Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אונזער לעבנסשטייגער דארף א טויש! (אין ליכט פון די ארעסטן)

אונזער לעבנסשטייגער דארף א טויש! (אין ליכט פון די ארעסטן)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7617
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 11:33 pm#236830
אונזער לעבנסשטייגער דארף א טויש! (אין ליכט פון די ארעסטן)
אונזער לעבנסשטייגער דארף א טויש!

(ערשט פובליצירט געווארן זומער תשס"ט)


די לעצטיגע שרעקליכע געשיכטע, ווען עס זענען ארעסטירט געווארן 44 מענטשן פון איבער ניו יארק און ניו דזשערסי צווישן זיי א גרויסער צאל חרדי'שע אידן, האט שאקירט אמעריקע, און נאך מער אויפגעשוידערט דעם יהדות החרדית. אין דעם טאג פון דער אקציע האבן זיך אידן ארומגעדרייט אבל וחפוי ראש, דער מצב איז געווען אנגעצויגן, קיינער האט נישט געוואוסט ווער עס איז "נעקסט." שמועות האבן זיך ארומגעטראגן אז עס קומען נאך א צאל ארעסטן – און דערווייל האט די מידיא געטאן א פענאמענאלער ארבעט מיט'ן אויפבלאזן די געשיכטע ארויס פון יעדן פראפארץ.

פרייטאג, יולי 24, זענען אלע צייטונגען ארויסגעקומען מיט גרויסע "העדליינס" און באריכטן איבער דער געשיכטע. אלע צייטונגען האבן געהאט בילדער אויף דער פאדערשטער זייט פון געקייטלטע חרדי'שע אידן געפירט דורך דער עף-בי-איי צום געריכט – וכדי בזיון וקצף.

ביי רוב רעכטדענקיגע מענטשן האט די דאזיגע געשיכטע צעשאקלט די אינערליכע מחשבות-קעמערלעך, און האט ארויסגעברענגט הרהורים איבער געוויסע אספעקטן פון אונזער לעבנסשטייגער.

דעה-זאגער און א פרעסע וועלכע דינען נישט דעם ציבור'ס אינטערעסן
אזויפיל מענטשן צו וועמען איך האב גערעדט אין די טעג נאך דער געשיכטע האבן זיך אויסגעדרוקט מיט ווייטאג און באדויער אז עס איז נישטא דער מענטש, דער כלל-טוער, וואס זאל זיך אויפשטעלן און אויסשרייען בקול אדיר וחזק: "גענוג איז גענוג!" מיר דארפן טרעפן א וועג ווי אזוי צו לעבן אן דריידלעך און קונצן!

עס האט דערגרייכט א פונקט וואס די חרדי'שע פרעסע און די וועלכע לאזן זיך הערן אויף מיקראפאנען אין זאַלן זאגן גענצליך עפעס אנדערש וואס דער אפגעמוטשעטער, הארעפאשנער – אבער גלייכצייטיג פארשטענדליכער און ארענטליכער – פשוט'ער מענטש וויל הערן.

די היימישע צייטונגען האבן געשריגן מיט קולי קולות איבער דער געשיכטע. וואס איז געווען זייער עיקר נקודה? א מסור! געוואלד! א מסור בתוכינו! פונקט ווי אין דער אלטער היים – אריינשארן אין מצה בעקעריי, א מומר, א משומד, פארשאלטן זאל ער זיין! זיין זכרון איז א דראון עולם, פארשריבן מיט שווארצע טינט אין אונזערע היסטאריע ביכער!

אונזער ארסענאל פון קללות און רעטארישע מאכינאציעס אויף צו פירן א לימוד אראפ פון די רעלסן גלייך אין תהום אריין האט דערגרייכט צו אבנארמאלע שטופעס. א געשיכטע וואס שרייט מיט הימל-קולות: "געוואלד! מיר דארף 'טשעינדזש'! מיר דארפן א וועג ווי אזוי צו לעבן ווי נארמאלע מענטשן!" איז דערשטיקט געווארן צו קידוש-לבנה'דיגע העדליינס איבער א יחיד וואס האט ליידער גע'מסר'ט.

