Under maintenance
הויפט זייט » מכתב מאת רבי בן ציון מ'באבוב שליט"א בנוגע הפילוג

מכתב מאת רבי בן ציון מ'באבוב שליט"א בנוגע הפילוג

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7568
דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 12:23 pm#234641
מכתב מאת רבי בן ציון מ'באבוב שליט"א בנוגע הפילוג
אויף דער פארלאנג פון בית דין, האט האדמו"ר רבי בן ציון אריה לייבוש האלבערשטאם מבאבוב (48) שליט"א אפגעשריבען זיין צד, אז ער דארף צו זיין באבוב'ער רב שליט"א, הוא ולא אחר.

דא האט איר דעם מכתב קודש:



בס"ד

הנני בזה להגיד קושט דברי אמת לקיים רצון צדיק ה"ה כ"ק אדוני אבי זצ"ל, להודיע לכבוד הרבנים שליט"א מה ששמעתי מכ"ק אאמו"ר זצ"ל כמה פעמים איך יהא סדר הדברים לאחר אריכות ימיו ושנותיו.

כ"ק אאמו"ר זצ"ל קראני כמה פעמים ודיבר אלי בענין זה במשך שנות תש"מ-תש"ן בבארא פארק ובדרך כלל השתמטתי מלדבר בענין זה, עד כדי כך שאף יצאתי מחדרו בהתחלת הדיבור לגודל צערי מהדיבור בענין כזה, היינו מהסתלקות אבי קדוש ישראל זי"ע.

וכן בתחלת שנות תש"ן דיבר אלי כמה פעמים בענין זה בהיותי בכפר ווייט לעיק במשך ימי הקיץ, וכן דיבר אלי בטיולו עמי שם בשנת תשנ"ו ושנת תשנ"ז.

והיוצא מדבריו בכל הזמנים הנ"ל הי', שרצונו הוא שלאחר אריכת ימיו ושנותיו קהלתנו הקדושה קהלת באבוב לא תיפרד בשום פנים ואופן, ושיבח מאד בשם אביו זצ"ל הי"ד אותם מקומות שלא נפרדו. ורצונו הי' שנשב ביחד בקהלתנו אחי זצ"ל ואנכי, ואמר בלשונו: "קודם איינער נאכדעם דער אנדערער".

ובחייו של אחי זצ"ל תהי' הנהגה משותפת לפי המצב והמציאות ברוח אהבת אחים.

כמה וכמה פעמים הפצירני שאכתוב רצונו זה עלי גליון בנוסח צוואה, אמנם לא מלאתי מבוקשתו.

בכל פעם שדיבר בנושא זה התבטא בלשונות חריפים מאד שלא כדרכו נגד מי שיהין לקלקל ולגרום איזה שינויים בסדר הדברים הנ"ל נגד רצונו. באחד הזמנים הנ"ל (זה הי' בביתו בארא פארק) אמר לי כ"ק אאמו"ר זצ"ל בתוך דבריו אלי, שמלפני זה קרא אחי זצ"ל ואמר לו ג"כ ככל הדברים הנ"ל, ולשונו הי' (בערך): "איך האב געזאגט נפתלי'ן אז איך גיי דיר זאגן, און אז איך גיי דיר זאגן אז איך האב אים געזאגט".

יתר פרטי הדברים שמתי בפי המוכ"ז
הק' בן ציון ארי' ליבוש האלבערשטאם
דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 12:24 pm#234642
#Empty
דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 12:35 pm#234645
א פיין שטיקל היסטוריה
דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 1:09 pm#234648
דער איינציגער פראבלעם איז אז דער לשון קומט פון צד 45 און זיי ווייזן נישט קיין קאפיע פונעם בריוו אדער חתימה, וועלכער מיינט אז ס'קען זיין ארויסגעזויגן פון פינגער!
דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 1:54 pm#234662
איך זעה אז די בריוו געפעלט דיר נישט.
דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 2:36 pm#234678
איך בין נישט איבערצייגט אז די בריוו איז אמת צו קרוב לאמת. אבער אין יעדנספאל זעה איך גארנישט שלעכט מיט דעם בריוו. ווי שטייט אז ווען איינער בא'גנב'ט א רבי דארף ער זיך פארמאכען די אויגען און זיך לאזען ב'גנב'נען. און נאכדערצו אז ער האט געהאט א צוואה בפה פון די הייליגע רב ז"ל ווי ער האט איהם איבערגעגעבען רצון קדשו.

