כ׳ליין דא די געשרייבעסטס, און ס׳איז צו שטוינען וואס דא גייט פאר.
די תגובה איז געווענדט צו דער גאסן מענטש, וואס האט פאר שנת תש״ס נישט געוואוסט צו ר׳ מרדכי דוד אונגער איז דער מענזשער פון אונגער געפילטע פיש און קעטשאפ, צו עפעס א דאמבראווא בנש״ק׳ל.
לאמיר דיך געבן צו פארשטיין:
רמ״ד איז ביז שנת תש״ס געווען א מגיד שיעור אין מתיבתא, וואס קיינער האט נישט אינטערסירט.
ער איז קיינמאל נישט געשיקט געווארן צו פארטרעטן באבוב, נישט אלס נואם הכבוד, אורח הכבוד, שליח צו חתונות - גארנישט.
סוף שנות תש״ס, האט ער געזעהן אז הגיע עתו, האט זיך אנגעהויבן א סעריע פון רדיפות קעגן באבובער רב. - דער גאס ווייסט נישט, אבער חסידי באבוב ווייסן דאס יא (באבובער רב איז געוען דער שעיר לעזאזל, ווייל זיין מוטער האט נישט ליב געהאט דער מוהרנ״ץ זצ״ל).
שנות תש״ס - תשס״ה, האט דער באבוב רב געליטן געמיינע רשעות׳דיגע רדיפות ״דירעקט״ פון עם, און זיינע מענטשן. - דער גאס ווייסט נישט, אבער חסידי באבוב ווייסן יא.
שנות תש״ס - תשס״ה, האבן די אלע וואס האבן צופיל גערעדט מיט דער דעמאלטסדיגער רב הצעיר געליטן רדיפות. - דער גאס ווייסט נישט, אבער חסידי באבוב ווייסן יא.
באבובער רב האט געשוויגן. סיי ״למען השלום״ און סיי לכבוד בית באבוב.
תשס״ה לפ״ק. האט זיך דער וועלט אויפגעוועקט צו א נייע בילד - ר׳ מרדכי דוד אונגער.
רמ״ד אונגער, א רבי.
רמ״ד אונגער, א ״באבובער״ רבי
רמ״ד אונגער, א שר התורה.
רמ״ד אונגער, א יורש.
ער איז דא. ויבוא.
ווער ס׳האט עם אביסל געקענט, האט זיך געריבן דער אויגן, רמ״ד אונגער א רבי?
דער גאס ווייסט אבער נישט זיין היסטערי, דער גאס קויפט וואס מען פארקויפט. פינטל.
באבובער רב, האט איבערגענומען זיין ברודער׳ס און פאטער׳ס בענקל, וואס יעדערע באבובער חסיד האט געוויסט אז עס קומט עם.
באבובער רב, האט איבערגענומען זיין ברודער׳ס און פאטער׳ס בענקל, וואס יעדערע פרעמדע מענטש האט פארשטאנען אז עס קומט עם.
רמ״ד האט זיך געעפנט א קרעמעל, אין גערופען באבוב. באבוב איז געבליבן שטיל (יא מען האט געלייגט פרעשור אויף די צייטונגען, אזויווי סאטמער און וויזניץ בשעתו, ווער ווייסט ווי לאנג ס׳וואלט אנגעהאלטן ווען נישט דער דין תורה).
דא קומט רמ״ד, און האט באשלאסן, אז באבוב באלאנגט צו עם.
שלום עליכם! ווער ביסטו?
כמעט 80 פראצענט פון באבוב, האט ״נישט״ אזוי פארשטאנען!
רוב מנין ובנין פון רעכטדענקיגע מענטשן וואס האבן ״נישט״ קיין חשבון מיט באבוב טראכט נישט אזוי!
דא איז באבוב געוואויר געווארן, אז די רדיפות האבן זיך ״גארנישט״ געענדיגט.
רמ״ד איז געלאפן אין קוירט. קוירט האט עם ארויסגעשטויסן, און בלית ברירה איז ער געגאנגען אין בי״ד, ווי ער האט נאך 10 יאר מיאוס פארלוירן.
נאך 3 חדשים זוכן היתרים. האט ער בלית ברירה באשלאסן צו פאלגן דער די״ת. נישט אינגאנצען, נאר א היכר, נאר בתנאי, נאר א חלק.
און ער זינגט און ער שרייט אז ער וויל שלום, שלום, שלום, שלום.
יעצט נאכ׳ן פארלירן, ערגער קען עם שוין נישט זיין, וויל ער שלום.
ער צוריסן באבוב, ער האט מבזה געוועזן באבוב, ער האט באראבעוועט באבוב, ער האט געטשפעט און גערודפט אונזערע רבי און אונז פאר יארן לאנג.
שלום, שלום, שלום.
און בשעת׳ן שרייען דאס, זיצט ער נאך מיט די פיס אין דער הייעך אין די איזרעלי בג״צ, ווי פראבירט ווייטער צו בא׳גנב׳נען באבוב. ועוד ועוד.
ער קען שרייען שלום.
אונז האבן אבער נישט פארגעסן זיינע מעשים.
