Under maintenance
הויפט זייט » !!!באמבע!!! רב"צ גייט זיך טרעפען מיט רמ"ד

!!!באמבע!!! רב"צ גייט זיך טרעפען מיט רמ"ד

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7622
מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 10:16 pm#237011
!!!באמבע!!! רב"צ גייט זיך טרעפען מיט רמ"ד
עס הייסט אז די וואך הבעל"ט, אי"ה אויף מיטוואך איז אנגעשמועסט אז רב"צ גייט זיך טרעפען מיט רמ"ד, נישט אלע ארומיגע זענען מסכים אויף ביידע זייטען, אבער אפאר אויף ביידע זייטען ווילען עס גאר שטארק, למשל דער שוואגער פין רב"צ ר' חיים יעקב טויבער, דער היינטיגער דיין אין באבוב, ווי אויך נאך א שוואגער.

עס איז כדאי אנצומערקען אז כדרכן של בעלי מחלוקת, די זעלבע וואס אין 45 האבען געהאלטען אז ער זאל נישט פאלגען און די פין 48 וואס האבען געוואלט ער זאל נישט פאלגען אלץ אבי דער מחלוקת של הבל זאל ווייטער אנגיין, זיי פארלייגען אלע כחות אז די שלום זאל נישט פארקומען.

זאל דער אויבערשטער העלפען אז יבולע המחלוקת לנצח, און די בעלי מריבה זאלען זיין כלין מאליהן, והקב"ה ישכין שלום בתוך עמו ישראל.

און דער שלום זאל זיך פארשפרייטען אויף קלז"ב און קיין פאנעוויזש, און צווישען דער נייע מחלוקת רחיי"ק מיט ר' שמואל אוירבאך (סתם א סטופיד מחלוקת, נישט אפילו אויף געלט).
מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 10:20 pm#237012
ויקץ ויחלום שנית
מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 11:30 pm#237021
wishful thinking
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 12:09 am#237029
מען ארבײט טאקע אויף א שלום אבער די טרײבט איבער אז זײ גײען זיך שוין טרעפן מיטװאך. עכ׳פ אזוי מײן איך. בדרך אגב
װאס האלט מ.צ. לגבי זיך טרעפן/מאכען שלום?
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 12:20 am#237031
ווער איז מ.צ?

וואס א חילוק וואס דער האלט וואס יענער האלט, עס ווענד זיך אין די מענטשען אליין. פונקט אזויווי רמ"ד האט מחליט געוועהן אנצונעמען די פסק על אף וואס גדולי חסידים האבען זיך מתנגד געווען, קענען זיי ביידע עס נעמען א שריט ווייטער אהן זיך רעכענען מיט די גדולי הקנאקערס וואס פאר נארישע אינטערעסען ווילען זיי האלטען א מחלוקת אנגיין.
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 12:44 am#237036
מענדל ציטראנעבוים.
אװדאי װענדט זיך עס אין דעם מענטש אלײן אבער איך מײן אז רמ׳ד איז אסאך מער לאמיר זאגן אינעפענדענט װי רב׳ץ.
איז ממילא האביך גפרעגט װעגן מ.צ. װײל ער דרײט זיך מיט איהם אלעמאל און איז א זין פון זײן מענטאר.
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 1:12 am#237042
איך האב געהערט אז הרב פרישוואסער איז געווען ביי הרב טויבער אין ער האט אפגעשטיפט אז די רב איז יעטצט נישט דא !
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 2:21 am#237059
ברוך שאמר האט געשריבן:איך האב געהערט אז מר פרישוואסער איז געווען ביי מר טויבער אין ער האט אפגעשטיפט אז די רב איז יעטצט נישט דא !

מר ברוך שאמר אויב קענסטו שרייבן 'מר' אויפן דיין וועם דיין טאטע האט לכאורה געפאלגט איסורי כריתות שאלות...
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 2:27 am#237060
ג״א מצטרף לדברי המחאה של חסיד רב טויבער איז א ת״ח און מרופט עם נישט אהן מיסטער אפילו די ביסט ברוגז אויף עם.
און איך מיין אז סאיז קעגן די תקנת המקום אהנצורופען א אב אהן א ר׳
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 2:32 am#237064
איך בין אויך מוחה, פארן רופן צוויי תלמיד חכמים, א רב און א דיין, מר. מען טוט נישט אזוי.
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 3:31 am#237069
װי לאנג מען שרײבט ר׳ אדער רב מעג מען שרײבען נאך דעם כל דבר אסור..
א רגע לאמיר אויך מוחה זײן.
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 9:31 am#237081
פארוואס זאל איינער זיין ברוגז אויף ר' חיים יעקב?
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 10:08 am#237086
גערעכט גערעכט I'm sorry
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 2:56 pm#237137
ברוך שאמר האט געשריבן:גערעכט גערעכט I'm sorry

