Under maintenance
הויפט זייט » אסיפה גדולה באבוב 45 - לאמיר פייפען משה רבינו

אסיפה גדולה באבוב 45 - לאמיר פייפען משה רבינו

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7591
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 10:15 pm#235721
אסיפה גדולה באבוב 45 - לאמיר פייפען משה רבינו
די גמ' [ברכות] זאגט 'אם ראית ת''ח חוטא ביום אל תהרהר אחריו בלילה, שמא עשה תשובה' , דהיינא ער האט מסתמא געמאכט עפעס א 'תשובה' זוך צי פארענפערן... אזוי איז דאס געווען אין אלע דורות, יעדער מאל ווען צווי צדדים האבן זיך געשלאגן האבן ביידע נאר געמיינט ריין תורת אמת , די תורה קען מען דאך 'דרייען' אויף ע' פנים, סאיז בכלל נישט 'מעגליך' זיך צי שלאגן אויף א דבר הלכה. משה רבינו זאגט ואלה המשפטים ? ממילא ? מקען דער פסוק\פראבלעם אויך מסדר זיין. איך וויל געבן רמ''ד אונגאר א עצה וואס איך האלט ער זאל טון היינט נאכט, טאמער איינע קען עם ביטע איבערגעבן וואס איך זאג וועל איך עם שטארק מכיר טובה זיין. יישר כח! :D

מוראי ורבותי! די הייליגע ראפשיצע זיידע זאגט אויפן פסוק ואלה תולדות יעקב... בלא בלא בלא... און יעצט צום ענין פארוואס מיר האבן זיך צוזאמן געקומען: כ'בין געזעצן מוט די טובי קהלתינו די לעצטע וואכן און מ'האט דן געווען וואס צו טון לגבי די עתיד פון די קהלה הקדושה, כ'קען נישט אריינגיין באורך אין אלע פרטים וואס מ'זענען דורך געגאנגען במשך די לעצטע פאר יאר, מדארף נישט מאריך זיין אין דברים הנגלים לעיני השמש, וויאזוי סאיז באגאנגען געווארן א שרעקליכע בזיון התורה וואס מ'האט שוין נישט געזען אין לאנגע יארן! [יעצט זאל ער אויפהייבן זיין קול און שרייען:] ה' יודע אם חייב אני, או זכאי, סאיז יעצט נישט קיין חוליק. וואס איז אבער יא א חוליק, איז וואס די גדולי ישראל זאגן!!! סאיז א חילול ה' נורא! די פסק בי''ד איז א בזיון התורה רח''ל! וויאזוי קען איך נעמן אויף מיינע פלייצעס די חילול ה' נורא ואיום וואס וועט אפקלינגען מסוף העולם ועד סופו, טאמיר מיר וועלן פאלגען א פסק וואס אלע גדולי ישראל זענען מעיד אז איז ריין שוחד!? מיר האבן א תורה! במקום שיש חילול ה' דארף מען גיין אין פייער, כ'דארף נישט קיין געלט, די שווער ז''ל האט מיך אמאל אנגעזאגט 'מרדכי דוד'ל, די תורה איז מער וויכטיג ווי געלט' , ער פלעגט דאס איבער זאגן כסדר. [וכאן יאריך בגמ' על חומר עון חילול ה'].

אויכעט זאל ער מאריך זיין אז מוט דעם וואס ער וועט פאלגן וועלן אלע בתי דינים גיין לעזאזל. לכן פאלג איך נישט די פסק. שלום על ישראל.
איך האלט אז ער קען נישט טון א בעסערע מאוו וואו דאס. א שאד ער האט נישט קאווע שטובל...
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 12:31 pm#235872
משה רבינו זאגט לא תקח שוחד נא אונז וועל מיר זיך א עצה געבן מיט די פסוק/פראבלעים
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 12:41 pm#235877
ס׳געפעלט מיר.
חסידי רמ״ד שרייען שוחד, וואס יעדער רעכט דענקענדער מענטש, פארשטייט די לעכערליכקייט דערין.
און עולם גולם, פארט שוין כאילו ס׳איז א פאקט.
ס׳איז א פוסטע הוצאת שם רע, אויף א רב בישראל, ס׳איז נישטא קיין שום היתר, צו זאגן, הערן און כ״ש גלייבן.

רבותי ס׳איז נישטא קיין שום שוחד...
געט אף איט - טרעפטס עפעס אנדערש.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 12:53 pm#235884
מארקוס האט געשריבן:ס׳געפעלט מיר.
חסידי רמ״ד שרייען שוחד, וואס יעדער רעכט דענקענדער מענטש, פארשטייט די לעכערליכקייט דערין.
און עולם גולם, פארט שוין כאילו ס׳איז א פאקט.
ס׳איז א פוסטע הוצאת שם רע, אויף א רב בישראל, ס׳איז נישטא קיין שום היתר, צו זאגן, הערן און כ״ש גלייבן.

רבותי ס׳איז נישטא קיין שום שוחד...
געט אף איט - טרעפטס עפעס אנדערש.

ATUB @מארקוס ATUB לאז עס ביי שוחד ווייל אז נישט איז די קשיא נאר שווערער
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:05 pm#235892
ר׳ יוד דער קשיא איז נישט שווער, ווי ממען האט שוין געשירהען עטליכע מאל.
אלס א פשרה איז עס טאקע א פסק דין תמוה.
אבער אלס א דין תורה, וען יעדער שרייט כולה שלי.
איז בלויז דא אדער אלעס צד א׳ אדער אלעס צד ב׳.
גארנישט שוער.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 2:33 pm#235958
שווער למעלה מן המשוער.

דער פסק איז תמוה פון קאפ ביז פיס, און דאס איז דערפאר ווייל עס איז נישט געווען א דין "תורה".

call it whatever you want but a Din TORAH it was not
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 2:43 pm#235963
די קעפעל וואלט געדארפט זיין:
אסיפה גדולה באבוב - לאמיר זיך נישט דערשרעקען פון באבוב 48
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 4:46 pm#236010
סמיילי האט געשריבן:די קעפעל וואלט געדארפט זיין:
אסיפה גדולה באבוב - לאמיר זיך נישט דערשרעקען פון באבוב 48

נא נא, מיר וועלמיר זען, נאך אפאר שעה וועלן מיר וויסן ווער ס'שרעקט זיך און ווער נישט, ויהי לפלא אז באבוב האט אויף היינט קיין אסיפה נישט פארריפן!
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 5:20 pm#236403
סמיילי האט געשריבן:די קעפעל וואלט געדארפט זיין:
אסיפה גדולה באבוב - לאמיר זיך נישט דערשרעקען פון באבוב 48

נא?