אנשטאט די זעלבע פובליקאציעס זאלן שרייבן עדיטאריעלס איבער דעם חיוב פון פרנסה בדרך כבוד ובדרך הישר, אנשטאט זיי זאלן באוויינען דעם מצב, נוצן די שרעקליכע געשיכטע אלס א "וועיק-אפּ קאל" צו מאכן א חשבון הנפש וואס האט אונז אריינגעפירט צו אזא תהום, האבן זיי געפונען דא א געלעגנהייט צו פירן א קאנקורענץ איבער ווער עס קען באשמירן דעם מסור מיט מער דראון-עולמ'דיגע טיטלען.

אמאל האב איך געזען א גרופע קינדער וועלכע גייען פון קאר צו קאר און צערייסן די טיקעטס וואס די פאליציאנטן האבן דארטן ארויפגעלייגט עטליכע מינוט פריער צוליב פארלעצונגען. די קינדער האבן ווארשיינליך געהאלטן אז די אייגנטימער פון די קארס קומט נישט קיין טיקעטס, האבן זיי דעריבער א טובה געטאן און צעריסן די טיקעטס... ממש אזוי האבן די היימישע פובליקאציעס געטאן מיט דער יעצטיגער געשיכטע. אנשטאט צענעמען דעם פראבלעם, האמערן און שטורעמען אז מען דארף געפינען א וועג ווי אזוי צו לעבן ערליך און אויסגעהאלטן, האבן זיי... צעריסן דעם טיקעט. געטראפן א וועג ווי אזוי אויסצוקרויזן דעם פראבלעם דורך אדרעסירן דעם קריטישן אישו וואס איז יעצט ממש גאר וויכטיג אויפ'ן סדר היום ביים יהדות החרדית: דער מסור.

בת היענה סינדראם
אויב איז שוין יא דא איינער וואס פאדערט אז אונזערע קינדער דארפן באקומען א נארמאלן אלגעמיינעם חינוך וואס וועט זיי צוגרייטן צו פירן א נארמאלן ערליכן, תורה'דיגן, פרנסה'דיגן לעבן, ווערט ער באטראכט ווי א קל און אן אויסוואורף. איי ווי אזוי וואגט מען זיך צו קריטיקירן אזעלכע רייד ווען חז"ל האבן שוין אזויפיל יארן צוריק פארדאמט א מענטש וואס גיט נישט פאר זיין זון די פאטענציאלן פון האבן א געהעריגע פרנסה: "כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות!" – ווער עס לערנט נישט פאר זיין זון א פאך איז עס פונקט ווי ער לערנט אים צו זיין א רויבער.

ס'איז אינטערעסאנט אז ווען די גמרא שרייבט ערגעץ אנדערש זייער אן ענליכן לשון: "כל המלמד את בתו תורה כאילו מלמדה תיפלות" – ווער עס לערנט פאר זיין טאכטער תורה איז עס פונקט ווי ער לערנט מיט איר אומווערדיגקייטן, קערסטו איבער א וועלט מיט מחאות אויף די וואס געפונען הלכה'דיגע היתרים, אבער ווען די זעלבע חז"ל זאגן "כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות," נעמסטו אן א מויל פול מיט וואסער. איין גמרא שטעמפלט מען אפ אלס כמעט "יהרג ואל יעבור", און די צווייטע איז אגדתא, נישט-רעלעוואנט, אדער גאר... השכלה! רחמנא ליצלן מהאי דעתא.

כדי צו וויסן וואס "תיפלות" מיינט דארף מען אריינקוקן אין די פירושים – ס'איז נישט א געווענליך ווארט. אבער וואס "ליסטות" מיינט איז, דוכט זיך, גאנץ קלאר – אויב האט איר נאך א ספק זייט אייך מתבונן אין אונזער לעבנסשטייגער, אדער כאפט א בליק אויף די פאדערשטע זייטן פון די נאציאנאלע צייטונגען פון פארגאנגענעם יולי 24. (אדער די צייטונגען צוויי טאג שפעטער איבער א פרישן היימישן פאל, אדער עטליכע וואכן פריער איבער אנדערע פעלער, ה"י.)

