Under maintenance
הויפט זייט » מארקעטפלעיס מיט'ן נאמען JET

מארקעטפלעיס מיט'ן נאמען JET

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7640
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 12:21 am#237737
מארקעטפלעיס מיט'ן נאמען JET
ערגעץ אנהייב יארע 2015 הייסט עס גייט זיך עפענען א פרישע אנליין מארקעטפלעיס מיט'ן נאמען JET

די גרויס געלט וואס זיי האבן אויפגעטריבן דערווייל צוזאמען מיט די שמועות וואס לויפן ארום - שטילערהייט שוין א לענגערע צייט - און איז היינט געווארן אפיציעל געמאלדן, ווייזט אז זיי גרייטן זיך צו עפעס גאר גרויס, די שאלה איז נאר צו דיירעקט קאמפעטישאן מיט עמעזאן אדער אביסל אין א אנדערע דירעקציע, באט זיי פארשפרעכן עכ"פ צו ביעטן און קאמפיטן מיט יעדן. ימים ידברו...

די גרינדער דערפון איז Marc Lore וועלכע האט אויך געגרינדעט דייפערס.קאם וואס ער האט למעשה שפעטער פארקויפט פאר עמעזאן (נאך א שמוציגע פרייז נידערונג קאמפיין, מיט'ן דירעקטן ציהל זיי אויסצוקויפן), סאופ.קאם ועוד.
נאכ'ן שוין האבן א שטיק צייט א ליידיגע וועבסייט מיט אביסל באמבאסטישע פראזן איבער א ציקונפטיגע אויפרייס, האבן זיי היינט אפיציעל ארויסגעשיקט א מעלדונג דערוועגן מיט ציהל עס באקאנט צו מאכן.

נאר פאר'ן אריינגעבן דיין אימעיל אדרעס אפפערן זיי א 6 חדשים פרייע מעמבערשיפ (לעקעשע, אויף ווען זיי גייען זיך עפענען) מיט א מעגליכקייט פאר א גאנצע יאר פרייע מעמבערשיפ.
אויך אפפערן זיי א מעגליכקייט צו באקומען א שיינע אמאונט אין זייער סטאקס (ווייטער לעקעשע, אויף ריכטיג איינצוקעשן ווען זיי גייען עווענטואל גיין פאבליק).

אלזא, דערווייל עמער ווארטן מיט שפאנונג

סיין ארויף דורך מיין לינק און איך וועל וואקסן אין ראנג.

I just became a Jet Insider and got a free 1 year membership to the next big thing in e-commerce. Sign up to get your free membership here:https://jet.com/#/ji/cd48w #sharesforshares
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 12:26 am#237738
יישר כח יאיר נא שוין געקליקט?
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 1:20 am#237759
ניין.
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 1:23 am#237760
נא אויף וואס געווארט? דו קענסט אנקומען זייער א הויכע דרגא, ס'האט זיך קוים היינט אנגעהויבן, שרייב דיך איין און פארשפרייט עס וויטער צו נאך קאמיונעטיס
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 1:31 am#237761
איך בין אויך ארויפגעסיינט. שטיצט ראשעקאל וואס איז אייביג דא מיט ענק און איז נישט נאר א מבקר.....
m https://jet.com/#/ji/cd4jp m
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 1:57 am#237763
אויף אייוועלט איז שוין דא א לאנגע קייט פון קינדער און קינד'ס קינדער וואס האבן זיך אלע איינגעשריבן איינער אינטערן אנדערן און יעדער ווארט ס'זאל וואקסן מער, לאמיר דא אויך שפילן די געים
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 6:50 am#238243
Re: מארקעטפלעיס מיט'ן נאמען JET
איך האף אז עס וועט זיך אויסארבעטן פאר זיי. ס'פעלט זייער וויכטיג אויס א קאמפעטישען פאר עמעזאן.
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 12:14 pm#238251
Join @Jet_Insider for a 6-mo. membership to a better way to shop+compete for 100k stock options #sharesforshares m https://jet.com/#/ji/cd35s m
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 12:37 pm#238253
גייען זיי האבן א FULLFILMENT CENTER ? אויב נישט זענען זיי סך הכל נאך אן אי בעי.
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 3:13 pm#238270
יעצט סיינט אייך אויף כדאי צו האבן פרייע מעמבערשיפ
מאנטאג יאנואר 12, 2015 1:57 pm#247551
Jet גייט זיין אויף די פראנט פעיזש פון בלומבערג ביזנעסוויק די וואך

m http://mobile.businessweek.com/articles ... beat-bezos m
current_304x415.jpg
current_304x415.jpg (69.44 KiB) געזען געווארן 2687 מאל


