מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 3:12 am#238635
ווער איז געלונגענער: דער רבי פון באבוב אדער פון באבוב 45?
איך וויל דא אויסשמועסן א פשוט'ע פראגע מיטן עולם:
יעדער איינער רעדט, מען האלט מיט די נייעס אויף די גאס איבער דעם באבוב'ער פסק. לאמיר דעריבער צונעמען ביידע אדמורי"ם און זיי באטראכטן, צו זען ווער איז בעצם א געלונגענערע מענטש און ווער עס פארמאגט מער טאלאנטן פונעם אנדערן, אדער בעסערע קוואלעפיקאציעס צו זיין א רבי.
איך פארשטיי אז יעדער זייט וועט אפירקומען מיט ראיות און סברות פארוואס זיין רבי איז געלונגענער, אדרבה! זאל מען קומען מסביר זיין און דעבאטירן איינער מיטן אנדערן. אבער ביטע געדענקען, לאמיר פירן דעם שמועס ווי ערוואקסענע, נישט קריטיקירן אדער אראפרייסן, נאר פשוט ארומרעדן איבער די קוואלעפיקאציעס פון ביידע רבי'ס און מיט וואס איינער איז מער פונעם צווייטן.
אויף צו עפענען דעם נושא, וועל איך אנהויבן מיט א גענצליך דרויסנדיגער בליק, וויבאלד איך האב נישט קיין שייכות מיט קיינעם פון די צוויי זייטן. אבער לויט ווי איך פארשטיי איז דער נושא אזוי:
האדמו"ר מבאבוב שליט"א: ער איז א שענערע זינגער, בעל תפילה, טאנצט שיין, ווי אויך קען ער גוט רעדן. ער פארמאגט עטוואס זיין טאטע'נס חן און ליבליכער שמייכל, און ער פארקויפט דעם באבוב'ער גלאנץ, מאכנדיג דעם אויסקוק פון אן אמת'ער באבוב'ער רבי מיט אלע מפרשים. מען דארף אויך צוגעבן צו זיינע מעלות, אז ער הייסט א גרויסער ידען אין חסידות און אין חסידי'שע ספרים - א זאך וואס האט קיין שייכות נישט מיט באבוב, אבער עס איז א באונעס.
פון דער אנדערע זייט הייסט ער אן אנגעצויגענער מענטש, כאפט אטאקעס אינמיטן טיש און קען זיך נעמען שרייען און זאגן זאכן וואס אפילו זיינע נאנטע שעמען זיך מיט אים, ווי אז מען זאל נישט רעדן ביים טיש אדער אז עס איז פאראן צי א קליינער עולם וכדו'. ער מאכט א רושם אלס זייער א דעפרעסטער מענטש, ער גייט נישט באזוכן קיין רבנים און בכלל גייט ער ווייניג ארויס פון זיינע ד' אמות. פארט, ווען ער קומט צווישן מענטשן הייסט ער א נייס גיי, ער רעדט שיין און זינגט שיין און פראבירט צו מאכן דעם אנשטעל אלס דער רואיגסטער מענטש אויפן כדור הארץ.
האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א: ער איז טאקע א שוואכערע זינגער און בעל-תפילה, דערמיט פארלירט ער פונעם באבוב'ער פראכט, בשעת אלע רבי'ס זענען געווען זינגער און טאנצער. מאידך-גיסא שיינט ער צו זיין א שיינער תלמיד-חכם און זאגט כסדר שיעורים אין נגלה פאר זיינע חסידים. ער הייסט אויך אן איבערגעגעבענע טאטע פאר זיין ציבור, מיטלעבנדיג און אויסהערנדיג יעדן איינעם און ער איז מייעץ פאר יעדן מה שצריך. ער פארמאגט א מעלה, אז עס הייסט אויף די גאס אז זיין עולם איז א שענערער עולם ווי דער אנדערער באבוב און אז דארט זענען פאראן מער חסידי'שע יונגעלייט. ער האט מצליח געווען צו געוואונען די סימפאטיע פון די גאס, וואס האט אים ליב און ווילן זען זיין הצלחה. ער האט אויך א נאמען אלס אן אפענער מענטש וואס זאגט וואס ער האלט, אנדערש ווי דער אנדערער באבוב וואס קען אינדערהיים שעלטן און שרייען בשעת אין שוהל איז ער רואיג און געמיטלעך (אויסער ווען עס פלאצט).
מאידך גיסא, פעלט פון אים דער באבוב'ער חן, בשעת ער קען נישט אזוי גוט זינגען און טאנצן, איינע פון די פראקציעס וואס א רבי דארף קענען טון. ער האט אויך נישט מצליח געווען מיט די דין תורה אין באבוב און די שלמזלנות לויפט אים נאך איבעראל, נישט זייענדיג מסודר מיט די מוסדות, טראצדעם וואס עס איז שוין אריבער איבער צען יאר פון ווען ער האט זיך אפגעזינדערט פון באבוב. אין ידיעה בחסידות שטייגט אים אויך זיין קעגנער איבער, און לאמיר נישט פארגעסן, ער האט ביי זיך א שוואגער, הרה"ג ר' יהושע רובין שליט"א, וואס קען זיך יעדע מינוט אויפוועקן און מחליט זיין אז אויך ער וויל עפעס האבן און אז ער קען באשטיין צו זיין א רבי.
די אלע ווערטער האב איך אפגעשריבן סתם לחידודי, איך בין נישט אויף קיין זייט מער פון אן אנדערע זייט און עס קען זיין אז נישט אלעס וואס איך שרייב איז מדיוק. מיין ציל איז אז דער עולם זאל שרייבן זייערע מיינונגען, וועלכע פון די צוויי רבי'ס זענען מער געלונגען. נישט ווער עס איז גערעכט אדער ווער עס פאלגט יא אדער נישט די דין תורה, און אויך נישט ווער עס וויל שלום אדער נישט, נאר בלויז ווער עס איז געלונגענער.