Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » פאעזיע פארמעסט - חנוכה תשע''ה

פאעזיע פארמעסט - חנוכה תשע''ה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 38 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7666
מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 8:21 pm#238400
פאעזיע פארמעסט - חנוכה תשע''ה
מיט גרויס פרייד טוען מיר מעלדן איבער דעם בעפארשטייענדן פאעזיע פארמעסט לכבוד דעם יו''ט חנוכה.
עס איז נישט קיין סוד אז עס דרייען זיך בשטיבלנו גדולי פייטני הדור, דעריבער איז נישט מער ווי רעכטפארטיג צו פאררופן א פארמעסט און מרבה זיין דעם קנאת סופרי''ם צו יעדנס צופרידנהייט.

היות (כידוע מרבינו הק' להתחיל מכתב במילת היות שיש בזה שם הק' כידוע ליודעי חן) איך בין נאכנישט געווען א טייל פון קאווע שטיבל ביים פאריגן פארמעסט (פראמעס, איך בין נישט דער נישט יענער און אויך נישט יענער) ווייס איך נישט פונקטליך וויאזוי עס האט דעמאלט געארבעט דעריבער וועלן די טעכנישע דעטאלן מוזן נאכקומען.

דער פארמעסט וועט אי''ה געשלאסן ווערן דעם קומענדיגן זאת חנוכה. די פאעזיעס קענען זיין איבער סיי וואס פאר א נושא און אין סיי וועלכער שפראך, ווי פארשטענדליך וועלן זיך רוב ליינער אידענטיפיצירן מיט אזעלכע פאעזיעס וואס זיי זענען אויסגעקאכט אין יענער ספעציפישער שפראך למשל אידיש, יידיש און יודיש. (פרידיש פאר פרישער).

די פאעזיעס מוזן נישט לויפן מיט גראמען, סיי וואס פאר א סטיל איז וועלקאמד.

איך נאמיניר:
דעם בארימטן פאעט ATUB @לעיקוואד ATUB , פארפאסער פון דאס ליידיג בלאט. דעם בארימטן פאעט ATUB @יואב ATUB , פארפאסער פון אומצאליגע פאעזיעס. דעם בארימטן פאעט ATUB @רויטע וואנצעס ATUB , פארפאסער פון אומצאליגע פאעזיעס. דעם בארימטן פאעט ATUB @יאיר ATUB , גאון הפאעזיע. דעם בארימטן פאעט ATUB @מאראנצןזאפט ATUB , פארפאסער פון דער סבלן. דעם בארימטן פאעט ATUB @איש עברי ATUB פארפאסער פון אין אוישוויץ מיט ר' לעמיל וואס איז פאעזיע בתפארתו. דעם בארימטן פאעט ATUB @פשוט-קאמפליצירט ATUB , סדא דא נאך אשכולות אויסער א מינוט חסידות ווארט., דעם בארימטן פאעט ATUB @משה געציל ATUB , מוחל דיינע לייקס פליז קום צוריק. ATUB @ונבנתה העיר ATUB , ATUB @ישראל קאפקע ATUB , ATUB @שלום בערגער ATUB , בתוך שאר פייטני ישראל, יעדער איז נאמינירט.
דער עולם ווייסט שוין אז ווען כוכב זיצט אויפ'ן קאפ איז נישטא קיין צוויי ברירות דעריבער זאל מען זיך שוין נעמען אין דער האנט אריין ויפה שעה אחת קודם.
אויב זענט איר אין ביטע שיקט אן אישי.

אויב איינער האט קאנטאקט מיט ATUB @לעמאן דזשוס ATUB אויף סיי וואס פאר אן אופן ביטע אים איינלאדענען.
אויב כהאב איינעם אויסגעלאזט ביטע מוחל זיין איך שרייב פון א טעלעפאן און איך מוז זיך פארלאזן אויפ'ן זיכרון.
שיער פארגעסן, ATUB @קאווע טרינקער ATUB און ATUB @בן תמליון ATUB זענען אויך נאמינירט און פארשטענדליך איך נאמיניר מיך אליין.
עס ווערט געזוכט א נאמען פאר דעם קאמפיין פארשלאגן זענען וועלקאמד.
עס איז בשום אופן קיין ערזאץ פאר דעם למעשה קאמפיין פון ATUB @ראובן ATUB וועלכער איז אגב אויך נאמינירט און פליז, נישט קיין פאעזיעס פון דער איד. מזה ומזה אל תנח ידך דער עולם זאל שרייבן סיי פאעזיע און סיי למעשה, (סארי ראובן ;) ).