ווער ס'האט זיך נאך נישט ארויפגעסיינט, ניץ מיין לינק
https://jet.com/#/ji/cd4jp
מאנטאג יאנואר 12, 2015 2:03 pm#247553
דא האט איר די לינק צו די desktop סייט www.businessweek.com/articles/2015-01-07/amazon-vs-dot-jet-dot-com-marc-lore-aims-to-beat-bezos

ווער ס'האט נאכנישט זיך איינגעשריבן, דאס איז מיין לינק https://jet.com/#/ji/cd48w
מאנטאג יאנואר 12, 2015 2:07 pm#247554
פון די ארטיקעל טשארט ווי אזוי זשעט ארבייט
jet-chart-970.jpg
jet-chart-970.jpg (205.49 KiB) געזען געווארן 2682 מאל


אויב איר האט זיך נאך נישט איינגעשריבן ניץ מיין לינק
m https://jet.com/#/ji/cd4jp m
דינסטאג פעברואר 03, 2015 6:10 pm#251604
נאך צוויי טעג פארבליבען זיך איינצושרייבן. אויב נאך מענטשען וועלן זיך איינשרייבען דורך מיין לינק וועל איך קענען זיין פון די 100 העכסטע רעפערערס. לאמיר זעהן אויב ס'קען געשעהן!!

שרייבסט ענק איין דורך מיין לינק
https://jet.com/#/ji/cd4jp
דינסטאג פעברואר 03, 2015 7:15 pm#251621
קען מען אזוי אפערעטען א מולטי מיליאן דאלער ביזנעס?
www.geekwire.com/2015/jet-com-launching-amazon-like-marketplace-50-monthly-membership-fee/
דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:39 pm#251638
עמעזאן פארקויפט א יאר כמעט הונדרעדט ביליאן דאללער און זייער נעט פראפיט איז אינטער א האלבע פראצענט. זיי האבן אינוועסטעד ביליאנע דאללער אין אינפארסטרוקשען איבער די יארן. ווי קען א נייע קאמפאני זאגען אז זייערע אייטעמס גייט זיין 10-15 פראצענט ביליגער ווי עמעזאן? פטפוטי מילי בעלמא.
דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:39 pm#251658
איך ווייס קלאר אז עמעזאן פארלירט געלט אויף זאכן וואס זיי פארקויפען (איך האב א manufacturer וואס פארקויפט אויך פאר עמעזאן, און איך האב געזעהן invoices וויפל עמעזאן צאלט און זיי פארקויפן עס פאר ביליגער) אויב זיי גייען זיין ביליגער ווי עמעזאן מיינט עס אז ביידע גייען פארלירען געלט
מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:19 am#251665
ס'זעהט מיר אויס אז פארקויפער וועלן זיך שפירן מער באקוועם צו פארקויפן דורך jet, סיי ווייל jet אליינס פארקויפט נישט, און סיי די פארקויפער צווישען זיך וועלן זיך נישט דארפן ארום שלאגן מיט די פרייז, ווייל דער קויפער באקומט עס פון דער וואס איז ראוי פאר דעם ארדער, דהיינו, ער האט די אנדערע אייטעמס פון דעם ארדער, וכדומה. - עמעזאן ווייסט נאר וואס צו אליינס פארקויפן, דהיינו הייסע סחורה, לויט וויפיל אנדערע פארקויפן אויף עמעזאן. אבער אויב די מוכרים רוקען זיך אריבער צו jet, וועט עמעזאן זיין א מלך בלא עם.

איך וואלט אבער נישט אינוועסטעט אין jet, ווייל די גאנצע מושג אז א אייטעם זאל דארפן ווערן טרענפאטירט מיילן ווייט וועט אויסקוקען מאדנע אין א יאר צוויי. 3D פרינטערס וועלן דיר מאכן אלץ וואס מדארף.

עפפל פאונס איז דא לאקאל אין די גרויסע שטעט. וואס נאך דארף מען?
מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:48 am#251673
קאװע טרינקער האט געשריבען
איך וואלט אבער נישט אינוועסטעט אין jet, ווייל די גאנצע מושג אז א אייטעם זאל דארפן ווערן טרענפאטירט מיילן ווייט וועט אויסקוקען מאדנע אין א יאר צוויי. 3D פרינטערס וועלן דיר מאכן אלץ וואס מדארף.


