Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » פארלאז מיר, גאט!

פארלאז מיר, גאט!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7548
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 1:57 am#233981
פארלאז מיר, גאט!
לעבעדיגער אייביגקייט,
עקזיסטענץ פון אלע עקזיסטענצן,
מיינע ליפן שעפשען צו דיר,
און צו מיר, אה, לעבעדיגער גאט!
ווייל איך בין דו,
אבער דו ביסט נישט איך.
און איך בין נישט דו
ווי לאנג איך בין איך
און דו ביסט דו.

דו ביסט מיין ישות,
מיין באשאף, מיין חיות,
מיין פינק וואס פלאמט אויף
און שטיקט זיך פון ענגשאפט
דער פייער וואס עסט אויף
מיינע ארעמע ביינער
אין מיינע גרעניצן
אן אומגליקליכע וואוינונג
א דירה סרוחה
האסט זיך געשאפן


פארלאז מיר, גאט, פארלאז!
און זאל דיין הייליגע שכינה
אויסשפרייטן אירע פליגלען
און צוריקפליען צו זיך.
זאל זי אויסטון
אירע שווארצע קליידער
אנטפלעקן איר אכטן נאט
און צעשפילן אירע סטרונעס
מיט א הימלישער געזאנג
אין א כאר פון כוכבי בוקר

וויין, אה גאט, וויין!
פארגיס טרער נאך טרער
דיין אזוי געגארטער מנוחה
דו וועסט נישט געפינען
ווי לאנג דו וועסט עס זוכן
ווי לאנג דו קענסט עס זוכן
ווי לאנג ביסט נישט פאראייניגט
ביחידות שאין כמוהו

אוועק פון מיר, גאט, גיי אוועק!
לייז דיך אויס פון דיינע קייטן
ואם את באומאה,
וועל איך, יחיד מומחה,
דיר באפרייען מיט פרייד,
א טובה טאן מיין זעהל,
וועמען מיין חכמה
האט אמאל באפרידיגט

פארגעס פון מיר, גאט, פארגעס!
אה, ליבשאפט-קראנקער זעהל
מיין פארוואונדעטער געטליכקייט
א פארשניטענער חלק אלוה.
און אויב דו האסט מיר באשוואוירן,
פון ערוועקן דיין ליבשאפט
טרעף דיר דיין געגארטן פריינט
טרעף אים, דיין אייביגער איך

עפן דיינע אויערן, גאט, עפן אויף!
הער דיין פארצווייפלטער געשריי
דעם ברומען פון דיינע געדערים,
דיין שטערבליכע בענקשאפט
צו דיין אייביגע אייביגקייט
וואס איז פון דיר פארשוואונדן
ווי אן אינד אין וואלד


יאמער, גאט, יאמער!
קלני מראשי, קלני מזרועי
דו האסט זיך פארקערפערט
אין אומבאגרייפבארער ענגשאפט
דו האסט זיך איינגעוויקלט
אין א שניינדנדער ווייטאג
דו האסט זיך איינגעהילט
אין א טלית רויט פון בלוט
דיין נשמה צאפלט
ווי א געשטאכענער גוסס
מיט עקשנות האלט אן
א פארפייניגטער אטעם


ערוועק זיך, גאט, ערוועק זיך!
גיס אויס דיינע שטראלן
הקיצה, שטיי אויף!
פארלאז מיר אויף אייביג
מיט געזאלצענע טרערן
צעלאז דיינע שלעסער
טו עס פאר דיר,
אויב נישט פאר מיר
ווייל איך בין איך
און דו ביסט דו
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 2:35 am#233982
ווען מחשבה באקומט א גוף, ווערט עס געבוירן אין יאיר'ס פעדער. הפלא ופלא.
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 4:51 am#233990
הערליך!
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 10:42 am#234013
געוואלדיג! זייער שיין.
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 12:15 pm#234031
הערליך שיין יאיר, געוואלדיג!

ישעיהו בן אמוץ האט שוין מיט זיין נבואה געזען די שיינע פאעמע וואס אונזער יאיר איז עתיד צו שרייבן, אבער האט באשלאסן צוריקצוווייזן זיין פארלאנג.

ישעיהו האט געשריבן: "לֹא יָאִיר לךְ וְהָיָה לָךְ ה' לְאוֹר עוֹלָם וֵאלֹקיִךְ לְתִפְאַרְתֵּךְ."

  

דערנאך האב איך אבער געטראכט אז יאיר וועט אנדערש וועלן לערנען פשט: "לא יאיר לך," יאיר וועט נישט זיין פאר דיר, נאר ממש איך בין איך און דו איז דו. "והיה," ס'זאל טאקע אזוי זיין, ואין והיה אלא לשון שמחה. "לֵךְ ה' לאור עולם", גיי דיך ה' לאור עולם, "ואלהיך לתפארתך". אבער פאר דיר ממש און לאז מיך ארויס פונעם בילד.
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 1:22 pm#234036
ווידערום שטייט דייקא צוויי מאל אין תנ"ך דעם לשון "חוות יאיר עד היום הזה.
"ויקרא אותם על שמו את הבשן חוות יאיר עד היום הזה" . (דברים ג')
להם יקראו חוות יאיר עד היום הזה (שופטים י')

וואס אנשפרעכט אז יאיר'ס וויזיע וועט בלייבן א נצחיות.
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 3:26 pm#234054
פרעכטיק.
פאָלקסטימלעך און פײטיש מיט א מאָל.
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 8:29 pm#234113
יאיר כהאב אן אנדער עצה ווארט נישט ער זאל דיר פארלאזען, דאס וועט נישט פאסירען אזוי שנעל, זיי די אים מקדים פארלאז די אים...
האסט מיר געגעבן אסאך חומר למחשבה פאר מיר האט די פיוט א טיפע משמעות
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 8:05 am#234185
סא דער עיקר רעיון אז א נשמה אין א מענטש איז גאט אין גלות, איז דיינס אדער שטייט פין פריער.
זונטאג אוגוסט 04, 2019 12:02 pm#434216
Re: פארלאז מיר, גאט!
יאיר האט געשריבן:ערוועק זיך, גאט, ערוועק זיך!
גיס אויס דיינע שטראלן
הקיצה, שטיי אויף!
פארלאז מיר אויף אייביג
מיט געזאלצענע טרערן
צעלאז דיינע שלעסער
טו עס פאר דיר,
אויב נישט פאר מיר
ווייל איך בין איך
און דו ביסט דו

אז מ׳רעדט שוין פון ישעיה (יואב׳ס תגובה) און דער מושג פון ג-ט אין גלות within די נשמה פונ׳ם מענטש וכו׳, קען מען מיט דעם אפשר אויך מרמז זיין אין פסוק פון נחמה (ישעיה נא יב) ״אנכי אנכי״ הוא מנחמכם ״מי את״ וגו׳. והיינו, אז די נחמה קומט ווען ג-ט ב״ה אנטפלעקט זיך אלס דעם ״איך״ פון זיך כביכול און אונז אלס׳ן ״דיך״ (אפגעטיילט).