יעדע איינער ווייסט קלאר טיף אין הארץ אז דאס איז געווען דעת קדשו פון די היילגיע רב ז"ל אלע נאנטע מענטשען אלע עכטע חסידים (נישט 20 יעריגע פריצאקעס וואס האבען קוים געקענט די רב ז"ל ווען ער איז געווען א בן פ' ובן צ') פון די רב ז"ל האלטען אזוי און האבען טאקע אזוי אזוי אויסגעפאלגט. מאך א חשבון, איז דא נאך א חסידות אין די וועלט וואס די פילוג און פראצענט זעהט אויס אזוי לויט די יארן???

בן שבעים ולמעלה 97% באבוב, 3% רמ"ד
בן ארבעים עד בן שבעים 95% באבוב 5% רמ"ד
בן שלושים עד ארבעים 85% באבוב 15% רמ"ד
בן עשרים עד בן שלושים 65% באבוב 35% רמ"ד
בחרים בן עשרים ולמעלה 10% באבוב 90% רמ"ד
בחורים בן י"ז עד החתונה 55% באבוב 45% רמ"ד
בחורים בר מצוה עד בן י"ז 80% באבוב 20% רמ"ד

ווען זאל זיין בחורות און נאר אידען פון פערציג און העכער קענען וועלען וואלט די רעזאלטאטען געווען 95%-5% דאס איז קלאר.

אלא מאי די גאנצע 28% וואס צד רמ"ד האט באקומען ביי די בחירות זענען רוב רובו פון וויילער וואס זענען אינטער די בן ארבעים לבינה. צוואנציג יעריגע צוזאמען מיט בחורים מיט די קליינע מוחות וואס האבען נישט געקענט (ע"כ פנים גוט) די רב זכרונו לברכה. זיי פארשטיין צו א דעת קדשו פון רבינו ע"ה?? ועוד די בחירות זענען נישט געווען "וואס איז דעת כ"ק רבינו זצ
ל די בחירות זענען געווען וועמען ווילסטו וכו'. זיי וואלטען נישט געהאט קיין 5% ווען די שאלה איז וואס איז געווען דעת רבינו זצ"ל.

אלא מאי וועלען זיי טענה'ן אז די רב ז"ל האט נישט קיין זאג אין ווער זאל דא איבערנעמען. האב איך א תשובה צו ענק: 6 בלעטער מיט צעהן יאר איז די תירוץ אז רבינו האט קלאר יא א ווארט איבער דעם און אזוי האט רוב רובו פון חסידים פארשטאנען.

מען ווארפט דא סתם ארויס צייט פאר גארנישט אלע טענות אלע בריווען זענען דערנאך רבותי "די פסק איז ארויסגעקומען" מיט די אלע טענה'לעך און מענה'לעך האבען די רבנים אזוי געהאלטען.

ווען זאל זיין בחורות און נאר אידען פון פערציג און העכער קענען וועלען וואלט די רעזאלטאטען געווען 95%-5% דאס איז קלאר.
דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 4:09 pm#234697
נאך ליינען אזא בריעוו, איז פשוט אינטרעסאנט צו וויסען, ווי לאנג האט רבי שלמה באבוב'ער זיך פארגעשטעלט גייט זיין זוהן רבי נפתלי לעבן, איז ער טאקע געוועהן אזא קלארע בעל רוח הקודש (ווי שוין ערווענט אין א אנדערע אשכול)? האט ער דען נישט געווינטשען זיין זוהן אריכות ימים ושנים אנשטאט קצירת ימים ושנים כדי "קודם איינער נאכדעם דער אנדערער"? וויי לי יצוייר ווען ער איז יא מאריך ימים?
עס איז זייעא אויפאלענד אזא בריעוו.
דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 4:13 pm#234698
עפעס שטימט נישט דער בריוו, וואס וויל דא רבי בן ציון דערמיט?