ווען די גאס וואלט מיטגעהאלטן וואס ער האט אלס אפגעטוען, וואלט די גאס זיך געוואונדערט, ער איז גאר א רבי? ער איז דאך א פאליטישע פערשוין, וואס וואלט מער געפאסט אין דוב הייקינד׳ס אפיס…
אבער יעצט נאכ׳ן ליגן אין די אדמה, שרייט ער ארויס שלום.
וואס לייגט אראפ אויפן טיש פאר שלום?
גארנישט!
ער פאלגט נאר בתנאי, און טאמער נישט? פאלגט ער נישט!
כ׳גיי גאר נישט אריין אין די סארט התנהגות פון א רבי, פון די גאנצע קווענקליראציע, צו יא פאלגן צו נישט פאלגן. אלס א רבי וואלט ער געדארפט אויפשפרונגען נעקסטן טאג, וואס הייסט? אודאי גייט מען פאלגן! א פרעדיגט דאך א גאנצן טאג, און פארלאנגטו פון זיין עולם, חסידות, תורה, יראת שמים. דאס לויפן 3 חדשים איז גענוי דאס פארקערטע, דאס פאסט פאר א גאס׳ן יונג נישט א רבי.
אבער נאך 3 חדשים געבט ער האלס אויף, אויך נאר נאך געזונטע פרעשור פון אלע זייטן.
און ער איז גאר די תובע דא פאר שלום!
אונז ווילן מיר עם נישט קענען. אונז ווילן מיר נישט האבן צו טוען מיט עם. ווען מיר הערן זיין נאמען גייט אונז דורך א סקרוך אין אונזערע ביינער. זאל ער זיך גיין צו אל-די רוחות און אונז לאזן במנוחה.
אונז גייען מיר נישט צו קיין חתונות?
מיין געוועזענע חבר, וואס האט באשלאסן מתחבר צו זיין מיט א פארטיי, וואס האט לעצטע 10 יאר געזוכט צו צוברעכן באבוב, צו צוברעכן מיין רבי, מיר ארויסצו-ווארפן פון מיין בית המדרש, איז נישט מיין חבר מער. און דער זעלבע זאך וואלט יעדער נארמאלע מענטש געטוען, ווען זיין חבר איז בוגד אין עם. ס׳איז נישט אז איך גיי נישט צו קיין חתונה פון מיין ״חבר״, ער איז מער נישט מיין חבר, כ׳האב נישט וואס צו זוכן ביי עם. קיינע רוואלט נישט פארלאנגט אז איינער זאל גיין צו א שמחה פון א געוועזנע חבר, וואס זיין חבר האט אים פראבירט ארויסצושטעלן פון זיין היים.
מען גייט נישט צו קיין משפחה שמחה׳ס? אנטשולדיגט אבער מען גייט יא.
וועסטו מיר זאגן, איך וויל נישט הערן די אלע לשון הרע׳ס. ער איז א רבי, און דעטס איד. פיין, אבער כאטש אויף אזויפיל פארשטיי, אז באבוב האט נישט קיין שום חיוב, זיך צו גיין לעקן, צו איינעם וואס האט זיי גערודפ׳ט פאר די לעצטע 15 20 יאר.
איי רמ״ד וויל שלום. אוודאי וויל ער, ער מוז די ווייזן דער שיינע פרצוף זיינע פאר דער וועלט, ער איז די נייס גיי וואס זוכט שלום. פיין, שריי שלום. אבער באבוב דארף דיר נישט צוקענען. און דער גאס האט נישט קיין שום רעכט, ארצוזאגן א ווארט דא, און פארלאנגען פון באבוב זיך צו טוען צו מאכ׳ן פון עם. ער איז זיך געגאנגען פון אונז פורים תשס״ה לפ״ק, זאל ער נישט מאכן קיין יו-טוירן.
שוין אפגערעדט, ווי אזוי ער האט פארלאנגט דער שלום. את אשר ישנו פה ואת אשר איננו פה עמנו היום, והמבין יבין. וועמען מיינט ער ער סטראשעט, איינער דערשרעקט זיך פון עם? אזוי בעהט עפעס פאר שלום?
״והמבין יבין״.
—-
יעצט עטליכע ווערטער צו די באבוב-45׳ער חסידים.
ענקערע רבי , האט גלייך פון אנפאנג געוואוסט, אז ער נישט קיין טשענס אין בית דין, באבוב באלאנגט נישט צו עם, עס איז כל כולו פון זיין פעטער. טאקע דעריבער איז ער גלייך געלאפן אין קוירט אן קיין היצר פון קיין שום בי״ד (אזוי פירט זיך אויף א ערליכע יוד? א רבי גאר?). אבער ב״ה, בזכות די הייליגע און ווייטע אויגן פון כ״ק אדמו״ר זצ״ל, האט עם דער דזשאדש מיאוס׳ער הייט ארויסגעווארפן פון דארט און געשיקט צו די״ת. ווי דערמאנט, האט ער דאך געוואוסט, אז אין בי״ד, איז נישטא קיין שום טשענס, מען האט פראבירט צו טענה׳ן אזוי צו אזוי, און דער פסק האט קלאר געוויזן, וואס די דעת תורה איז. רמ״ד האט געהאפט אז נאכ׳ן פסק וועט ער קענען צוריק אריינשלעפען די קעיס אין קוירט. אבער נאכ׳ן ארום לויפן צו רבנים, האט ער געוואוסט אז זיינע הענט זענען פארשלאסן. ער האט זיך געבראכן.