אוודאי קענט איר מיר ענטפערן אז פונקט די ארעסטירטע זענען בלויז אריינגעפאלן דורך א געמיינעם מסור. איז דאס אבער די נקודה? צי ווייסטו דען נישט וויפיל פראצענט מענטשן פון דיין קרייז לעבן נישט קיין נארמאלן לעבן? וועמען נארסטו? פארוואס טראכסטו אז דו קענסט פארווישן די גאנצע געשיכטע מיט'ן פארענטפערן די יחידים וועמען מען האט ארעסטירט. צי קלערסטו נישט אז עס איז געקומען די צייט אמת'דיג צו קוקן וואס עס טוט זיך מיט אונזער וועג פון לעבן?

איז טאקע נישטא קיין עצה?
עס דרייען זיך היינט ארום מענטשן מיט אזעלכע וואנזיניגע מחשבות וועלכע זיי דערקלערן אפן: "ב"ה מיינע קינדער קענען נישט קיין ענגליש..." פון וואנעט נעמט זיך אזעלכע השגות? הרה"ח ר' חיים משה שטויבער הי"ו האט געזאגט פאר דעם שרייבער פון די שורות אז ער האט געהערט פון זיין רבי'ן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זצ"ל בזה"ל: "איך זאג, אז דאס ביסל ענגליש וואס מ'לערנט ביי אונז אין די חדרים, נישט נאר אז מ'מעג דאס לערנען נאר מ'מוז דאס לערנען... און קענען! סוף כל סוף וואוינט מען דא אין א לאנד וואס די שפראך איז ענגליש, און וואס א פנים האט עס ווען ס'איז דא אזעלכע היגע-געבוירענע וואס קענען זיך אפילו נישט אונטערשרייבן דעם נאמען..."

הערט אויף טענה'ן אז עס איז נישטא קיין אנדערער וועג. די ליטווישע אידן גייען אויך נישט אין קאלעדזש. וויפיל פון זיי האט איר געזען אין די פּ"י-סמ"ך אפיסעס? וויפיל פון זיי האט איר געזען אין דעם חלק ח' אפיס? ענטפערט בנאמנות, יעדער מוטשעט פאר פרנסה, אבער איז נישט פאראן א וועג ווי אזוי צו לעבן אן גיין אויף א דרך וואס איז קעגן די תורה, קעגן אלעס וואס מען האט אונז געלערנט, און קעגן פשוט, יסודות'דיגע מ-ע-נ-ט-ש-ל-י-כ-ק-י-י-ט!

ווי אזוי קענט איר זיצן אין א דירה מיט $20,000 פורנישטור און שרייען אז "מען קען נישט לעבן אנדערש"? און אויב שפירט איר זיך געצוואונגען צו האבן אזעלכע טייערע שטוב-איינריכטונגען צוליב געזעלשאפטליכע פרעשור, קלערט איר טאקע אז שטייער-צאלער דארפן דאס פאנדן? ערליכע שטייער-צאלער וועלן אייך ליבערשט באצאלן א פסיכאלאג וועלכער זאל אייך ערקלערן אויף מאמע-לשון אז מען דארף לעבן לויט וויפיל מען קען זיך ערלויבן.

"יעדער"?!
אנקעטעס ווייזן אז 90 פראצענט פון דער אמעריקאנער באפעלקערונג האלט אז שווינדלען שטייערן איז אוממאראליש. און בלויז 3 פראצענט האלט אז עס איז יא מאראליש אמאל בשעת הדחק. יעצט וועמען ווילט איר איינרעדן אז "יעדער" טוט עס? וועמען ווילט איר איינרעדן אז א געזעלשאפט ווי אנקעטעס וואלטן מסתמא געוויזן ציפערן וועלכע זענען פונקט קאפויער איז אזוי ווי "יעדער"?