אונז ערליכע אידן װײסן דאך אז די אלע נײע ערפינדוגען איז אלס מעשה יצר. אמאל איז עס טעיפס/קעסעטס נאכדעם סידי'ס, און נאכדעם די װי די'ס, עמפּיטרי, בלעק בעריס, אײפאון און יעצט 3D פרינטערס רח׳ל. איז מוז מען אן האלטן דעם מסורה און קויפן אנלײן בײ עמעזאן און אויך דערבײ מקײם זײן וחי אחיך עמך.
מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:54 am#251674
נא נא... איך וועל וויסן ווען משיח איז דא יענע רגע אויף טוויטער, און דו וועסט ווארטן פאר שליחי בית דין וואס קומען אהער מיט א שיפעלע.
דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 11:08 am#251867
ווען גייט דזשעט זיין אנליין?

אויב איינער וויל מיר צוליב טון און זיך אויפסיינען און מיר העלפן צו באקומען א יאר מעמבערשיפ אומזיסט
m https://jet.com/#/ji/cd52n m
דינסטאג פעברואר 17, 2015 1:05 pm#254227
א גרויסע ישר כח פאר יעדער וואס האט געניצט מיין לינק. כ'האב זוכה געוועהן צו זיין פון די טויזענט וואס האבן די מערסטע אריינגעברענגט און באקימען פרי פינעף יאר סאבסקריפשען
דינסטאג פעברואר 17, 2015 1:26 pm#254232
ישראל קאפקע האט געשריבן:ווען גייט דזשעט זיין אנליין?
מיטוואך פעברואר 18, 2015 1:05 am#254379
ווייסט איינער וואס מען ברויכט זיין קוואליפייד צו קענען פארקויפן דארט ׳׳ווען זיי גייען זיך עפענען"
מיטוואך אפריל 22, 2015 5:31 pm#268682
ישראל קאפקע האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:ווען גייט דזשעט זיין אנליין?

אלס 'אינסיידער' האב איך שוין כלומרשט געזאלט האבן צוטריט סוף מערץ, דערווייל גארנישט.

ווייסט איינער עפעס מער? ATUB @ראשעקאל ATUB דו האסט שוין יא צוטריט?
מיטוואך אפריל 22, 2015 5:59 pm#268690
Re: מארקעטפלעיס מיט'ן נאמען JET
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:ווייסט איינער וואס מען ברויכט זיין קוואליפייד צו קענען פארקויפן דארט ׳׳ווען זיי גייען זיך עפענען"

איך האב זיי געקאנטעקט צו פארקויפן פאר זיי. זיי האבן מיך געזאגט אז ביזדערווייל זיכן זיי נאר גרויסע דעפארטמענט סטארס פאר סעללערס.
איך ווייס נישט וויאזוי זיי פלאנען צו קאמפיטען מיט עמעזאן אויף דע מהלך.

איינער דא האט יא געהאט הצלחה צו ווערן א סעללער?
מיטוואך אקטאבער 07, 2015 8:06 pm#303466
Re: מארקעטפלעיס מיט'ן נאמען JET
כ'האב לעצטע וואך די ערשטע מאל געקויפט פון jet. געוועהן כמעט האלב פרייז פון עמעזאן (עמעזאן: 12$, זשעט: 7$) און געקימען גאנץ שנעל דעליווערט.

אין אנדערע נייעס האט זשעט געמאלדען אז ס'גייט מער נישט קאסטען געלט צו ווערן א מעמבער. די מענטשען אזוי ווי מיך וואס האבן באקימען פרי מעמבערשיפ פאר א יאר אדער פינעף יאר, וועלן יעצט האבן פרי שיפינג אנשטאטס דעם
פרייטאג מאי 22, 2020 9:23 am#449321
Walmart is shutting down Jet.com 4 years after buying the company for $3.3 billion

Walmart said on Tuesday that it planned to shut down Jet.com, the e-commerce site it acquired in 2016 for $3.3 billion.

"Due to continued strength of the Walmart.com brand, the company will discontinue Jet.com," the company said in an earnings news release. "The acquisition of Jet.com nearly four years ago was critical to accelerating our omni strategy."