Under maintenance
הויפט זייט » שפאנונג אין פערגוסאן...

שפאנונג אין פערגוסאן...

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7637
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 9:59 pm#237712
יאיר האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:@יאיר,
ווייסע פאליציאנטן זענען זיכער נישט, (כאטש אין אמעריקע איז 'ווייס' אויך נישט קיין עטניסיטי) אבער די עיקר פונקט איז אז איך דרוק ארויס אז דער ראסע אדער עטניסיטי האט א נעגאטיווער אייגנארטיגקייט, א חסרון, וואס קומט מכוח די נאטור (אין היינטיגע שפראך; גענעס) פון דעם ראסע.
און כאטש דו קענסט זיך דינגען און זאגן אז באצייכענען כינעזער אלס קלוגער, אידן אלס שארפער, וכו' איז אויך 'ראסיסטיש', ווערט עס אבער געווענליך נישט אנגערופן ראסיזם.

לעיקוואוד האקט, ביג טיים! (אוי, איז נישט לעיקוואוד אן עטניסיטי?)

פארשטייסט דאך איך מיין נישט דוקא דעם מובן פון דעם פונקטליכן גדר פון דעם ראסיזם טערמין און ווער עס איז יא עטניש און ווער נישט. אין מיינע אויגן איז נישט קיין גרויסע נפקא מינא אויב מען זאגט אז שווארצע האבן רוצחישע די ען עי אדער מען זאגט אז אלע זשינזשיס זענען כעסנים ווייל זיי ווערן געבוירן אין מזל מאדים. די שורש איז prejudice. ממילא גיי צוריק צו מיין שאלה און לייג אריין prejudice אנשטאט ראסיזם.

פאראורטייל (prejudice) איז נישט פונקטליך ראסיזם, פאראורטייל קען אריינרעכענען ראסיזם, סעקסיזם, אנטיסעמיטיזם, איסלאמאפאוביע, איראנאפאוביע, סטעריאטיפן, אימיגרנאפאוביע, (יעצט אויפגעמאכט ;) ), און נאך, פאראורטייל קען זיין א פערזענליכע שנאה און איינרעדעניש, און אפי' א שנאה צו א ספעציפישע ארוני צי זלמוני פון די קעגנערישע צד, די פשוטע דעפיניציע איז; אורטיילן א צווייטן נישט איבער יענעמס פערזענליכע אייגנשאפטן און מעלות, אדער חסרונות, נאר צוליב א פון פאראויס געהאלטענע שיטה אדער שמועה, און דעטס ליגט פשוט אין די ווארט, פאר-אורטייל pre-judice, ופשוט.

ראסיזם איז איינע (און פילייכט דאס שעדליכסטע און ברייטפארשפרייטסטע) פון די פילע סארטן פאראורטייל.

פאראורטייל איז געווענליך נעגאטיוו, כאטש סטעריאטיפ, איין סארט פאראורטייל דארף נישט אייביג זיין נעגאטיוו.

ראסיזם איז אייביג נעגאטיוו, איבער א עטנישע גרופע, און איז אין זייער נאטור, אדער גענעס, געווענליך האט ראסיזם א קערנדל אמת אין זיך, אוו דאס איז וואס מאכט עס אזוי געפערליך.

זאגן אז ווייסע פאליציאנטן וועלן גרינגער שיסן א שווארצן, אויב איז עס אמת איז עס לאו דווקא פאראורטייל, כאטש באשולדיגן א ספעציפישע ווייסן פאליציאנט אז ער וועט גרינגער שיסן א שווארצן מאן איז פילייכט יא.
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 10:45 pm#237722
נישט אלע שווארצע זענען צולאזענע גנבים און אומ-ערצויגענע ברואים. פאר גאר אסאך שכינותדיגע שחורים באדערט גאר שטארק די אימעדש וואס די פראטעסטירער לאזן איבער אויפן גאנצע געמיידע.
בילד: אפאר שווארצע איגענטליכע וואלאנטירן צו אויפרוימען די מיוזורי גאסן נאכן פראטעסט.
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 12:32 am#237743
ישראל קאפקע האט געשריבן:זאגן אז ווייסע פאליציאנטן וועלן גרינגער שיסן א שווארצן, אויב איז עס אמת איז עס לאו דווקא פאראורטייל, כאטש באשולדיגן א ספעציפישע ווייסן פאליציאנט אז ער וועט גרינגער שיסן א שווארצן מאן איז פילייכט יא.

אלזא, אויב איך באשולדיג א ווייסן פאליציאנט (אן קיין הארטע באווייזן) אז ער איז נוטה צו שיסן שווארצע מענטשן צוליב זיין ראסיזם, בין איך פילייכט אליין עובר אויף א גאר ענליכער פארברעכן פון פאראורטייל. שטימט?
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 12:59 am#237752
יאיר האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:זאגן אז ווייסע פאליציאנטן וועלן גרינגער שיסן א שווארצן, אויב איז עס אמת איז עס לאו דווקא פאראורטייל, כאטש באשולדיגן א ספעציפישע ווייסן פאליציאנט אז ער וועט גרינגער שיסן א שווארצן מאן איז פילייכט יא.