און וואס ווילט איר מיר איינרעדן איבער "יעדער" ווען נישט לאנג צוריק איז באריכטעט געווארן אז א חסידי'ש שטעטל פארמאגט די העכסטע פראצענט פון "פוד סטעמפס" געניסער איבער סיי וועלכן געגנט אין גאנץ אמעריקע. איר הערט ווערטער? איבער ג-א-נ-ץ א-מ-ע-ר-י-ק-ע!

א באריכט פון פארגאנגענעם יאנואר זאגט אז דאס שטעטל איז "דער ארעמסטער פלאץ אין לאנד... מער ווי צוויי-דריטל זענען אונטער דער פעדעראלער ארעמקייט ליניע, און מער פון 40% באקומען "פוד סטעמפס"... דאס מאכט עס ארעמער פון אזעלכע בארימטע נאכגעלאזטע געגנטער ווי מערב סט. לואיס." נעמט אין באטראכט אז דער 40% ציפער איז אין קאנטראסט צו דעם יעצטיגן רעקארד-הויכן דורכשניטליכן ציפער פון "פוד סטעמפס" געניסער אין אמעריקע: 11%.

"אבער מ'מעג"
איך האב אויך געהערט די מיליאנען התירים וואס מען טרעפט פון אונטער דער ערד. איך וועל שוין נישט אריינגיין אין דעם אז ווען אנדערע קרייזן טרעפן הלכה'דיגע היתרים אויף צניעות אדער שבת ביסטו דער וואס שימפט אז זיי זענען מקיים "פּיק ענד טשוז" – וועלן זיך אויס מקיים צו זיין הלכה וואו עס שמעקט זיי, און ווען נישט טרעפן זיי הלכה'דיגע "לופּהאולס" צו טרעפן היתרים. מיין עיקר נקודה דא איז אז הלכה קומט נישט דא אריין; עס איז פשוט א' ב' פון מענטשליכקייט אז מען טאר נישט טאן די אלע דריידלעך.

גיב א קוק וואס דער ספר הכוזרי שרייבט (מאמר ב, אות מז-מח): "מה ה' דורש ממך כי אם עשות משפט ואהבת חסד... וזולת זה הרבה. אלה והדומה להם הם החוקים השכליים, והם הקדמות והצעות לתורה האלוקית, קודמות לה בטבע ובזמן, אי אפשר בלעדיהם בהנהגת איזו קהלה שתהיה מבני אדם, עד שקהל הליסטים אי אפשר שלא יקבלו הצדק ביניהם, ואם לא, לא הייתה מתמדת חברתם."

רבינו יהודה הלוי זאגט אונז דא אז די פשוט'ע מענטשליכע חוקים וואס יעדער מענטש פארשטייט אליין איז פאר די תורה בטבע און בזמן. נאך פאר די תורה איז געגעבן געווארן זענען געווען דברים פשוטים וואס יעדער האט פארשטאנען צי מען מעג זיי יא טאן צי נישט. אט די חוקים זענען די יסודות פון דער מענטשהייט. עס איז ממש אבסורד ווען עס קומט צו זאכן וועלכע גייען אריין אין די גדרים פון "עשות משפט ואהבת חסד" צו קומען ברענגען ראיות אויף יא אדער אויף ניין פון דעם שורת הדין. דער אויסדרוק "עס שטייט אין דעם פינפטן שלחן ערוך" איז נישט סתם א וויץ, עס איז געבויט אויף אט דעם פריערדערמאנטן געדאנק פון רבינו יהודה הלוי – גערעכט, עס שטייט נישט אין די פיר חלקים פון רבינו יוסף קארו'ס שלחן ערוך. עס איז אבער דא א פינפטער חלק וואס השי"ת האט נאך געגעבן פאר דער מענטשהייט נאך פון אדם הראשון, נאך אפילו פאר ער האט געגעבן די תורה. און דאס איז: "כי אם עשות משפט ואהבת חסד" – זיי א מענטש, טו דאס וואס דער גאנצער מין האנושי טוט קאלעקטיוו באטראכטן אלס ריכטיג; זיי אן ערליכער מענטש.

