהאט. האסט דארט די אפציע פון משכהו לבית המדרש נאכען האבען די אפציע פין אם פגע בך מנוול זה...

די רואיגקייט פין די ב"ב נישט צי דארפן מיטשלעפן עסן, ווי אויך אז עס איז דא שולן מיט מנינים, מאכט עס געשמאקער אפילו בגשמיות.

איך זעה דא רעדן פון ארלענדא קען איינער אפשר אביסל מער מאריך זיין דערוועגן? איז עס ענליך צי מאמי סטייל ? איז דא מנינים? איז דא כשרות? וואסערע סארט אטראקציעס?

תודה למפרע
זונטאג דעצעמבער 23, 2018 1:33 am#419543
האבענדיג לעצטענס אן אפעראציע מיט געוויסע קאמפליקאציעס זוך איך אביסל צו אנטלויפן פון די קאלטע ניו יארק צום ווארימען מיאמי זיך אפרוהן און קומען צו די כוחות.

איך וואלט געוואלט זיין אין די געגענט פון קערעסטיר ביהמ"ד משום איזה סיבה, (וואלקינג דיסטענס, עס איז מיר אביסל שווער צו וואקן).

איך בין קיינמאל געווען דארט, איך זוך אינפארמאציע סיי לגבי וועלכען עירליין/עירפארט, סיי לגבי אן אכסניא, דירה צו פריוואטע ווילא, און כשר'ס צו עסן. (גראסערי צו טעיקאוט מיט א גוטע השגחה), ווי אויך צו דארף איך רענטן א קאר אדער אלעס איז אין די 5 -10 מינוט וואלק, (אפשר איז א אובער/ליפט קאר פון/צום עירפארט גענוג, און ביליגער ווי א קאר פאר א וואך).

איך זוך די ביליגסטע וועקעישען מעגליך, לאו דוקא שיינע אקעמעדעשענס, נישט קיין אטרעקשענס וכדו', פלעין צו זיצן אינדרויסן מיט א טישל, רילעקסן און שפאצירן.

יישר כח למפרע.
זונטאג דעצעמבער 23, 2018 3:03 am#419548
ס'טוט מיר זייער לייד צו הערן אז אונזער חשובע קאלעגע @יין שרף גייט דורך א געזינטהייט קאמפליקאציע. און זכות פון דיין זיכוי הרבים פון אונז מהנה זיין דא, זאל דער אייבירשטער דיר שיקן א רפואה שלימה בקרוב.

יעצט צו דיין שאלה. איך שטעל דא א מעפ ווי די קערעסטיר ביהמ"ד איז אנגעצייכענט
Screenshot_2018-12-23-01-31-18~2.png


ווי מ'קען זעהן, איז קערעסטיר נישט ממש נעבן די ים. אנצוקומען צום ים דארף מען אריבערגיין א טייכל Indian creek. מ'קען אריבערגיין אויף 41 סטריט - די הויפט גאס, אדער איז דא א בריקל פאר פיסגייער ביי 28 סטריט. ס'דויערט בערך 15 מינוט צו וואקן צום ים פון קערעסטיר.
אין געגענט פון קערעסטיר זענען נישטא קיין האטעלס, דארפסטי זיכן צו דינגן א הויז אדער א דירה פון איינעם. איך ווייס נישט אויב ס'זענען דא בראקערס דארט, אבער קענסט פראבירן
דא אדער airbnb, homeaway וכדומה אדער זיכן עדס אין די היימישע צייטונגען.

אויף 41 סט זענען דא כשר'ע גראסעריס און אסאך רעסטוראנטן ווי מ'קען עסן מיליכיגס און פליישיגס. אויך זענען דא דארט אין די געגענט אסאך שולן מיט טעגליכע מנינים. איך וואלט געזאגט אז טאמער פלאנסטי נישט ארומצוגיין אויף אטראקציעס איז א שאד צו דינגן א קאר ווייל אלעס וואס מ'דארף האט מען אין וואקינג דיסטענס. צו אין פון די עירפארט דארף לכאורה קאסטן אן אובער בערך 20-30 דאלער, טאמער ניצט מען מיאמי עירפארט.
ס'זענען דא צוויי עירפארטס דארט - מיאמי אין פארט לאדערדעיל. מיאמי איז נענטער צו מיאמי ביעטש אבער אין פארט לאדערדעיל קען מען טרעפן ביליגערע טיקעטס. די עירליינס וואס פארן אהין פון ניו יארק זענען, אמעריקען, דעלטע, יונייטעט (פארט נאר פון נוארק) זשעט בלו און ספיריט (נישט רעקאמענדירט). זשעט בלו און ספיריט פארען נאר קיין פט. לאדערדעיל און נישט קיין מיאמי.
זונטאג דעצעמבער 23, 2018 3:11 am#419552
איך האב געהאט א גיטע עקספיריענס מיט זיי פאר א דירה מיט א פרייוואטע heated pool
m https://www.floridakoshervillas.com m