ווען ענק וואלטן געוואוסט פורים תשס״ה קלאר און דייטליך (איך ווייס אז ענק גייען דאס פארלייקענען, אבער ענק ווייסן גאנץ גוט וואס איך מיין) אז המשכת בית באבוב, איז נישט ביי עם. וואלטן ענק אדער געבליבן, אדער זיך געזוכט אן אנדערע רבי. ווען ער רופםט זיך ווען נישט ״באבוב״, וואלט געווען די זעלבע זאך.
דער ״איינציגסטע וועג״ ווי אזוי רמ״ד, איז געלונגן דיך ״[געוועזענע] באבובער חסיד״ צו האבן אלס זיינס א חסיד, איז צוליב צוויי זאכן:
1. ער איז דער עמטליכע באבובער ממלא מקום.
2. גאנץ באבוב באלאנגט פאר עם.
ווען נישט די צוויי זאכן, וואלסטו היינט נישט געווען א באבוב45׳ער חסיד (קענסט עס לייקענען, אבער לב יודע…).
רמ״ד האט דאס גוט געוואוסט (1. אז ער איז נישט באבוב און גארנישט קומט עם, 2 אז כדי דיך צו האבן מוז ער טענה׳ן אז ער איז באבוב און אלעס קומט עם). דעריבער, האט ער זיך גערועפן באבוב, און גע׳טענה׳ט אז אלס ממלא מקום באלאנגט גאנץ באבוב צו עם.
וואוסנדיג אז ער גייט פארלירן, האט ער געהאפט אז נאך 10 יאר וועט עם שוין קיינער נישט אפלאזן.
דעריבער האט ער פאר׳תכלעוועט מיליאנען דארלארן, אנשטאט צו בויען און קויפן מוסדות, האט מען אלעס געדינגען, פשוט ענק איינצורעדן, אז ס׳איז א שאד צו קויפן, ווייל אט אט באקומט מען אלעס צוריק.
דעריבער, מוז דער פסק זין פאלש, שוחד, וכו׳ וכו׳. ווייל אויב נישט, וועסטו פרעגן, אויב עס קומט אונז טאקע גארנישט, וואס זוך איך דא.
יא! ענקערע רבי האט געמאכט דאס גע׳נאר פון ענק. און ענק האבן זיך געלאזט נאר׳ן ווי א לעמעלע צו די שחיטה.
יא עפעס א בי״ד האט גערופן די דיינים צו בי״ד, ווי מיינען ענק, ווען בי״ד וואלט אראפ געלייגט זייערע צדדים ביי זיי, וואלטן זיי נישט צוריק געצויגן ברגע כמימרא? ר׳ מענדל שאפראנ׳ס היתר, שטעלט זיך אויס צו זיין א בלאף! אוודאי האט ער געזאגט אז א פסק פון א דיין וואס נעמט שוחד, קען מען גיין צו ערכאות. ער האט אבער נישט גערעדט לגבי די די״ת. געבליבן זענט עטס מיט ר׳ חיים קניבסקי׳ס שארפע בריוו זיך נישט צו דערוואגן צו גיין צו ערכאות.
נו! באבוב באלאנגט נישט מער רמ״ד, און באבוב איז ער אויף נישט.
האלטן מען דא צוריק ביי שטאפעל איינס.
ניין…
45 אין בלויז א היכר.
באבוב באלאנגט נאך אלס צו אונז, די דיינים טויגן נישט…
און פאר קאמפאט, שטרעקט ער מיר נאך אויס איין האנט צו שלום - מיט א תנאי [עטליכע תנאים]:
איך קען ענק ווייטער צאפן אין בג״צ, קוירט כפי העולה על רוחי.
אבער ער שפילט ווייטער מיט ענק:
45 איז נאר א היכר. אויך מיר א היכר, פון וועמען האט ער געטריבן ליצנות, פון ענק!
45 אלס א נאמען, וואס איז די מטרה, ״כבוד שמים״? ניין, ער געזעצן און געטראכן מיט זיינע פאליטיקאנטן, וועלכע נאמען, וועט אך עפעס קענען צייגן אז מען איז טעכניש באבוב.
דער שפיל גייט אן, רמ״ד, לאכט פון ענק, ווי ענק קויפן אלעס אפ.
און זאלסט עס טאקע קויפן, אבער מיט אזא פערשוין ״קען״ מען נישט גיין צו טיש.
—
טאקע דערפאר, וויל עם באבוב נישט קענען, נישט היינט און נישט מארגן.
ווארט צו עטליכע טעג, אלעס וועט זיך בארואיגן. און ס׳וועט זיין רואיג.
רמ״ד זאל זיך גיין זיין וועג. און זאל לאזן באבוב גיין אירע וועג.
אזוי וועט זיין שלום על ישראל