און וואס איז יעצט?
איך האב נאר איין מעסעדזש: וועקט אייך אויף! עד מתי?! ווי לאנג נאך וועלן די גרויסע מויל מאכער אנפילן זייערע גרויסע מיילער מיט גאלאנען וואסער. מיר פשוט'ע אידן ווילן לעבן ווי נארמאלע מענטשן. קומט אויף מיט עצות – נישט מיט שימפן און טרעפן חסרונות ביי יענעם. שוין גענוג יארן האבן מיר גע'חזר'ט די סלאגאנען איבער וואס מיר טארן נישט – יעצט במטותא מיניכו: וואס קענען מיר יא טאן? העלפט אונז לעבן ווי נארמאלע, ערליכע מענטשן!
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 11:35 pm#236832
וואו איז דער ארטיקל ערשינען?
פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 12:04 am#236841
פיינע ארטיקעל. דעמאלטס האט מען נאך געקענט מלמד זכות זיין אויף די שווינדלערס. וואס זאל מען יעצט זאגן?!
פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 12:15 am#236843
זייער א שיינע ארטיקל, וכן נוהגים.
פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 11:11 am#236876
דער שניידט דאך שטיקער!!

דאס איז ליידער גאר גערעכט
ווי אזוי קענט איר זיצן אין א דירה מיט $20,000 פורנישטור און שרייען אז "מען קען נישט לעבן אנדערש"? און אויב שפירט איר זיך געצוואונגען צו האבן אזעלכע טייערע שטוב-איינריכטונגען צוליב געזעלשאפטליכע פרעשור, קלערט איר טאקע אז שטייער-צאלער דארפן דאס פאנדן? ערליכע שטייער-צאלער וועלן אייך ליבערשט באצאלן א פסיכאלאג וועלכער זאל אייך ערקלערן אויף מאמע-לשון אז מען דארף לעבן לויט וויפיל מען קען זיך ערלויבן.
פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 12:52 pm#236898
PDF
פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 1:05 pm#236903
פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 1:25 pm#236913
איך וויל זיך נישט דינגען אויפן מאמר ווייל עס איז אמת
אבער נישט יעדע ווארט דארף מען אן נעמען

ארכיוויסט האט געשריבן:
"יעדער"?!
אנקעטעס ווייזן אז 90 פראצענט פון דער אמעריקאנער באפעלקערונג האלט אז שווינדלען שטייערן איז אוממאראליש. און בלויז 3 פראצענט האלט אז עס איז יא מאראליש אמאל בשעת הדחק. יעצט וועמען ווילט איר איינרעדן אז "יעדער" טוט עס? וועמען ווילט איר איינרעדן אז א געזעלשאפט ווי אנקעטעס וואלטן מסתמא געוויזן ציפערן וועלכע זענען פונקט קאפויער איז אזוי ווי "יעדער"?


וועמן ווילסט די איינרעדן אז דער אנקעטע האט בכלל עני האפט. ווייל גאווערנער שפיצער האט געפירט א מערכה מיט שמוץ האט מען אים נישט געכאפט מיט שמוץ? ווייל נאר 3 פראצענט זאגן עס איז מאראליש מיינט אז נאר דריי פראצענט טוהן עס? קא"ט די קרע...!!!

ארכיוויסט האט געשריבן:ווי אזוי קענט איר זיצן אין א דירה מיט $20,000 פורנישטור און שרייען אז "מען קען נישט לעבן אנדערש"?

זאג מיר וויפיל אינגעלייט קענסטו וואס האבן געקויפט $20,000 פירניטשער?
איך קען נישט קיין איין!!!
איז ווייל זיין טאטע האט אים אויסשטאפירט מיט דעם דארף ער שוין קענען דעקן זיין לעבנס הוצאות אהן פ.ס. און חלך ח'?
פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 2:25 pm#236946
לית דין בר נש האט געשריבן:
ארכיוויסט האט געשריבן:ווי אזוי קענט איר זיצן אין א דירה מיט $20,000 פורנישטור און שרייען אז "מען קען נישט לעבן אנדערש"?

