Under maintenance
הויפט זייט » צימעס אדער באבוב?

צימעס אדער באבוב?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7641
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 2:31 am#237766
צימעס אדער באבוב?
באבוב און באבוב און נאכאמאל באבוב וחוזר חלילה באבוב באבוב באבוב.

אזוי קוקט אויס די צימעס אשכול. יעדע אשכול רעדט פון באבוב מקען מיינען אז זיי האבן גאנצע 2000 משפחות און כלל ישראל.
איך זיך אביסעל צימעס און טאקע אונגערישע אדער רומענישע און אפילו אמעריקאנע צימעס און איך קען נאר טרעפן גאליציאנער אויסגעדראשענע זאצען פון פארטייעישע ניקים וואס זענען אויפן אלערט טווענטי פאר סעווען אויב סאיז שוין געשריבן געווארן עפעס א ציטאט דורכן צד שכנגד, גענוג געווען יו העד יור טשענס און יעצט לאז אריין אנדערע ( סאיז דא א ליין פון דאראג בעלעד אלכסנדר ועוד וכו' וגו' ...... )
אויף דערווייל כדאי צו מאכן א היכר צווישן צימעס און באבוב וואלט איך אנגעטראגען פארן מערכת צו טוישן די נאמען פון צימעס צו באבוב סאיז נישט מער ווי אמת. שטעל דיך פאר איינער קומט ארויף די ערשטע מאל אויף ק"ש און זעט א אשכול צימעס ער בייסט די נעגל גרייטענדיג צו ליינען הייסע ווארע און קליקט דערויף מיט דורשט, וואס זעט ער? ... איר ווייסט אז מקען סוען קאווע שטיבעל דערויף?
ממילא לאמיר מאכן דעם טויש אימידיעטלי.
(די קאליר קען מען טוישן צו פינק אדער פערפיל)
? Who is with me
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 2:36 am#237767
און ווידער א אשכול איבער באבוב
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 2:39 am#237768
אבער יעצט און "באבוב" נישט און צימעס
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:20 am#237769
אזא באבאווער גאלעציאנער... דו פארגינסט מיר נישט אפילו איך האב דיר גארנישט צו גענימען...
אאה - והמבין יבין. :D
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 8:00 am#237777
עזריאל האט געשריבן:(די קאליר קען מען טוישן צו פינק אדער פערפיל)

קוקט אויס אז די האסט נאך א גיטען שטיקעל "מאחורי" קיינמאל נישט פארזיכט....
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 11:59 am#237799
עזריאל האט געשריבן:באבוב און באבוב און נאכאמאל באבוב וחוזר חלילה באבוב באבוב באבוב.

אזוי קוקט אויס די צימעס אשכול. יעדע אשכול רעדט פון באבוב מקען מיינען אז זיי האבן גאנצע 2000 משפחות און כלל ישראל.
איך זיך אביסעל צימעס און טאקע אונגערישע אדער רומענישע און אפילו אמעריקאנע צימעס און איך קען נאר טרעפן גאליציאנער אויסגעדראשענע זאצען פון פארטייעישע ניקים וואס זענען אויפן אלערט טווענטי פאר סעווען אויב סאיז שוין געשריבן געווארן עפעס א ציטאט דורכן צד שכנגד, גענוג געווען יו העד יור טשענס און יעצט לאז אריין אנדערע ( סאיז דא א ליין פון דאראג בעלעד אלכסנדר ועוד וכו' וגו' ...... )
אויף דערווייל כדאי צו מאכן א היכר צווישן צימעס און באבוב וואלט איך אנגעטראגען פארן מערכת צו טוישן די נאמען פון צימעס צו באבוב סאיז נישט מער ווי אמת. שטעל דיך פאר איינער קומט ארויף די ערשטע מאל אויף ק"ש און זעט א אשכול צימעס ער בייסט די נעגל גרייטענדיג צו ליינען הייסע ווארע און קליקט דערויף מיט דורשט, וואס זעט ער? ... איר ווייסט אז מקען סוען קאווע שטיבעל דערויף?
ממילא לאמיר מאכן דעם טויש אימידיעטלי.
(די קאליר קען מען טוישן צו פינק אדער פערפיל)
? Who is with me

מסכים הונדערט פראצענט! נאר איין קליינע שאלה 'היכר' מיט א כ' אדער א ק'?
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 9:46 pm#237907
מ׳ קען אפשר מאכען א אשכול ״צימעס45״ פאר א היכר פין וועלעכע צימעס מ׳ רעדט
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:26 am#239194
רוב לינקס אין די וויקי פעידזש צייכענען טאקע אהער m https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%91%D7 ... 7.A2.D7.9F m
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 4:44 pm#239282
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:מ׳ קען אפשר מאכען א אשכול ״צימעס45״ פאר א היכר פין וועלעכע צימעס מ׳ רעדט

וונדט זיך צו עס איז א היכר מיט א 'כ' אדער היקר מיט א 'ק' והמבין יבין!
דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 1:38 am#239805
עזריאל האט געשריבן:אבער יעצט און "באבוב" נישט און צימעס

פשוט אמעראצעס...יעצט "אין" באבוב נישט "אין צימעס"