Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » "שמע בני" טעיפס, ע"י הרב אהרן ישראל קאהאן

"שמע בני" טעיפס, ע"י הרב אהרן ישראל קאהאן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7647
דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 1:08 am#237944
"שמע בני" טעיפס, ע"י הרב אהרן ישראל קאהאן
עס איז ברייט באקאנט די סעריע פון "שמע בני" טעיפס וועלכע זענען רעגלמעסיג ערשינען אין די תש"נ-יארן דורך הרב אהרן ישראל קאהאן, מלמד תשב"ר בישיבת ספינקא, בארא פארק. טויזנטער קינדער זענען געווען צוגעבונדן צו די טעיפס, און האבן מיט דורשט געהערט די געשיכטעס פון חז"ל ווי דראמאטיש געשילדערט דורך דעם מייסטער מעשה-דערציילער.

הרב קאהאן האט זיך שפעטער אריינגעלייגט אין אנדערע פראיעקטן, הויפטזעכליך דעם סידור און תהילים "תפילה בכוונה" מיט אידיש-טייטש אונטער יעדעס ווארט. ער האט אויך ארויסגעגעבן א הגדה, א ספר מיט'ן נאמען "בדרך ישראל סבא", און אן איבערזעצונג פון "חובת הלבבות" באגלייט מיט אויסצוגן פון דרשות פון הגה"צ רבי אביגדור מיללער זצ"ל.

די "שמע בני" סעריע איז יעצט אין די נייעס, וויבאלד הרב קאהאן האט אנגעפאנגען א פראיעקט איבערצוזעצן זיינע קאסעטעס פון סיפורי חז"ל אויף ענגליש. די ערשטע פיר אלבומס פון די נייע ענגלישע סעריע פון סיפורים זענען שוין דא צו באקומען.

פאלגנד איז א סעמפל


די פעיסבוק פעידזש פאר די נייע סעריע
m https://www.facebook.com/pages/Its-chaz ... 3164420519 m
דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 1:18 am#237945
ווער וואלט געגלייבט אז זיינע טעיפס - אפילו נאר די סעמפל - זאלען זיין אויף די אינטערנעט און יוטוב!
דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 1:21 am#237946
איי איי זיסע אמאליגע זכרונות!! טאקע קיינער האט נאך נישט באוויזען נאכצומאכן זיין קינץ. די אלע קולות וכו', קיינער איז נישט אזוי פראפעשאנעל און אינטערטעינינג. אינטערסאנט צו זעהן אויב אויף ענגליש וועט ער אויך קענען זיין אזוי אויפגעכאפט.

אבער אויף פעיסבאק און youtube?!! פאר א שטיק צייט פלעגט ער נישט לאזן פארקויפען זיינע זאכן אין סטאר'ס וואס האבן פארקויפט ליפא'ס טעיפ'ס!!
דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 2:24 am#237955
איך וואלט אנגעטראגען פאר עפעל אז אויב זיי זיכן א סירי און יודיש זאל מען אים ניצן נאכדעם וואס לייבעל וויינשטאק איז מער נישט עוועיליבעל
דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:48 am#237989
יאפ, זיסע זכרונות.
מען קען נאך היינט ערגעץ באקומען די טעיפס/סי.די.ס?
דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:13 am#237992
שמעקעדיג האט געשריבן:יאפ, זיסע זכרונות.
מען קען נאך היינט ערגעץ באקומען די טעיפס/סי.די.ס?

מען האט עס איבערגעלייגט אויף סידי און עס איז דא צו באקומען אין אלע מוזיק געשעפטן.
זונטאג אוגוסט 30, 2020 9:43 am#457932
איז דא די שמע בני טעיפס ערגעץ אנליין?
זונטאג אוגוסט 30, 2020 10:22 am#457933
אמאל האב איך געטון א דזשאב אין זיין הויז איך האב ניטאמאל געכאפט וועלכע הויז איך האב אריינגעוואקט אינמיטן הער איך דעי באקאנטע שטימע ...אוי איז דאס געווען זיס זיך צו דערמאנען דעם שטימע גירסא דינקותא
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 3:25 am#458088
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איז דא די שמע בני טעיפס ערגעץ אנליין?

m https://www.kolhalashon.com/New/Ravs.as ... enus=False m