זאג מיר וויפיל אינגעלייט קענסטו וואס האבן געקויפט $20,000 פירניטשער?
איך קען נישט קיין איין!!!
איז ווייל זיין טאטע האט אים אויסשטאפירט מיט דעם דארף ער שוין קענען דעקן זיין לעבנס הוצאות אהן פ.ס. און חלך ח'?

דאס איז היינט די פרייז רעינזש פון פורניטשור. אפשר ארעמערע צאלן נאר פופצן טויזנט דאלער.
די צרה איז אז דער יונגערמאן וועט דארפן אויסצאלן פורניטשור פאר זיינע צען קינדער אי"ה.
פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 2:40 pm#236955
נאך ארעסטן
Bed-Stuy Volunteer Ambulance Corps Victim of $1Million Identity Theft Scheme



Stephen Witt

By Stephen Witt

November 20, 2014 15:08


Bed-Stuy Volunteer Ambulance Corps Victim of $1Million Identity Theft Scheme


BSVAC located on the corner of Greene Ave. and Marcus Garvey in
Bedford- Stuyvesant, was founded in 1988 as the nation's first
minority-run volunteer ambulance corps; One of the scammers lived on
Ross St. in Hasidic Williamsburg and the other is a Lakewood, NJ
resident.

BSVAC located on the corner of Greene Ave. and Marcus Garvey in
Bedford- Stuyvesant, was founded in 1988 as the nation's first
minority-run
volunteer ambulance corps; One of the scammers lived on Ross St. in
Hasidic Williamsburg and the other is a Lakewood, NJ resident.


Two scam artists were arrested after they allegedly posed as
Bedford-Stuyvesant Volunteer Ambulance Corps (BSVAC) officials to bilk
an Oklahoma bank out of more than $1 million to pay for what they said
were new ambulances and EMS equipment, Kings County District Attorney
Kenneth Thompson announced this week.
Chaim "Charlie" Gottlieb, 43, of 144 Ross Street in Williamsburg,
Brooklyn and David Faria, 43, of 63 Seminole Drive in Lakewood, New
Jersey were arraigned earlier this month on a 41-count indictment
relating to the alleged scam and now face 25 years in jail if
convicted.