און וויאזוי איז שייך יעצט צו אינפארסירען ''איין קהילה'' ווען אין פאקט איז דא צוויי קהילות, און עס איז ניטאמאל אינטערסאנט פאר רבי בן ציון צו באקומען די ציבור וואס וויל גיין מיט רבי מרדכי דוד
עפעס שטימט דא נישט

ATUB @דולה ומשקה ATUB ביסט זעכער ס'א אמתער בריוו?
דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 4:20 pm#234700
דולה ומשקה האט געשריבן:נאך ליינען אזא בריעוו, איז פשוט אינטרעסאנט צו וויסען, ווי לאנג האט רבי שלמה באבוב'ער זיך פארגעשטעלט גייט זיין זוהן רבי נפתלי לעבן, איז ער טאקע געוועהן אזא קלארע בעל רוח הקודש (ווי שוין ערווענט אין א אנדערע אשכול)? האט ער דען נישט געווינטשען זיין זוהן אריכות ימים ושנים אנשטאט קצירת ימים ושנים כדי "קודם איינער נאכדעם דער אנדערער"? וויי לי יצוייר ווען ער איז יא מאריך ימים?
עס איז זייעא אויפאלענד אזא בריעוו.

מען מיז ארייננעמען אין חשבון אז כ''ק מהרב''צ איז מיט בערך 30 יאר אינגער ווי להבחל''ח כ''ק מהרנ''צ זצוק''ל
דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:08 pm#234718
חסיד האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:נאך ליינען אזא בריעוו, איז פשוט אינטרעסאנט צו וויסען, ווי לאנג האט רבי שלמה באבוב'ער זיך פארגעשטעלט גייט זיין זוהן רבי נפתלי לעבן, איז ער טאקע געוועהן אזא קלארע בעל רוח הקודש (ווי שוין ערווענט אין א אנדערע אשכול)? האט ער דען נישט געווינטשען זיין זוהן אריכות ימים ושנים אנשטאט קצירת ימים ושנים כדי "קודם איינער נאכדעם דער אנדערער"? וויי לי יצוייר ווען ער איז יא מאריך ימים?
עס איז זייעא אויפאלענד אזא בריעוו.

מען מיז ארייננעמען אין חשבון אז כ''ק מהרב''צ איז מיט בערך 30 יאר אינגער ווי להבחל''ח כ''ק מהרנ''צ זצוק''ל



גערעכט! ווען די מהרנ"צ וואלט געלעבט אפילו כשנות אביו ביז 92 וואלט כ"ק רבינו שליט"א נאך געווען אין די זעכציגערס. חוץ דעם פאקט אז איך גלייב יא אז כ"ק רבינו זצ"ל האט געהאט רוח הקודש. און טאמער די דולה ומשקה האלט אז נאר ר' יעקב יאסעלע ה"ש האט רוח הקודש בין איך מחולק מיט דיר זיין גאנצע ווערן א רבי און זיין הכתרה איז פארגעקומען אין די מקוה צעווישען אפאר נאקטע אידען ערב שבת ווען איינער האט אויפגעהאנגען א צעטיל אויף זיין בענקל "מקום מיוחד לכ"ק אדמו"ר שליט"א" ויעשו עגל! .

במאמר המוסגר וואס טוט זיך אין בעלעד? זייט הייקינדס זיג בהמלצות אבד"ק בעלעד האב איך גארנישט געהערט פון בעלעד.
פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 3:01 pm#234939
נתן מנחם, דיינע נומערן זענען אויס געזויגען פון די פינגער, און פאלש ווי דיינע אנדערע תגיבות.

היינט צו טאג האט באבוב (45) רוב באבוב (אפשר שוין 60 פרוצענט), און אלע בלי יוצא מן הכלל דארט זענען געשוואוירענע חסידים.

דענמאלט ביי די אזויגערופענע וואלען, האבען זיי מיט אלע אינטימידעישען מצד 48, מיט אלע קעמערע'ס מצד 48, מיט אלע פרעשור וואס 48 האט געלייגט אויף מענטשען, האט באבוב 45 געהאט עטליכע אין פערציג פרוצענט!

ווען רב"צ זאל ווען ארויס פון בית מדרש, וואלט ער אפילו די נומערען וואס די טיילסט צו צו 45, אויך נישט געהאט.
פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 3:24 pm#234942
כנור האט געשריבן:היינט צו טאג האט באבוב (45) רוב באבוב (אפשר שוין 60 פרוצענט), און אלע בלי יוצא מן הכלל דארט זענען געשוואוירענע חסידים.