וואס איז געוועהן די הו''א?
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 3:05 pm#237145
קנאה און שנאה
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 3:40 pm#237163
לית דין בר נש האט געשריבן:קנאה און שנאה

הא בהא תליא וא''כ איזה נולד תחילה?
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 6:05 pm#237227
אפשר איז ער ברוגז אויף רב טובער ווייל ער איז א מחותן מיט'ן טשאקובער
מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 3:16 pm#237397
איחוד פעלד האט געשריבן:עס הייסט אז די וואך הבעל"ט, אי"ה אויף מיטוואך איז אנגעשמועסט אז רב"צ גייט זיך טרעפען מיט רמ"ד, נישט אלע ארומיגע זענען מסכים אויף ביידע זייטען, אבער אפאר אויף ביידע זייטען ווילען עס גאר שטארק, למשל דער שוואגער פין רב"צ ר' חיים יעקב טויבער, דער היינטיגער דיין אין באבוב, ווי אויך נאך א שוואגער.

עס איז כדאי אנצומערקען אז כדרכן של בעלי מחלוקת, די זעלבע וואס אין 45 האבען געהאלטען אז ער זאל נישט פאלגען און די פין 48 וואס האבען געוואלט ער זאל נישט פאלגען אלץ אבי דער מחלוקת של הבל זאל ווייטער אנגיין, זיי פארלייגען אלע כחות אז די שלום זאל נישט פארקומען.

זאל דער אויבערשטער העלפען אז יבולע המחלוקת לנצח, און די בעלי מריבה זאלען זיין כלין מאליהן, והקב"ה ישכין שלום בתוך עמו ישראל.

און דער שלום זאל זיך פארשפרייטען אויף קלז"ב און קיין פאנעוויזש, און צווישען דער נייע מחלוקת רחיי"ק מיט ר' שמואל אוירבאך (סתם א סטופיד מחלוקת, נישט אפילו אויף געלט).

מצד 45 איז נישט דא קיין איינער וואס וויל נישט אזא באגעגעניש.

יא, געווען טאקע אזעליכע וואס האבען געהאלטען אז מען טאר נישט פאלגען א פאלשע פסק דין און מען זאל עס פייטען אול דע וועי. אבער פאר שלום זענען זיי קיינמאל נישט געווען דערקעגען, און רבי מרדכי דוד איז געווען גרייט די גאנצע צעהן יאר זיך צו באגעגענען מיט זיין פעטער ווען ער וויל.

און דער ענד וועלען אלע טוהן רצון רבם, וואס וויל אויף אן אמת שלום.

דער אמת מוז געזאגט געווארען און פארשריבען ווערען, און איך טאר עס נישט א דורך לאזען כאלו מען רעדט דא פון איקוועל מחרחר ריב. ניין, די מחלוקת דידענט גאו both ways
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:20 am#237512
כ'בין מיד פון איבער שרייען די זעלבע זאך פיפציג מאל. ATUB @כנור ATUB פליז הער יעצט איין מאל פאר אלעמאל
כ'האב באגעגענט א 45טע חסיד, כ'האב עיהם אנגעקלאפט די ביינער, אויסגעהאקט די ציינער, אראפ געביסן די פינגער, כ'האב עיהם צירוק געגעבן די ציינער מיט די פינגער'ס, אין כ'האב עיהם געבעטן מפני השלום זאל ער קומען אויף מיינע שמחות, אין מיך שיין באגריסען אויפן גאס וגו'....

עטץ האט גענומען די שענסטע מוסטער פון שלום, די סימבאלישע באבובער קהילה, עס פארשעמט צוהאקט צובראכן מיט טעעראר אקציעס אן א שיעור, מיליאנע געלט שאדן, בארויבט אינגער בחורים פון זייער טאטע'ס, צופליקט הונדרעטע משפחות, אין יעצט ווען די פאלירסט שרייסטו "אני שלום"

כ'מיין מ'זאל מאכן א עפפאוינטמענט אין זיך קישן איינער דעי צווייטער, והמבין יבין
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 1:32 am#237519
װען עטץ װאלטס ענק אויף געפירט װי דער באבאװער מוסטער פון שלום עלף,צװעלף,דרײצען יאר צוריק װאלט נישט געשען װאס
איז געשען. והמבין יבין.
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 8:15 am#237532
petergrifin האט געשריבן:װען עטץ װאלטס ענק אויף געפירט װי דער באבאװער מוסטער פון שלום עלף,צװעלף,דרײצען יאר צוריק װאלט נישט געשען װאס
איז געשען. והמבין יבין.


דא קענט איר הערען א דוגמא קטנה פון וואו אזוי דער אני שלום מיט זיינע חברה האבען זיך אויפגעפירט צוועלעף דרייצען יאר צוריק, והמבין יבין!

