Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף.

אינטערנעט ומשגל עדיקשאן והמסתעף.

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
8 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 74 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7584
זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 11:31 pm#481622
אישתישבי האט געשריבן:... און דאס איז נאך פאר אנרירן דער נושא פין נסיונות און זינדיגען אז רובא דרובא עבירות האט א מענטש נישט קאנטראל בכלל און עס איז מן השמים.

מנין לך זה? וואס מאכט דיך מיינען?


ניין, ר' צדוק זאגט דאס נישט...
מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 12:46 am#481626
הקטן האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:... און דאס איז נאך פאר אנרירן דער נושא פין נסיונות און זינדיגען אז רובא דרובא עבירות האט א מענטש נישט קאנטראל בכלל און עס איז מן השמים.

מנין לך זה? וואס מאכט דיך מיינען?


ניין, ר' צדוק זאגט דאס נישט...

אפענע גמ' סוף מס' סוכה.
א"ר חמא ב"ח אלמלא שלשה מקראות הללו נתמוטטו רגליהם של שונאיהם של ישראל, ואשר הרעותי, וחד דכתיב כחומר ביד היוצר כן אתם בידי בית ישראל, וחד דכתיב והסירותי את לב האבן מבשרכם:
זאגט רש"י. שלשה מקראות - המעידין שהעונות והזכיות בידו.
מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 12:49 am#481627
ס׳מיינט נישט אז א מענטש האט נישט קיין קאנטראל, וואס ס׳מיינט יא איז אז די קאנטראל וואס דער מענטש האט ווענדט זיך אין גאט׳ס ווילן איהם עס צו געבן, און טאקע דערפאר זענען דא מענטשן וואס האבן נישט קיין self control ווייל גאט האט זיי עס נישט געשאנקען.
מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 5:58 am#481633
רביה"ק זי"ע: אפשר איז עס געווען תחילתו ברצון וסופו באונס. (פארקערט ווי א געוויסע סיטואציע וואס די גמ' באשרייבט.). אזוי ווי מענטשן האבן שוין אויפגעוויזן די לעכערליכקייט פון דעם סטעיטמענט דורך נענסי רעיגן, די ווייב פונ'ם געוועזענעם פרעזידענט ראנאלד רעיגן, איבער דראג אדיקשאן..."דזשאסט סעי נאו"...! לויט איהר איז אויסגעקומען אז די מענטשן וועלכע זענען געפאנגען אין דראג עדיקשן קענען זיך זייער גרינג גובר זיין. נאר דורך זאגן..."ניין"...צו דראג באנוץ. כאילו זיי האבן קאנטראל איבער זייערע מעשים...!
מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 12:22 pm#481655
עס איז א פסוק, גם מזדים חשוך עבדיך אל ימשלו בי, עבירות זענען מושל אויף דער מענטש. דער מענטש קען זיך נישט ארויסדרייען נאר מיט תפלה.
מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 12:54 pm#481659
יתכן אז דאס איז אויך די פשט פון 'עבר ושנה נעשית לו כהיתר'.
מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:00 pm#481660
מצפצף האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:... און דאס איז נאך פאר אנרירן דער נושא פין נסיונות און זינדיגען אז רובא דרובא עבירות האט א מענטש נישט קאנטראל בכלל און עס איז מן השמים.

מנין לך זה? וואס מאכט דיך מיינען?


ניין, ר' צדוק זאגט דאס נישט...

אפענע גמ' סוף מס' סוכה.
א"ר חמא ב"ח אלמלא שלשה מקראות הללו נתמוטטו רגליהם של שונאיהם של ישראל, ואשר הרעותי, וחד דכתיב כחומר ביד היוצר כן אתם בידי בית ישראל, וחד דכתיב והסירותי את לב האבן מבשרכם:
זאגט רש"י. שלשה מקראות - המעידין שהעונות והזכיות בידו.

מיין שאלה צי אים איז נישט געווען פין וואו ער נעמט דעם רעיון נאר פין וואו נעמט ער דעם מספר "רובא דרובא"

אישתישבי האט געשריבן:עס איז א פסוק, גם מזדים חשוך עבדיך אל ימשלו בי, עבירות זענען מושל אויף דער מענטש. דער מענטש קען זיך נישט ארויסדרייען נאר מיט תפלה.

פין דעם זען מיר ס'דא אזא זאך וואו "זדים" אנדערע שלעכטע מענטשען וואס קענען יא אדער נישט זיין "ימשלו בי"
מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 2:17 pm#481667
הרב חגי לונדין על טהרת הברית
m https://www.youtube.com/watch?v=T-PXdTh76KQ m