כהאב הנאה איינער דא פו אנשי רמ"ד שרייבט אמת, כ'בין זיכער ס'טוט שטארק וויי פאר רב"צ, אבער דאס זענען די ריכטיגע נומערן
:like :like :like :like :like
ס'איז נישט אפשר זעכציג פראצענט, ס'איז זיכער איבער זעכציג פראצענט, מ'קען זיך אליין איבער צייגן ביים אריין גיין צו באבוב אין דערנאך צו 45
מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 10:04 pm#235012
פליישיגער האט געשריבן:עפעס שטימט נישט דער בריוו, וואס וויל דא רבי בן ציון דערמיט?
@דולה ומשקה ביסט זעכער ס'א אמתער בריוו?


צו דאס איז אמת אדער נישט ווייס איך נישט, עס גייט מיר בכלל נישט אן, מי יתן אז עס זאל זיין צען אדער צוואנציג באבוב'ער רבי'ס, ווילאנג זיי פארשפרייטען תורת שלמה איבער אהבה אחדות און שלום ציווישען כלל ישראל, ווייל וואס איך זעה דערווייל איז שנאה אויף גאר א הויכער שטאנדארט, פונקט פארקערט מקצה לקצה, כרחוק מזרח ממערב, וואס רבי שלמה האלבערשטאם זכרונו לברכה האט באמת געוואלט און לכאורה געלערנט זיינע חסידים. טייטל נישט קיין פינגער - ביידע פראקציעס זענען דער זעלבע פאראנטווארטליך שנשתכח תורת שלמה מישראל אין גאר א קורצע אפשניט פון יארן.

באבוב 48 זאל זיך שלאגען בחרב ובחנית מיט באבוב 45, עד שיבא באבוב 17 ויכריע על ביניהם, זאלן אלע נאקעטע אין די מקואות זיך אויס בויכען און איבערקייען די זעלבע לשון הרע רכילות מוציא שם רע, ברכה לבטלה ביז זרע לבטלה.

פיאות אונטער די אויער ווי ר' בן ציון בלום אדער שיינע געקראזעלטע פון ר' בן ציון אריה ליבוש, פיאות געדרייט ארום די אויער ווי ר' יהושע רובין אדער קליינטשיגע ווי ר' מרדכי דוד אונגער, עד שיבא ר' נחום מאיר גערמאן בימות החול אונטער די אויער ובשב"ק אראפ ווי הגרי"ל שטיינמאן'ס בארד, א געשעפט האב איך דער קליין קינדערישע געפעכט צו דער רב שיקט זיין שמוציגע נעפקינס צו ר' חיים יענקעל טויבער און ער שיקט עס ווייטער צו ר' ברוך אברהם הורוויץ אדער נישט, צו ר' מרדכי דוד אונגער האלט זיך פעסט צום אלטן הקפדה אז בלויז האנטוכער איז ערלויבט בלילי שבתות.

ווי וועם'ס הכתרה איז געוועהן ווי און ווען, גייט מיר אזוי אן ווי יענער עיקר שכחתי הכתרה, ווייל ווי לאנג מ'מיינט קנאה תאוה און כבוד, האט א אמאליגע רב געזאגט איז עס מוציאין את האדם מן העולם, דער מציאות ווייסט דערויף, יענער האט געוויסט וואס ער זאגט. איך בין שטארק מסופק צו יענער וואס האט געזאגט דער מימרא האט בכלל געהאט א הכתרה, אדער אפילו א משפחה נאמען.
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 4:55 pm#235620
איין זאך זאל מען זיך פרעגען, קלערט איינער אז דער מהר"ש האט געשיקט די פיטער מיטען קאץ? אנגעטרויעט רב"ץ אויס צו פירען זיין רצון לאחר פטירתו פון רבי נפתלי?

דאזענט מעיק סענס.
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 4:58 pm#235623
לאידך גיסא האט ער יא אנגעזאגט אנדערע וואס עס טוהט זיך. קוק אין "זאת התורה" פאר די עדות.

ווען זאל עס זיין אמת וואס רב"ץ זאגט בשמו פון זיין טאטען, איז פארוואס האט ער נישט נאך איינעם מעיד צו זיין די זעלבע?