נו התאחדות הרבנים דארה"ב וקאנאדא שרייבט דאך אז פלארידא איז געמאכט לצורך רפואה...
זאל די אייבערשטער העלפן זאלסט זיך גיט אויסרוהען און צוריק קומען צו די כוחות אן קיין שום פראבלעמען.
זונטאג דעצעמבער 23, 2018 3:25 am#419560
בן ישי האט געשריבן:איך האב געהאט א גיטע עקספיריענס מיט זיי פאר א דירה מיט א פרייוואטע heated pool
https://www.floridakoshervillas.com


זיי האבן דירות אין מיאמי ביעטש?
זונטאג דעצעמבער 23, 2018 3:54 am#419571
Re: פלארידא וואקאציע
@שמעון וואלף האט זייער פיין געשריבן
אין קורצען:
1) NYC to MIA אדער FLL אויב סאיז שווער צו וואקן מיאמי עירפארט פארלאנגט אסאך. פארט לארדעל איז 10 מינוט ווייטער פין די געגענט אבער מזעהט זיך שנעלער אינדערויסן.

2) ליפט איז ביליגער ווי אובער אין מיאמי מדארף נישט קיין קאר.

3) סאיז דא אסאך הייזער צו דינגען אין געגנט.
זונטאג דעצעמבער 23, 2018 4:07 pm#419665
שמעון וואלף האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:איך האב געהאט א גיטע עקספיריענס מיט זיי פאר א דירה מיט א פרייוואטע heated pool
https://www.floridakoshervillas.com


זיי האבן דירות אין מיאמי ביעטש?

די היימישע רענטלס האבן בעיקר ווילאס אין "נארט מיאמי ביעטש", וואס איז בכלל נישט אין געגענט פון קערעסטיר ביהמ"ד.

ווען נישט דו ווילסט "מחמת איזה סיבה" וויילן דוקא נעבן קערעסטירע ביהמ"ד (וואס געפינט זיך אין די סאוט געגנט, נעבן ים), וואלט איך דיר נישט געראטן אהינצוגיין, די געגנט איז נישט אזוי בא'טעמ'ט פאר א וואקאציע (איך רעד שוין נישט ברוחניות, אבער אפילו בגשמיות איז עס א ביזי סטיל סיטי לייף), משא"כ ווען דו נעמסט דיר א ווילא אין "נארט מיאמי" (געווענליך א שיינע דירה'לע מיט א POOL) וואלסטו זיך באמת מחי' געווען, די רואיגקייט און שטילקייט איז עפעס געוואלדיג, אבער דו האסט נישט קיין געשעפטן אויפ'ן פלאץ (עס איז דא איין עלטערע ביהמ"ד, קהל חסידים, וואו מהרז"ל מסאטמאר פירט ווען ער איז דארט).

לגבי עירפארט, בין איך זיך מצטרף להנ"ל אז 'פארט לארעדעיל' (FLL) איז רעקאמענדירט צוליב די קלענערע סייז און איז מער רואיג און דארפסט פיל ווייניגער וואקן זיך צו זעהן אינדרויסן, בעת מיאמי (MIA) איז א גרויסער אינטערנאציאנאלע עירפארט מיט צופיל טרעפיק און לאנגע שטרעקעס.

אלענפאלס וואונטש איך א רפו"ש און א שנעלע ערהוילונג לרמ"ח אברים ושס"ה גידים בקרוב ובניקל ממש.
מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 5:29 pm#420606
טייערע חברי השטיבל.
איך זיך פאר נעמען פון רעסטאראנטן קאפע הייזער ווי מען קען עסן אין מיאמי ביעטש.
ביטע זיך אנרופן.
ATUB @שמעון וואלף ATUB
ATUB @שמעקעדיג ATUB
ווער נאך?
דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 2:10 am#421037
אור נוגה האט געשריבן:טייערע חברי השטיבל.
איך זיך פאר נעמען פון רעסטאראנטן קאפע הייזער ווי מען קען עסן אין מיאמי ביעטש.
ביטע זיך אנרופן.
@שמעון וואלף
@שמעקעדיג
ווער נאך?


koshermiami.org/establishments/
דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 3:22 pm#421084
כ'מיין אז carriage club 5005 Collins Ave האטעל האט א היימישע השגחה פאר די פליישיגע רעסטוראנט