מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 11:33 pm#235034
דארף באבוב 45 פאלגען דער פסק?
כ'בין זיכער אז אין 48 האלט מען אז יא, און 45 האלט אז נישט.
אבער וואס זענען די צדדים אין דער זאך?
די צד אויף יא אידאך פשוט, ס'איז געוועהן שטרי בירורין און ביידע צדדים האבען זיך מקבל געוועהן צו פאלגען דער פסק, יעצט איז דא א פסק דין, דארף מען פאלגען.
ווידער די צד אויף נישט, ווייל דער פסק איז געשריבען זעהר איינזייטיג, און איין רב ווערט באשולדיגט פאר נעמען שוחד דורך געבען א הכשר אויף אינטערעסען מצד 48.
די שאלה איז עם כל זה. גיבט דאס א רעכט נישט צו פאלגען?
און וואס זענען די השלכות אויב זיי פאלגען נישט, מיינט דאס אז וויפיל דיינים פין דין תורות ווערען אראפגעקוקט דורך כלל ישראל, ווערט יעצט זייער כבוד נאך קלענער, ווייל ווי פארשטענדליך איז דער וואס פארלירט א דין תורה קיינמאל נישט צופרידען מיט דער פסוק, און זיכט זיך א וועג ארויס, און ממילא קען ער זיך יעצט אנהענגען אין אילן רברבא, זאגען אויב א גאנצע קהלה האט נישט געפאלגט מה נשתנה איך? פארוואס ברויך איך יא פאלגען?
און אויב וועט זיין רב אים סטראשען ארויסצוווארפען פין בית מדרש אדער נישט געבען עליות וכו', קען ער האבען א טענה צו זיין רב, ווען יענער קהלה האט נישט געפאלגט האסטו זיי באשייגעצט אזוי ווי די באשייגעצט מיר? (די איינציגסטע וואס וועלען יעצט מוזען פאלגען דין תורות וועט זיין 48 חסידים, נעבעך).
סוף דבר, דין תורות איז שוין לאנג א אבן נגף פאר כלל ישראל, זייט די בוררים אין אמעריקא האבען איבערגענומען די דין תורות, זענען דין תורות געווארען א חוכא ואטלולא, עס איז שוין צייט אדער די רבנים זאלען טוישען אביסעל די דין תורות מצב, אדער מבטל זיין כח הדיינים פין דין תורות.