דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 8:17 pm#236097
ביטע לייענט די פרישע הודעה אינעם "ווארט צו דעם נייעם מעמבער"
ביטע לייענט די פרישע הודעה אינעם "ווארט צו דעם נייעם מעמבער"
l viewtopic.php?f=3&t=5&p=236095#p236095 l
l viewtopic.php?f=3&t=5&p=236095#p236095 l
יידל האט געשריבן:נו נו, איז דען דער סעיף נישט געזאגט געווארן פאר אזא איינעם ווי יענעם?
יאיר האט געשריבן:יידל האט געשריבן:נו נו, איז דען דער סעיף נישט געזאגט געווארן פאר אזא איינעם ווי יענעם?
ניין, ס'איז געזאגט געווארן פאר אונז, מ'זאל אויסזאגן פאר די רבי.
כוכב האט געשריבן:@לעיקוואד, אויך מיר אן עצה, דער פאקט איז איינמאל גילוי איז אלעמאל גילוי און זיך מגלה זיין פאר די פריערדיגע קאנטאקטן וועט האבן די זעלבע קאנסעקווענצן.
פאפ דיך נישט, א סוד וואס דריי מענטשן ווייסן איז א סוד אויב צוויי זענען טויט, וויפיל איך פרוביר מקפיד צו זיין אויף גילוי איז לא ימלט סזאל זיך נישט אמאל ארויסגלוטשן. כזאג פאר יעדן קלאר, ווילסט נישט כזאל זאגן ווער דו ביזט דאן זאג מיך נישט.
אלנפאלס, סאיז צייט צו טוישן ניק...
(ווען איך בין געווארן גבאי האט מיר א איד אין ביהמ"ד געוואונטשען מזל טוב, גיי ווייס פון וואו...)
לעיקוואד האט געשריבן:אויב טראסטו מיר נישט גענוג זאלסט קענען רעדן מיט מיר און איך זאל וויסען דיין פריערדיגע ניק, איז בבקשה רעד נישט מיט מיר בכלל. איך האב נישט קיין שום חשק צו שמועסען מיט אזא איינער.
וואס דו זאגטס וועגן א סוד וואס דריי מענטשען ווייסען איז אוודאי ריכטיג, דאס איז אבער דער סיבה פארוואס דער גאנצער קאנצעפט פון איסור גילוי איז לאכעדיג, נישט עס איז א היתר עס זאל זיין א פארום אן דער מידענסטער מענטשליכער טראסט אז איך רעד דא מיט א מענטש וואס שטייט אונטער וואס ער רעדט.
דער מצב אז עס איז נישטא קיין שום סיבה להניח אז ווען עס שרייבט זיך איין א נייער ניק איז ער טאקע א נייע חבר און נישט סתם א נייער נאמען משוגע צו מאכען דער עולם פאר סיי וועלכער צוועק איז נישט נסבל פאר א פארום מיט מענטשען. און דער מנהל בעט נאך מזאל אויפנעמען נייע ניקים שיינערהייט. חחח.. ווייל אין דיין פריערדיגע ניק האסטו זיך געמאכט צונאר איז יעצט ווייל דו האסט א שינוי השם דארף איך מיטאמאל שפילען טעמיש און ערנסט. אוודאי איך שטעל מיך פאר א חלק נייע ניקים זענען טאקע ניי און עס איז א שאד זיי זאלן אויפגענומען ווערן נאר ציניש, אבער דאס איז דאך דער פראבלעם פון א סיסטעם פון שקר אז מפארלירט דאס גאנצע טראסט.
יאיר האט געשריבן:אנכי שומע אמרי אל
אלוהי המוסר והערכים
נאום יודע דעת עליון
לעבדו בהרבה דרכים
פישל'ע העררינג האט געשריבן:דו האסט נישט געעפנט דעם אשכול, און דו ביזט דער וואס האסט עס ארויסגענומען פון קאנטעקסט. מיין ווערטל איז א פראוו צו פארשטיין פארוואס א סטופיד סעיף קטן מוז ווערן א עגל מפוטם מיט שיטה'ס און פיליזאפיעס.