אפילו רבי חיים יענקל האט נישט געזאגט אז זיין שווער האט אים געזאגט, נאר אז "מען האט געוויסט". זיין ווייב האט אים געזאגט.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:30 pm#235913
דער אמת רמ״ד קען דאס אויך מעיד זיין.
ווייל שנת תש״נ איז רמ״ד נישט איינגעפאלן צו זיין באבובער רבי. ער האט געוויסט אז זיין פעטער גייט זיין רבי.

אויך ר״י רובין קען דאס מעיד זיין.
ווייל אויב וועלט עס געדארפט גיין צו חתני מהרנ״ץ, וואלט ער אנגענומען די רביסטעווע ״בשתי ידים״.
ער האט נישט געוואלט? איידל פון עם! אויב קומט עס עם בתורת ירושה, וואלט ער שיינער האט אנגענומען, ווי איידער צו נעמען דעות פון זיין יונגערע שוואגער.

נאר וואס דען, מען האט אויפגעבויעט א וואנט פון שנאה בשנת תש״ס-תשס״ה.
יעצט שרייט רמ״ד אז ס׳קומט זיך עם.
ר״י רובין, וויל נישט זיין דער חיה רעה, און שטיין בראש פון די מערכת ״השלום״ קעגן באבוב. האט ער אויפגעגעבן אויף די רביסטעווע.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:54 pm#235931
גערעכט
איך שנת תש"ן איז רבי מרדכי דוד נישט איינגעפאלן צו זיין באבובער רבי און דערפאר איז ער היינט דער באבובער רבי אפילו אויב ער זאל זיך רופען עפעס אנדערש.

דיין רבי איז אבער יא איין געפאלען נאר א סאך פאר תש"ן צו זיין באבובער רבי און דארטען שטעקט דער פראבלעם.
you hit the nail on the head

ער וועט קענען הייסען באבובער רבי און באבובער רב וויפיל ער וויל, אבער ביז ווי לאנג ער מאכט נישט שלום, וועט ער קיין באבובער רבי (אפילו דער צווייטער באבובער רבי) אין דער וועלט נישט זיין.

און די, אוודאי נישט, ווייל וואס פארקויפסטו? נאר האס.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 4:13 pm#235995
.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 4:19 pm#236000
כנור האט געשריבן:גערעכט
איך שנת תש"ן איז רבי מרדכי דוד נישט איינגעפאלן צו זיין באבובער רבי און דערפאר איז ער היינט דער באבובער רבי אפילו אויב ער זאל זיך רופען עפעס אנדערש.

דיין רבי איז אבער יא איין געפאלען נאר א סאך פאר תש"ן צו זיין באבובער רבי און דארטען שטעקט דער פראבלעם.
you hit the nail on the head

ער וועט קענען הייסען באבובער רבי און באבובער רב וויפיל ער וויל, אבער ביז ווי לאנג ער מאכט נישט שלום, וועט ער קיין באבובער רבי (אפילו דער צווייטער באבובער רבי) אין דער וועלט נישט זיין.

און די, אוודאי נישט, ווייל וואס פארקויפסטו? נאר האס.

ענדליך געענטפערט צום זאך.
אויב, ווי די אליינס שרייבסט, און ביסט מודה, אז דיין רבי רמ״ד האט תש״נ פארשטאנען אז דער רביסטעווע קומט זיך ״נישט״ צו עם, נאר צו זיין פעטער, וואס דארף איך אן אנדערע עדות, דאס איז די בעסטע.
ווייל דער באבובער רב האט זיך נישט צוגישטעלט צו רמ״ד׳ס משוגעתן תש״ס-תשס״ה, האט ער פארלוירן די זכות?
און ווי אזוי גענוי איז עס אריבער צו רמ״ד? אה׳! ווייל ס׳איז עם איינפאלן, אזוי שטייט טאקע אין שו״ע חלק הנסתר.
תירץ, ס׳איז טאקע נישט אריבער, און ס׳קומט נישט רמ״ד די רביסטעווע, דעריבער האט ער פארלוירן דער די״ת, ווייל ס׳קומט עם גארנישט.
זיי מיר געזונט.