"These defendants allegedly defrauded a bank for $1 million by
pretending to finance volunteer ambulance companies like the
Bedford-Stuyvesant Volunteer Ambulance Corps, which has saved
countless lives here in Brooklyn," said Thompson.
According to the indictment, Gottlieb and Faria conspired in a scheme
from December 2011 to November 2012, where they used entities that
were or appeared to be nonprofit emergency responders to apply for and
secure bank financing that was intended for the purpose of purchasing
emergency vehicles and equipment for these entities.
This included going to the Oklahoma State Bank for financing while
posing as individuals acting on behalf of these not-for-profit
entities and using fraudulent documents such as tax forms and invoices
for emergency vehicles and equipment.
Thompson said, according to the indictment, Gottlieb and Faria used
the names of real and fictitious entities to apply for funding
including: Aviation Volunteer Fire Department, New York State Search
and Rescue, Bedford-Stuyvesant Volunteer Ambulance Corps and Kings
County Volunteer Ambulance Corps, among others. They also allegedly
created false invoices from a fictitious company they called Boro Auto
Sales, to which the Oklahoma bank wired more than $1 million into an
account controlled by Gottlieb.
The BSVAC was founded in 1988 as the nation's first minority-run
volunteer ambulance corps. It was created in response to the crisis in
emergency medical service that afflicts New York's minority
communities, according to the organization's Web site. They currently
have about 100 volunteers and 50 cadets - all of whom are taken
through the local community.
BSVAC Chief and co-founder James "Rocky" Robinson, who retired after
40 years and was a FDNY EMS Captain, didn't know about the arrests but
did recall Gottlieb.
"He volunteered off and on for us for some time," recalled Robinson,
adding he said he knew someone whose father was a big shot in New
Jersey and he could get the corps an ambulance. "He wound up
defrauding a bank of $1 million and gave us a junkyard utility van."
Robinson said Gottlieb and others were very good on the computer and
were often on it, and even changed his password so he couldn't get on
it for awhile.
Gottlieb and others also used the BSVAC name to collect money, Robinson said.
Gottlieb was ordered held on $1 million bond or $300,000 cash bail
and Faria was ordered held on $100,000 bond or $50,000 cash bail. Both
were ordered to return to court on January 7, 2015 and face up to 25
years in prison if convicted.
מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 9:12 pm#237001
בל טשיווא: דער רעפארט איז א קאפי/פעיסט אדער א נייעס באריכט אין א צייטונג?
בכל אופן. ס'איז א גרויסער חילול השם שאין כמוהו. ס'איז נאר א חידוש אז די געהעריגע גוי'אישע מידיא האט עס נאכנישט אויפגעכאפט. ווייל זיי האבן זייער שטארק ליעב צו רעפארטן אזעלכע נייעס. אז אידישע שווינדלערס האבן נעבעך באגנב'ט א מיינאריטי ארגאנזיזאציע וואס איז נעבעך געפאלן א וויקטים צו זיי...!
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 1:40 am#237049
יאיר האט געשריבן:וואו איז דער ארטיקל ערשינען?
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 3:24 am#237067
כמדומה לי אין די צייטשריפט ע"ה.
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 5:48 pm#237665
לאבין אין מאמענט זאגט זייער ענדליכע נקודות. אויב איינער קען מזכה זיין דעם עולם מיט לאבין'ס ארטיקעל וואלט עס געוועהן א שטארקע דבר טוב
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 7:55 pm#237686
פעלט טאקע אויס צו מזכה זיין דעם עולם? א_ווי עירובי תבשילין?
רבותי זייט נישט פויל ביטע, קויפט אייך אין גראסערי איינס און לייענט דאס אדורך, איר מעגט שטיצן דעם מאמענט/לאבין פאר אזעלכע שניידענדע אמת'ע ארטיקלען.
קויפטס, איר וועט נישט חרטה האבן.
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 8:43 pm#237691
המלוכה והממשלה האט געשריבן:לאבין אין מאמענט זאגט זייער ענדליכע נקודות. אויב איינער קען מזכה זיין דעם עולם מיט לאבין'ס ארטיקעל וואלט עס געוועהן א שטארקע דבר טוב

ATUB @שמעקעדיג ATUB האט רעכט. לאבין ארבעט פאר איינעם. מען טאר דאס נישט אהערשטעלן אן רשות.
דינסטאג אקטאבער 24, 2017 1:39 am#387425
כהאב געהערט פון א קראנטע מקור אז מגרייט זיך אויפצופיקן מעהר ווי א מנין היימישע אידן אין די קומענדיגע צוויי טעג. פארן משחד זיין אינספעקטארס וועגן אסבעסטוס asbestos וואס איז גאר א הארבע עבירה אין אמעריקע און איז נישט די זעלבע פאל ווי ביי שמירן אינספעקטארס פאר געז מיטערס וכודומה ווייל סאיז א ענווייערמענטל אישו.


כהאב געהערט אפאר נעמען וועם איך קען פערזענליך, סאיז שרעקעדיג... מה נאמר ומה נדבר.
דינסטאג אקטאבער 24, 2017 4:10 am#387431
מ'האט נישט משחד געווען קיינעם. ס'דא א קאמפעני וואס מאכט עזבעסטיס אינספעקשאנס און יענער פלעגט גיבן א סערטיפיקאט אפילו טאמער ס'האט נישט געטויגט ווייל ער האט געוואלט מ'זאל אים ניצן. די דיפט. אוו אינוועסטיגעישאנס האט אינטערגעהערט זיינע טעלעפאן געשפרעכן און די וואס האבן גערעדט וואס מ'דארף נישט גייען איצט ווערן אנגעקלאקט
דינסטאג אקטאבער 24, 2017 4:53 am#387432
שמעון וואלף האט געשריבן:מ'האט נישט משחד געווען קיינעם. ס'דא א קאמפעני וואס מאכט עזבעסטיס אינספעקשאנס און יענער פלעגט גיבן א סערטיפיקאט אפילו טאמער ס'האט נישט געטויגט ווייל ער האט געוואלט מ'זאל אים ניצן. די דיפט. אוו אינוועסטיגעישאנס האט אינטערגעהערט זיינע טעלעפאן געשפרעכן און די וואס האבן גערעדט וואס מ'דארף נישט גייען איצט ווערן אנגעקלאקט


קען זיין. אבער איך האב געהערט אביסל א אנדערע מעשה פון איינער וואס איז פארמישט אין די פרשה. ער איז מיין נאנטע קרוב. זייער נאנט. הלוואי ביסטו גערעכט.


