Under maintenance
הויפט זייט » פיר מתפללים טויט אין שוידערליכע ירושלים שחיטה

פיר מתפללים טויט אין שוידערליכע ירושלים שחיטה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7594
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:34 am#235777
פיר מתפללים טויט אין שוידערליכע ירושלים שחיטה
שוין ווידער טעראר און מהומות אינעם לאנד וואס מ'האט געמוזט גרינדן כדאי אידן זאלן האבן וואו צו לעבן רואיג און פארזיכערט... ליידער.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:39 am#235778
עטליכע אידן טויט ל''ע. רבוש''ע
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:39 am#235779
4 טויטע און עטליכע פארוואונדעטע אין די קהלות יעקב שול פון הרב רובין אויף רח' שמעון אגסי אין הר נוף, ירושלים.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:52 am#235784
5 טויטע ה"י
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 2:03 am#235789
קען איינער דערציילען וואס פונקטליך איז געשען. איינער זאגט מיר אז סאיז געשען אין עטליכער פלעצער איז דעס אמת
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 2:33 am#235797
פיר מתפללים טויט אין שוידערליכע ירושלים שחיטה
נישטא קיין ווערטער
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 2:35 am#235798
טעראריסט ימ''ש ליגט טויט לעבן די שחיטה מעסער וואס ער האט געניצט
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 2:44 am#235799
שוידערליכע בילדער פון די שחיטה
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 2:52 am#235800
אלע מעלדן יעצט אז בלויז פיר זענען אומגעקומען.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 2:52 am#235801
רבונו של עולם!!!!!!
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 2:53 am#235802
/
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 3:07 am#235806
אפטעמיסט האט געשריבן:4 טויטע און עטליכע פארוואונדעטע אין די קהלות יעקב שול פון הרב רובין אויף רח' שמעון אגסי אין הר נוף, ירושלים.

אויף דעם בילד ווי א פארוואונדעטער זוצט אויפן קעסטל קוקט די ערשטע הילף אויס שרעקליך צוריקגעשטאנען
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 8:03 am#235809
ישמעאלי, ווער לאזט זיי נישט האלטן געווער
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 8:41 am#235812
אזא שוידערליכער בילד ווי דער איד מעוטף בטלית ותפלין ליגט אויסגעצויגען און דער כלי זין צו דער זייט, דאס איז דאך אומדערטרעגליך. עד מתי רבש"ע וואס זאלן מיר טאן ווי זאלן מיר גיין. א איד גייט זיך צופרי מתפלל זיין אין שול און דאס איז וואס ער באקומט נעבך. ובכל זאת שמך לא שכחנו. הי"ד
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 8:59 am#235814
אויף איינע פון די ווידיאס זאגט א מתפלל אז ס'האט גענומען 10 מינוט ביז פאליס איז געקומען.
נישט צום גלייבן
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 9:04 am#235815
אפשר קען מען אראפנעמען אדער פארטושן די גרויליגע גראפישע בילדער.
ק'ש וואלט געמעגט האבן גדרים אויף אזעלכע זאכן.
ATUB @קעלנער ATUB
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 9:06 am#235816
CNN Reports
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 9:13 am#235819
POLICE SHOT,KILLED TWO PALESTINIANS
CNN Headlines from the attack
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 9:19 am#235820
וואס איז טאקע פשט פון די שטוינענדע איינזייטיגקייט פון די מידיא, ס'איז אפילו נישט עטיש און אויסגעהאלטן פון א זשורנאליסטישע שטאנדפונקט.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 9:22 am#235821
עשו שונא ליעקב. נקודה.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 9:24 am#235822
יאסל ראקאווער האט געשריבן:CNN Reports


די נייעס אינטן טוישט זיך במשך די באריכט. די סקרינשאט איז פארפירעריש.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 9:28 am#235823
לייגט ביטע אראפ די בילד.
דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 9:59 am#235825
עס איז נישט דא קיין ווערטער.