כ׳האב אלעמאל געוואוסט, אז יעדער 45ער פארשטייט עס.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 5:02 pm#236020
א ברודער ירשענט נישט ווען עס איז דא א איידעם (איידעמער), פינטעל. דער פעטער האט קיינמאל נישט געהאט דער זכות. איך האב דיר שוין געפרעגט, ווער וועט דיר ירשענען, דיין ברודער אדער דיינע קינדער?

רבי מרדכי דוד איז נישט איין געפאלען אז ער וועט זיין רבי, קודם כל ווייל ער האט א עלטערע שוואגער, און ווען נישט דער מחלוקה פונעם פעטער וואלט דער עלטערע שוואגער געדארפט ווערען רבי. למעשה האט דער שוואגער עס אוועק געגעבען פאר זיין אינגערע שוואגער און לעבט בשלום ובשלוה מיט אים ווי גוטע ברודער, על אפם וחמתם פון פארטי עיט, וואס האבען געשימפט אין תשס"ה אז זיי וועלען זיך אין צוויי חדשים צוקריגען.

עס איז נישט געשעהן, ווייסט פארוואס? אוודאי ווייסטי פארוואס, ווייל זיי זענען אמתע באבובער! און שלום מיינט שלום!

געהאפט האט מען אין באבוב אין תש"ס און עד ועד בכלל אז רב"ץ וועט מקבל מרות זיין פון זיין ברודער, און אויב דאס וואלט געשעהן וואלט רבי נפתטשע'ס איידעמער אוועק געגעבען וואס איז זייערס (דאס באבובע רביסטיווע) פאר רב"ץ כאטש אז עס איז זייערס על פי הלכה, און דער סיבה איז ווי רבי מרדכי דוד האט דענמאלט געזאגט אז "א ראביסטיווע נעמט מען זיך נישט אליין"! די הערסט ווערטער "א ראביסטיווע נעמט מען זיך נישט אליין".

אבער היות עס איז געשעהן וואס עס איז געשעהן, און דיין רבי האט זיך גענייט א פראק, און זיך געגרייט למלחמה פינעף יאר אזוי ווי די ביזט אליין מודה אז רב"ץ "האט זיך נישט צוגישטעלט אין תש״ס-תשס״ה", וואס אין דער זעלבע צייט האבען רבי נפתלטשעס איידעמער גארנישט געטוהן צו פארטרייבען זייער שווערס שונאים, איז דערפאר האט אויסגעפלאצט דער מחלוקה אין תשס"ה.

אבער דער זכות איז קיינמאל נישטט געווען רב"ץ'ס, קיינמאל!

און וועגען דעם איז נישט דא קיין צוואה אז ער זאל זיין רבי, און אפילו קיין עדות (אפילו פאלשע עדות) אויך נישט אויף דעם. רבי חיים יענקל האט געזאגט "אז מען האט געוויסט אז רב"ץ גייט זיין רבי", אבער מודה געווען אז ער האט עס קיינמאל נישט געהערט פון זיין שווער.
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 12:33 pm#236293
כנור האט געשריבן:א ברודער ירשענט נישט ווען עס איז דא א איידעם (איידעמער), פינטעל. דער פעטער האט קיינמאל נישט געהאט דער זכות. איך האב דיר שוין געפרעגט, ווער וועט דיר ירשענען, דיין ברודער אדער דיינע קינדער?

רבי מרדכי דוד איז נישט איין געפאלען אז ער וועט זיין רבי, קודם כל ווייל ער האט א עלטערע שוואגער, און ווען נישט דער מחלוקה פונעם פעטער וואלט דער עלטערע שוואגער געדארפט ווערען רבי. למעשה האט דער שוואגער עס אוועק געגעבען פאר זיין אינגערע שוואגער און לעבט בשלום ובשלוה מיט אים ווי גוטע ברודער, על אפם וחמתם פון פארטי עיט, וואס האבען געשימפט אין תשס"ה אז זיי וועלען זיך אין צוויי חדשים צוקריגען.

עס איז נישט געשעהן, ווייסט פארוואס? אוודאי ווייסטי פארוואס, ווייל זיי זענען אמתע באבובער! און שלום מיינט שלום!