אלזא, אויב איך באשולדיג א ווייסן פאליציאנט (אן קיין הארטע באווייזן) אז ער איז נוטה צו שיסן שווארצע מענטשן צוליב זיין ראסיזם, בין איך פילייכט אליין עובר אויף א גאר ענליכער פארברעכן פון פאראורטייל. שטימט?

יאפ. יתכן.
אבער פארשטייט זיך אז עס איז דא אסאך שטאפלען, עס איז פאראן א חילוק פון האבן ראסיסטישע מיינונגען, און ארום גיין הרגנען שווארצע, צווישן זיין א ראסיסט אדער פאראורטיילליך אין הארץ אדער ווארט, צי ארום גיין אנרייסן אידן אדער אימיגראנטן.
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 1:16 am#237758
אודאי. מיר רעדן דאך נישט דא פון די סארט הארטע-קערן פאראורטיילער/ראסיסטן. נאר אזעלכע "ווייכע" ראסיסטן וואס פארמאגן בלויז א נטיה, אפשר אפילו אונטער'ן באוואוסטזיין. ווי למשל א ווייסער פאליציאנט וועלכער וועט ווערן מער דערשראקן ווען ער ווערט אטאקירט פון א שווארצן, וואס וועט אים אויטאמאטיש ענדערש מאכן שלעפן דעם צינגל. אדער א מענטש וואס האלט אז מען דארף ארעסטירן דעם ווייסן פאליציאנט אפילו ער האט נישט קיין באווייז אז זיין שלעפן דעם צינגל איז טאקע נגרם געווארן דורך ראסיזם.
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 1:34 am#237762
יאיר האט געשריבן:אודאי. מיר רעדן דאך נישט דא פון די סארט הארטע-קערן פאראורטיילער/ראסיסטן. נאר אזעלכע "ווייכע" ראסיסטן וואס פארמאגן בלויז א נטיה, אפשר אפילו אונטער'ן באוואוסטזיין. ווי למשל א ווייסער פאליציאנט וועלכער וועט ווערן מער דערשראקן ווען ער ווערט אטאקירט פון א שווארצן, וואס וועט אים אויטאמאטיש ענדערש מאכן שלעפן דעם צינגל. אדער א מענטש וואס האלט אז מען דארף ארעסטירן דעם ווייסן פאליציאנט אפילו ער האט נישט קיין באווייז אז זיין שלעפן דעם צינגל איז טאקע נגרם געווארן דורך ראסיזם.

נו נו, ווי אגרי טו אגרי אן דע עבאוו סטעיטמענט.
אבער דא איז פאקטיש פארגעקומען א מארד פון אן אומשולדיגן יוגנטליכן, אויך לויט די פאליציסטס ווערסיע האט ער אים געשאסן ווען ער האט אוועקשפאצירט פונעם אטאמאביל, און אלע אנוועזנדע ביישויער שטיצן אונטער דעם פאקט, נו כאטש א געהעריגע פראצעס!
ליידער (האט די דזשורי געאורטיילט אז עס) איז נישט דא גענוג באווייזן, נא, טוט מיר וויי אז דאס איז די מציאות, איך זאג נישט ח''ו ''נעם דעם פאליציאנט, שפאר אים איין, און ווארף אוועק דעם שליסל, בלויז אויף פאראורטייל'', אדרבה האלט אפ א געהעריגע פראצעס און גיב ארויס אן ''אורטייל'',
(אסאך זענען זיך טועה, אז די דזשורי האט פרייגעשפראכן דעם פאליציאנט, ד.מ. cleared of wrongdoing, זיי האבן ס.ה. געפסקנט אז עס איז נישט פאראן גענוג באווייזן צו שטעלן צו א פולער פראצעס).
פארשטייט זיך אז הרב יאיר קען האלטן אנדערש, אבער עס איז נישט די פאל דא ביי א פאסירונג וואס איך ווייס גארנישט וואס האט פאסירט, און מיין גאנצע מיינונג איז נאר מכוח פאראורטייל.
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 2:29 am#237765
פישל'ע העררינג האט געשריבן:ישראל,

א אומשולדיגע קינד וואס טשאלענדזשד א פאליציי מאן - לערענט מען אפיציעל אויס אין פאליס אקעדעמי אז עס איז אחת דתו. ווייל אלמלא מוראה של מלכות איש את רעהו חיים בלעוהו, און כדי עס זאלן זיין פאליציי לייט אויף די גאסן מוזן זיי זיך פילען סעקיורד. איינער וואס לויפט אקעגן א פאליציי מאן מיט דער קאפ אויף אראפ - אזוי ווי א באסקעט באלל פלעיער (אזוי איז געוועהן דער עדות'שאפט בעפאר דער גרענד דזשורי) איז דער דעמקאראטישע געזעץ איהם צו דערשיסן. א ווייסע צו א שווארצע צו א ברוינע צו א געלע, יעדער האט דער זעלבע דין.