חנוכה און בין הזמנים, איז נישטא קיין נאכט סדר ביי אונז אין ישיבה האבן איך אביסל צייט, דער עולם כאפט דעם רמז, שידוכים אין אישי.
ATUB @פידלער ATUB ביזט אויך נאמינירט.
פלאגיאריזם איז נישט ערלויבט, ווער סוועט פלאגיאירן פון ערגעץ אנדערש וועט אויסגעשפארט ווערן פון שטיבל פאר א חודש (אויב איך וועל דעמאלט נאכאמאל זיין גבאי...).

נעמטס א פעדער אין דער האנט
גיסטס טאלאנט
מאכט אייך א נאמען באקאנט
נישט ווארטן אויף מארגן שוין היינט
קרעש קורס געספאנסערט דורך אלעזר לאנדא פון סנעפ אהעד.

שמאעזיעס זענען אויך וועלקאמד אבער טרייטס ס'זאל פיטן די קונסט קרייטעריע.
טענק יום פאר ליסטענינג, עני ריידס טו טאהש נייטרא קאשוי בלומינגבורג נאו לאגעזש.
מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 9:28 pm#238411
מיט גרויס וואס?
מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 9:34 pm#238413
שמעקעדיג האט געשריבן:מיט גרויס וואס?

פארראכטן . ביזט אויך נאמינירט. דיין יו'ט פאעזיע פון אחות קטנה איז הערליך georguous
מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 11:16 pm#238414
:oops:
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 12:28 am#238420
חדש חידש ר' כוכב להאיר בימי חנוכה האלו להודות ולהלל
נסחנים פייטנים יכתבו בכת''ב מלא בק''ש שבחם מי ימלל
ושיצאו דברים ומתוקים מדבש ונופת צופים לד' נפלל
כשאור חדש בציון יאיר בקרוב ובמהרה כולנו נתפלל
האי שתא נזכה לראות אור המנורה כמו שעשאו בצלאל
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 12:41 am#238421
.
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 1:26 am#238427
כ'וועל בלי"נ אנטייל נעמען תיכף נאכדעם וואס כוכב שטעלט ארויס זיין למעשה ארטיקל. :)
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 8:28 pm#238537
כוכב איך זוך דיך דא... א דאנק פאר'ן פראיעקט. איך בין אין. ראובן איך גיי זיין וואויל, די נעקסטע פאר טעג ב"ה.
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 8:32 pm#238540
לעיקוואד האט געשריבן:[color=#FFFFFF].[color]

עס געפעלט מיר די טריק מער ווי אלעס.
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 9:52 pm#238572
אנטשולדיגט, א פאעם קען מען נישט באשטעלן. הדבר אשר ישים אלהים בפי אותו אדבר.
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 10:03 pm#238582
איך האף אויך צו מאכן עפעס.
ווער , ראשעקאל??!!
יא ראשעקאל!!
ווער ס'ווייסט נישט מעג וויסן אז צוויי יאהר צוריק ביי לעמאן דזשוס'עס פארמעסט האב איך שיין אנגעצויגן מיט מיין "פאסט קעסטעל"!
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 10:04 pm#238583
איך גרייט צו א פאעם וועט האבן א שייכות מיט חנוכה.
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 10:19 pm#238587
שלום עליכם!
קודם א ישר כח פאר אלע ניקס וואס פרעגן מיך באישי וואס איך מאך, כהאב שוין לאנג חתונה געהאט, בה כהאב נישט צופיל צייט צו שרייבען,
כוועל נאר אזויפיל זאגען, די צער פון נישט קענען זעהן די קינדער, דורך די רשעות פון מיין עקס איז אין לשער, פון די אנדערע זייט פיל איך זיך
אסאך בעסער מיט דעם וואס כהאב א נייע שטוב,
צום ענין כוועל טרייען צו מאכען עפעס אויף חנוכה, ארויסברענגען מיינע געפילען, נאר אויב מגייט טיילען מעדאלען!
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 10:22 pm#238589
שלום קינות, דיין חתימה האט שוין לאנג עקספייערט....
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 10:33 pm#238590
דער מין אנישי ווי בדחן קומט דא אייביג צוריק נאר מיט א אנדער נאמען, סא סאיז גוט אז מהאט עס פאר די אויגען
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 10:34 pm#238591
פארוואס? האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:[color=#FFFFFF].[color]

עס געפעלט מיר די טריק מער ווי אלעס.

(שפעטער האב איך געכאפט אז למעשה האב איך עס נישט ריכטיג געמאכט וויבאלד קאווע שטיבל האט א בלויע בעקגראונד וואלט עס געדארפט ענדערש זיין בלוי נישט ווייס)
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 10:39 pm#238593
יאיר האט געשריבן:אנטשולדיגט, א פאעם קען מען נישט באשטעלן. הדבר אשר ישים אלהים בפי אותו אדבר.