געהאפט האט מען אין באבוב אין תש"ס און עד ועד בכלל אז רב"ץ וועט מקבל מרות זיין פון זיין ברודער, און אויב דאס וואלט געשעהן וואלט רבי נפתטשע'ס איידעמער אוועק געגעבען וואס איז זייערס (דאס באבובע רביסטיווע) פאר רב"ץ כאטש אז עס איז זייערס על פי הלכה, און דער סיבה איז ווי רבי מרדכי דוד האט דענמאלט געזאגט אז "א ראביסטיווע נעמט מען זיך נישט אליין"! די הערסט ווערטער "א ראביסטיווע נעמט מען זיך נישט אליין".

אבער היות עס איז געשעהן וואס עס איז געשעהן, און דיין רבי האט זיך גענייט א פראק, און זיך געגרייט למלחמה פינעף יאר אזוי ווי די ביזט אליין מודה אז רב"ץ "האט זיך נישט צוגישטעלט אין תש״ס-תשס״ה", וואס אין דער זעלבע צייט האבען רבי נפתלטשעס איידעמער גארנישט געטוהן צו פארטרייבען זייער שווערס שונאים, איז דערפאר האט אויסגעפלאצט דער מחלוקה אין תשס"ה.

אבער דער זכות איז קיינמאל נישטט געווען רב"ץ'ס, קיינמאל!

און וועגען דעם איז נישט דא קיין צוואה אז ער זאל זיין רבי, און אפילו קיין עדות (אפילו פאלשע עדות) אויך נישט אויף דעם. רבי חיים יענקל האט געזאגט "אז מען האט געוויסט אז רב"ץ גייט זיין רבי", אבער מודה געווען אז ער האט עס קיינמאל נישט געהערט פון זיין שווער.


דאס הייסט אז תש״נ האסטו געהאלטן אז באמת דארף רמ״ד זיין דער יורש העצר, און די האסט דעמאלטס שוין געהאלטן אז ער ״ברוב טובו״ גייט עס ״אוועק געבן״.
דו ביסט אדער דו מאכסט דיך???

לגבי הלכה אין א נאט-שעל, ״כל הקודם לירושה קודם לשררה״ מאכט נאך נישט שררה א ״הלכה׳דיגע ירושה״, ס׳איז ס״ה א גיידליין, ווער ס׳קומט פריער, און אן איידעם קען נישט ירשענען קיין שררה, ווייל עס גייט דורך זיין פרוי. די אלע תשובות (אין ענקערע פשקעוויל) פון חתנו כבנו איז נאר לגבי א פרעמדער מענטש, נישט קעגן א ברודער אדער א פעטער.

דעריבער האסטו ״קיינמאל״ נישט געחלומט אז רמ״ד גייט זיין רבי.
און די האסט ״קיינמאל, נישט געחלומט אז ער גייט עס פשוט אוועקשענקען פאר זיין פעטער.
דעריבער האט ער פארלוירן דער די״ת.
ממילא אז האט מער נישט באבובער רבי, נאר כ״ק אדמו״ר מבאבוב פינעף און פערציג שליט״א.
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 1:40 pm#236317
אויב רבי נפתלטשע וואלט געווען רבי 10 אדער 20 יאר, ביזטו אוודאי מסכים אז רבי בנציון וואלט קיינמאל נישט געווארען רבי.

אין תש"ן האט מען נישט געוויסט ווי לאנג רבי נפתלטשע גייט לעבען, און אויך נישט וויפיל דער מהר"ש גייט לעבען, איז ממילא דיין בנין צופאלען.

ווען דער מהר"ש לעבט 85, און רבי נפתלי 75, ווערט רבי בנציון נישט רבי לכולי עלמא, אפילו לויט דיר.
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 2:19 pm#236326
רמ״ד מאכט בעסער נאך ר׳ שלמהל׳ע ז״ל ווי ר׳ יהושע רובין
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 2:22 pm#236327
ווען די מהרנ"ץ וואלט בשעת זיין הכתרה געווען אינגאנצן געזונט וואלט רב"ץ געטוהן כרצון אביו אין זיך געעפענט אן אייגן שטיבל מיט אייגענע רביסטיווע, ער וואלט אין קיין הוא אמינא געטראכט צו ווארטן נאך 20־30 יאהר אויף אפשר צו ווערן רבי.