וואס מען לערנט אויס אין פאליציי אקאדעמיע איז 'אחת דתו' מיינט נישט עפעס, ווייל 'פאליציי אקאדעמיעס' מאכן נישט קיינע 'דתים', און אין אמעריקע איז דאס וואס דער פאליציי לערער לערנט, נאך נישט 'דעמאקראטישע געזעץ'! אנדערע וועלן טענהן אז דאס איז ענדערש 'טיראניע'.
אלמלא מוראה של מלכות, איז די יוסטיץ סיסטעם, אויב הרגעסטו א מענטש גייט די געריכט דיר צוטיילן טויט שטראף אדער לעבנסלענגליכע טורמע, אויב גנבעסטו וכו', נישט אז דער פאליציאנט גייט דיר טויטן פארן לקחנען עטליכע ציגארעטלעך אדער ציקערלעך, א בעסערע ווארט דערפאר איז טעראר.
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 4:02 am#237772
ישראל קאפקע האט געשריבן:אלמלא מוראה של מלכות, איז די יוסטיץ סיסטעם, אויב הרגעסטו א מענטש גייט די געריכט דיר צוטיילן טויט שטראף אדער לעבנסלענגליכע טורמע, אויב גנבעסטו וכו', נישט אז דער פאליציאנט גייט דיר טויטן פארן לקחנען עטליכע ציגארעטלעך אדער ציקערלעך, א בעסערע ווארט דערפאר איז טעראר.

דאס איז א ריכטיגער שטרוי מאן ארגומענט. האט פישל'ע געזאגט אז מען דארף הרג'ענען ציגארעטן גנבים?
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 4:08 am#237773
ישראל קאפקע האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:אודאי. מיר רעדן דאך נישט דא פון די סארט הארטע-קערן פאראורטיילער/ראסיסטן. נאר אזעלכע "ווייכע" ראסיסטן וואס פארמאגן בלויז א נטיה, אפשר אפילו אונטער'ן באוואוסטזיין. ווי למשל א ווייסער פאליציאנט וועלכער וועט ווערן מער דערשראקן ווען ער ווערט אטאקירט פון א שווארצן, וואס וועט אים אויטאמאטיש ענדערש מאכן שלעפן דעם צינגל. אדער א מענטש וואס האלט אז מען דארף ארעסטירן דעם ווייסן פאליציאנט אפילו ער האט נישט קיין באווייז אז זיין שלעפן דעם צינגל איז טאקע נגרם געווארן דורך ראסיזם.

נו נו, ווי אגרי טו אגרי אן דע עבאוו סטעיטמענט.
אבער דא איז פאקטיש פארגעקומען א מארד פון אן אומשולדיגן יוגנטליכן, אויך לויט די פאליציסטס ווערסיע האט ער אים געשאסן ווען ער האט אוועקשפאצירט פונעם אטאמאביל, און אלע אנוועזנדע ביישויער שטיצן אונטער דעם פאקט, נו כאטש א געהעריגע פראצעס!

דא האסטו דעם פאליציאנט'ס גירסא מפה קדשו:
m http://abcnews.go.com/WNT/video/darren- ... n-27181675 m
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 2:50 pm#237853
אלען דערשאוויץ איבער דעם באשלוס פון דער גראנד-דזשורי און איבער איראנ'ס נוקלערע וואפן.

מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 4:28 pm#237876
יין שרף האט געשריבן:נישט אלע שווארצע זענען צולאזענע גנבים און אומ-ערצויגענע ברואים. פאר גאר אסאך שכינותדיגע שחורים באדערט גאר שטארק די אימעדש וואס די פראטעסטירער לאזן איבער אויפן גאנצע געמיידע.
בילד: אפאר שווארצע איגענטליכע וואלאנטירן צו אויפרוימען די מיוזורי גאסן נאכן פראטעסט.

איך זעה גראדע נישט וויאזוי דו קענסט ציווילעזירן דאס גאנצע טינקעלע פאלק מיטן ברענגן א בילד ווי איינצעלנע רוימען אויף....
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 5:45 pm#237881
איך בין נאכנישט איבערגעצייגט אז דאס איז א בילד פון היינט, דארט איז יעצט ביטער קאלט און די חברה גייען אנגעטון זומערדיג
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 11:18 pm#237933
דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 8:03 am#237976
ישמעאל, ווי איז צימערמאן?
דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 11:15 am#238002
'די צייטונג' העדליין.
''שווארצע אקטיוויסטן פארלאנגען ארעסט פין פאליציאנט וואס האט 'בטעות' געשאסן שווארצן מאן'

(בערך)
דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 1:51 pm#238031
איך ווער משוגע פאר דעם יונגערמאן, ער האט געטוהן א נאבעלע שריט!
דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 2:01 pm#238033
ער הייסט כמדומה יאסי הכהן ווייס מחשובי אנ''ש פאפא וויליאמסבורג. די שמייכל צום סוף הרג'עט עס אביסל, און מ'זעט אז ער איז דארט פאר ענטערטעינמענט פורפוסעס אנלי.
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 12:35 pm#238252
מר. ווילסאן האט היינט\נעכטן ריזייענד פון זיין פאסטן, צו אלעמען'ס פרייד\אנטריסונג, געוואנדען צו וועלכע לאגער\ראסע איר געהערט.