משם ראיה להיפך, מ'האט דאך באשטעלט ביי בלעם נבואה.. ער האט נאר געזאגט מקען נישט באשטעלן די תוכן, אבער ער האט נישט געזאגט, 'אם ישים דבר בפי אדבר'.
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 10:59 pm#238601
אויב האט איר א פאעזיע גרייט, ביטע אריינשיקן צו e shternks@gmail.Com e
די מהלך פונעם פארמעסט וועט לויפן בערך ווי דעמאלט כאטש איך פרוביר נאך צו לערנען וויאזוי סהאט זיך אפגעשפילט.
דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:59 pm#238610
לעיקוואד האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:[color=#FFFFFF].[color]

עס געפעלט מיר די טריק מער ווי אלעס.

(שפעטער האב איך געכאפט אז למעשה האב איך עס נישט ריכטיג געמאכט וויבאלד קאווע שטיבל האט א בלויע בעקגראונד וואלט עס געדארפט ענדערש זיין בלוי נישט ווייס)


דאס קענסטו נישט אויסרעכענען, ווייל יעדער קען אנשטעלן די קאלער ווי אזוי ער וויל.
מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 1:11 am#238621
לעיקוואד האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:אנטשולדיגט, א פאעם קען מען נישט באשטעלן. הדבר אשר ישים אלהים בפי אותו אדבר.

משם ראיה להיפך, מ'האט דאך באשטעלט ביי בלעם נבואה.. ער האט נאר געזאגט מקען נישט באשטעלן די תוכן, אבער ער האט נישט געזאגט, 'אם ישים דבר בפי אדבר'.

און טאמער גאט הייסט מיר שרייבן א ווייסע פינטל? :lol:
אגב, אויב געדענק איך גוט פון חדר, האט בלעם אויך געזאגט אז ער דארף פרעגן גאט אויב ער מעג בכלל גיין זאגן א נבואה אויף אידן.
מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 1:25 am#238625
פארסאםריזען איבעלט מיר יעדעס מאל איך ליין דעם ווארט 'גאט', ווען ס'נאר אמאל דא און אמאל דארט אקעי, אבער עמטליך שרייבן גאט אנשטאט באשעפער אדער אייבישטער, שמעקט נישט גוט. כ'וועל ענק קיין איין טראפ ווייניגער ארויפקוקן אז איר שרייבט מער נאטירליך היימיש
מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 2:34 am#238633
אויס ס'איבלט דיר אזוי שטארק דאן פילייכט זאלסטו אויפהערן זאגן "גאט פון אברהם" מוצאי שבת.
מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 5:41 am#238636
בשבילי! האט געשריבן:פארסאםריזען איבעלט מיר יעדעס מאל איך ליין דעם ווארט 'גאט', ווען ס'נאר אמאל דא און אמאל דארט אקעי, אבער עמטליך שרייבן גאט אנשטאט באשעפער אדער אייבישטער, שמעקט נישט גוט. כ'וועל ענק קיין איין טראפ ווייניגער ארויפקוקן אז איר שרייבט מער נאטירליך היימיש

פארוואס?
וואס איז נישט גוט מיט גאט?

(סיז דא עפעס אין א ספר אז מע זאל נישט זאגען גאט סתם אזוי אבער סע זעהט נישט אויס אז וועגען דעם באדערט דיך)
מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 10:06 am#238642
מאטי האט געשריבן:אויס ס'איבלט דיר אזוי שטארק דאן פילייכט זאלסטו אויפהערן זאגן "גאט פון אברהם" מוצאי שבת.

איין מאל איז אקעי. אבער שרייבן בלויז גאט איינמאל און נאכאמאל קוקט אויס מער ווי עפעס אן אגענדע. ווארף כאטש אריין א 'באשעפער' דא און דארט, זאל עס נישט אויסזען ווי דאס שרייבן 'גאט' קומט באגלייט אזוי באוויסטזיניג מיט א לשם יחוד...
אגב איך זאג נישט גאט פון אברהם
מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 11:58 am#238649
בשבילי! האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:אויס ס'איבלט דיר אזוי שטארק דאן פילייכט זאלסטו אויפהערן זאגן "גאט פון אברהם" מוצאי שבת.

איין מאל איז אקעי. אבער שרייבן בלויז גאט איינמאל און נאכאמאל קוקט אויס מער ווי עפעס אן אגענדע. ווארף כאטש אריין א 'באשעפער' דא און דארט, זאל עס נישט אויסזען ווי דאס שרייבן 'גאט' קומט באגלייט אזוי באוויסטזיניג מיט א לשם יחוד...
אגב איך זאג נישט גאט פון אברהם

באשעפער איז נאר א כינוי גאט איז עצם.