וויבאלד אבער אז ווען די מהרנ"ץ איז געווארן רבי איז ער שוין געווען זייער נישט געזינט, האט רב"ץ געמאכט א חשבון אז בעסער ווי עפענען א קליין שטיבל וועט ער בלייבן אין בימ"ד אין צו ווארטן אז זיין ברידער זאל שטארבן אין נאכדעם איבערנעמען די גרויסע בימ"ד.

למעשה ער מיט זיינע נאהנטע וואס וואלטן מיטגעגאנגען צו זיין שטיבל זיך נישט געקענט איינהאלטן אין מיאוס זיך אויפגעפירט צום מהרנ"ץ אין זיך איינגעקויפט א וועלט מיט שונאים.

די רעשט היסטאריע ווייסט שוין יעדער.
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 1:09 pm#236617
אויב גייט עס, לדבריך, אלס דין ירושה, דעמאלטס איז נישט קיין שום נ״מ, צו דער מהרנ״ץ וואלט נסתלק געווארן ״פאר״ זיי טאטע, צו 150 יאר שפעטער, צו דער באבובער רב האט זיך אויפגעפירט ווי רמ״ד האט געשמעקט צו נישט, ירושה טוישט זיך נישט.
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 4:31 pm#236696
גערעכט, אויב רבי נפתלי וואלט נפטר געווארען בחיי אביו, וואלט רבי בנציון געווארען רבי. אבער געווענליך שטארבט א זוהן נאך זיין טאטע, און בדרך הטבע וואלט רבי נפתלי געווארען רבי ווי עס איז טאקע געשעהן. רבי נפתלי צבי'ס יורש זענען זיינע קינדער, נישט זיין ברודער.
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 4:40 pm#236700
כנור האט געשריבן:גערעכט, אויב רבי נפתלי וואלט נפטר געווארען בחיי אביו, וואלט רבי בנציון געווארען רבי. אבער געווענליך שטארבט א זוהן נאך זיין טאטע, און בדרך הטבע וואלט רבי נפתלי געווארען רבי ווי עס איז טאקע געשעהן. רבי נפתלי צבי'ס יורש זענען זיינע קינדער, נישט זיין ברודער.

כנור זיסער אויף דיין תגובה אז נאר איך וויל שלום וועל איך לאזן לויפן ווי כ'האב דיר געשריבן אישי, יעצט בנוגע דעם האסטו דאך אביסל מער מאריך געוועהן בדברי הנשמעים לאוזן וועל איך יא נעמען די מוה!
דו האלטסט אז די איידימער ירש'נען, אבער דער בית דין האט נאך ניין און א האלב יאר איבערקייען דעם נושא אנדערש געזאגט,
פארוואס איז א נושא פאר זיך,
צו אלץ טעם קהלה,
צו אלץ טעם רצון אביו,
צו אלץ טעם אין בת יורש שררה,
צו אלץ ברודער איז א יורש דאורייתא משא''כ אן איידעם,
צו אלץ רוב קהלה,
צו אלץ קהלה שפרשו,
צו אלץ רב הצעיר
דער טעם איז נישט אזוי נוגע לפרש ווי דער עצם פסק וועלכער שרייט ארויס ר' איד דו ביסט דער יורש אויף זיין דיינינג רום סעט ווי אויך זיינע חפצים וכדומה אבער נישט באבוב, איז קענסט שרייבן און טענה'נען ביז די קול וועט הייזעריג ווערן און דער פעדער אויסגעטרוקענט קענסטו נישט דעם פסק רירן פון ארט בפרט ווען ביסט ניטאמאל געזעצן איין טאג פון די הונדערטע טעג וועלכער ביידע צדדים האבן ביתר כוחותם ארויסגעברענגט זייערע טענות עד קצה האחרון, און בית דין האט געזאגט דאס זייעריגע, כ'פארשטיי אז ס'איז שווער אראפצושלינגן אבער אדעתא דהכי קבליתינו, ביסט געלאפן אין ערכאות וועלכער האט דיר געשיקט אין בית דין, צד באבוב האט דיר נישט געבעטן דעם נאמען, האסט גע'טענה'ט כולה שלי, האט באבוב געמאכט א קאונטער קלעים און די האסט פארלוירן, וואס שרייסטו יעצט? מי גרם לך את כל הבזיון הזה?!