מאנטאג יוני 4, 2012 2:10 pm#15946
צניעות אין היסטאריע
אין בית רבי (חב"ד) האב איך אנומעלט געליינט א טשיקאווער בריוול פונעם מיטעלער רבי ר' דובער ווי ער שרייבט איבער א באזוך ביים גאון ר' עקיבא אייגער. שרייבט ער: בפוזנא הייתי אצל הגאון הישיש וכינו שמו איגר והוא איש תם וישר ולא ידע בענינא דהאי עלמא מלובש בזופעצע פשוט ושטריימל של עלקא קרוע (וואס איז דאס עלקא ווייסט איינער? און ווי קומט א שטריימל אין דייטשלאנד?). וזוגתו וב"ב ערומים כאשכנזים ערומים כו' וזה פלא.וואס וואונדערט מיר איז וואס נאקעט האט שוין געקענט זיין רביצין אייגער אין די אויגן פון דעם רוסישן רבין.