אפילו לדבריך אז מ'האט זיך נישט אויפגעפירט גענוי אזוי וואו די האסט געוואלט, הייסט דאך אז לו יצוייר מ'וואלט זיך יא אויפגעפירט וואו די האסט געוואלט וואלטסטו נישט געמאכט רמ"ד פאר באבוב[45]ער רבי.
מיט דעם האסטו בהודעת בעל דין אפגעפרעגט דער גאנצער וזאת התורא והמציאות לא תהא, והמבין יבין!
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 10:58 am#237544
.
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 12:24 pm#237549
וואס טוען דיע צוויי און שומר שבת?

כ'הער פון גאר קראנטע מקורות אז רבי יחיאל באב"ד לויפט ארום צו בנים צובאקומען א צעטיל ער זאל זיך נישט דארפן שטעלן צום בי"ד.
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 5:39 pm#237663
בארא פארקער האט געשריבן:כ'בין מיד פון איבער שרייען די זעלבע זאך פיפציג מאל. @כנור

עטץ האט גענומען די שענסטע מוסטער פון שלום, די סימבאלישע באבובער קהילה, עס פארשעמט צוהאקט צובראכן מיט טעעראר אקציעס אן א שיעור, מיליאנע געלט שאדן, בארויבט אינגער בחורים פון זייער טאטע'ס, צופליקט הונדרעטע משפחות, אין יעצט ווען די פאלירסט שרייסטו "אני שלום"

כ'מיין מ'זאל מאכן א עפפאוינטמענט אין זיך קישן איינער דעי צווייטער, והמבין יבין


זיי מיר ביטע מסביר אז סקומען א פראצענט יודען פון א קהילה אפילו א קלענערע פראצענט,און האבען אן אנדערע דיעה ווי אן אנדערע פראצענט פון די קהילה.
מוזען זיי דערשטיקען זייער דיעה ווייל די שישקעס האבען אזוי באשלאסען.
ר׳ יוד אונז זעמיר און אמעריקא,און אז א ציבור יודען זענען מחליט אזאך,זענען זיי ענטייטעלט אויף דעם,זיי האבען ס״ה געהאט אן אנדערע דיעה ווי דיר,
די קומסט פאר ווי רוסלאנד און די קאמאניוזים יארען,פלעגן זיך גרויסען מיט די גרויסע שלום וואס הערשט בא זיי,נו וודאי אז מהאקט אפ די קאפ פון יעדער וואס זאגט אנדערש ווי סטאלין,איז דאך נאר דא איין דיעה,נוא אויב אזוי קריגט זיך קיינער נישט.
די וואלסט געוואלט אז וואס לעזער,בייגעל,ציטראננעבוים,זענען מחליט אזוי מוז יעדער נאכטאנצען,און סזאל זיין שלום קיינער זאל נישט האבען קיין אנדערען אפיניען,
די וואלסט געוואלט אז וועם זיי באשליסען איז ראוי צו זיצען אויפען עולם מוז יעדער נאכטאנצען,און אויב א ציבור יודען האלטען אנדערש און האלטען אויף איינעם אז ער איז נישט ראוי פאר דעם,זאל מען דערשטיקען די דיעה.
ר׳ יוד אונז זעמיר נישט און רוסלאנד,און יא סאיז געווען א גאר גרויסע פראצענט פון באבוב וואס האבען געהאלטען אנדערש ווי דיע פאר אויסגערעכענטע,אויף אזוי ווייט אז טייל פון זיי זענען אפילו אוועקגעגאנגען פון זייערע לאנגע יעריגע בית מדרש,אלץ ווייל זיי האבען נישט געוואלט מחלוקת.
און דאס הייסט נישט מחלוקת,שלום מיינט ווען יעדער איז מסכים אז דער אנדערער מעג טראכטען פארקערט ווי מיר און מיט דעם אלעם קען מען בלייבען בשלום.
סאיז מיר אינטערעסאנט ווי סקומט קיין באבוב דיע פארמיאוסטע עדיטאד אז ווער סטראכט נישט ווי מיר איז א מהרס און צוריסען זאל ער ווערען.
דאס פאסט מער פאר רוסישע חסידות,ווי פאר די אזוי גערופענע סימבאלדיגע שלום חסידות.
קיינער האט נישט פארשעמט באבוב,ענק פארשעמען זיך אליינס,מיט די העסליכע פארשעמטע שנאה וואס מפרעדיגט און מהעצט בא ענק,איז דאס יודישקייט,סזאל זיך נישט הערן קיין איין ווארט פון ענקער מנהיג וועגען שלום,מיט דעם פארשעמט עטץ זיך אליינס.
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 5:57 pm#237670
ס'האט דא אייינער געזאגט אז ענק טארן נישט גיין?
ב''ה עטץ זענטס געגאנגען, אויף דער פרט זענען אונז העכטס צופרידען,
אער ארויס גיין אין שלעפן אונזער קהלה אין ערכאות אין טוען טערראר, אויף דאס זענט עטץ שולדיג