איינער פון מיין משפחה איז שיעור נישט געוועהן אויף געהאקטע צרות ווייל א אנדערע מאחבנ״י האט אים געוואלט אריינערן אין פאסטאקע אריין. למעשה האט ער זיך געכאפט שנעל. סהאט אים אפגעקאסט אסאך געלט און אומזיסטיגע עגמ״נ. אסאך מענטשען מאחבנ״י זענען אומיושרדיג און פאלנע גנבים ליידער. איך זאג עס נישט ווייל איך האב חלילה פיינט חסידים. איך האב בכלל נישט פיינט קיינעם באמת. אפילו נישט דער רויטע רבי איך וואונטש אים אסאך הצלחה ספעציעל ביי זיינע הכנות ווייל לויט די פאקסן ביי די עבודות הקודש קוקט אויס ווי די רבי ליידט ליידער ליידער אויף שווערע עצירות, קאנסטאפאציע בלע״ז.
דינסטאג אקטאבער 24, 2017 8:24 pm#387482
למעשה?
דינסטאג אקטאבער 24, 2017 10:44 pm#387498
שבת אחים האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:מ'האט נישט משחד געווען קיינעם. ס'דא א קאמפעני וואס מאכט עזבעסטיס אינספעקשאנס און יענער פלעגט גיבן א סערטיפיקאט אפילו טאמער ס'האט נישט געטויגט ווייל ער האט געוואלט מ'זאל אים ניצן. די דיפט. אוו אינוועסטיגעישאנס האט אינטערגעהערט זיינע טעלעפאן געשפרעכן און די וואס האבן גערעדט וואס מ'דארף נישט גייען איצט ווערן אנגעקלאקט


קען זיין. אבער איך האב געהערט אביסל א אנדערע מעשה פון איינער וואס איז פארמישט אין די פרשה. ער איז מיין נאנטע קרוב. זייער נאנט. הלוואי ביסטו גערעכט.


איינער פון מיין משפחה איז שיעור נישט געוועהן אויף געהאקטע צרות ווייל א אנדערע מאחבנ״י האט אים געוואלט אריינערן אין פאסטאקע אריין. למעשה האט ער זיך געכאפט שנעל. סהאט אים אפגעקאסט אסאך געלט און אומזיסטיגע עגמ״נ. אסאך מענטשען מאחבנ״י זענען אומיושרדיג און פאלנע גנבים ליידער. איך זאג עס נישט ווייל איך האב חלילה פיינט חסידים. איך האב בכלל נישט פיינט קיינעם באמת. אפילו נישט דער רויטע רבי איך וואונטש אים אסאך הצלחה ספעציעל ביי זיינע הכנות ווייל לויט די פאקסן ביי די עבודות הקודש קוקט אויס ווי די רבי ליידט ליידער ליידער אויף שווערע עצירות, קאנסטאפאציע בלע״ז.


דער אינספעקטאר דא איז נישט קיין איד
מיטוואך אקטאבער 25, 2017 11:57 am#387524
מיטוואך אקטאבער 25, 2017 12:23 pm#387527
Re: אונזער לעבנסשטייגער דארף א טויש! (אין ליכט פון די ארעסטן
האט מען למעשה אויך אויפגעפיקט אידן? אויב נישט, קען דאס אפשר זיין די סיבה פארוואס דער פאוסט האט נישט געפונען פאר נייטיג צו לייגן בילדער און נעמען פון די באשילדיגטע.
מיטוואך אקטאבער 25, 2017 1:04 pm#387530
They turned themselves in. There was no early morning arrest parade.