מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 9:22 pm#239731
פארגעסט נישט, ס'איז שוין א "אנשי שם" אשכול...
שעפטל האט געשריבן:די ניכטערע מענטשן זענען אויך אינעם ארוני-זאלי געפעכט....
איך וואלט איבערגעגאנגן אינעם ביה"ח און געוויזן פלאץ נאך פלאץ ווי מ'האט זיך פארעכענט... נאכאמזל הכל תלוי במזל. אזא ר' בערל און ר' שמואל האבן געהאט אן עקסטערע זכי' (לויט די אויבנדערמאנטן געפעכט...) אז זיי ליגן דארט.
איך גלייב שווער אז איך גיי ארויפגיין דעם בארג און פלוצלונג זעהן ער ליגט נישט דארט ווייל ס'קומט זיך אים נישט.. ס'דא וואס ליגן טאקע אביסל ווייטער ווי אים און וואלטן ווען געדארפט ליגן ממש מאחורי הגדר....
עניוועיס, וועלן מיר פרובירן צוצולייגן נאך אפאר אינטערסאנטע זיכן פונכם חשוב'ן נפטר, איך האב מיט אים שיין פארברענגט
chusid האט געשריבן:ר' שמואל האט לכאורה מער אויפגעטוען אין סאטמאר מהר"א ווי ר' לייביש בחייו. דו ווייסט דאס נישט ווייל ער האט אלעס געטוען בשתיקה לשם שמים
עזריאל האט געשריבן:chusid האט געשריבן:ר' שמואל האט לכאורה מער אויפגעטוען אין סאטמאר מהר"א ווי ר' לייביש בחייו. דו ווייסט דאס נישט ווייל ער האט אלעס געטוען בשתיקה לשם שמים
איינער האלט אז מ'דארף זיך אפגעבן מיט אזא טיפשות?
גאנצל האט געשריבן:זייער שאלה איז פשוט פ"וו ליגט דארט ר' שמוא' און נישט ר' יעקב כהנא די זעלבע שאלה פון דעם גערן ראש הקהל צו משה די גבאי
לית דין בר נש האט געשריבן:די רבי ז"ל איז מיר דער נאכט געקומען אין חלום און געזאגט ער האט זייער הנאה אז ר' שמואל ליגט לעבן אים אלץ הכרת הטוב וואס ר' שמואל האט געטוהן פאר סאטמאר די לעצטע פופצן יאר
ווען איך בין איינגעשלאפן א צווייטע מאל איז די רבי נאכאמאל געקומען און גיבעטן איך זאל דאס איבערגעבן בשמו פאר @דער שכן און @עזריאל און @פלעין אידיש
גאלד האט געשריבן:אוי פליז שכן טייערע, צימעס מיר נישט,
קודם להוי ידוע, מ'האט איהם נישט געלייגט ביי די חלקת הרבנים,
מ'האט איהם גלייגט ביי א חלקת בעלי-בתים, ווי ר' לייבוש לעפקאוויטש, ר' סנדר דייטש און ר' בערל פר"מ, וכדומה,
דאס איז די חלקת הסאטמארע היי פראפייל פיאנערן,
שנית, די וואס פארפיגן אויפן ביה"ח, ה"ה הארונים, האלטן דאך בשיטה אז די קארט פעולות זענען העראישע אקטן,
ממילא פון א ארונישע פרעספעקטעוו קענסטו נישט האבן קיין שום טענה,
עס-ע-מעטער-אוו-פעקט, פרעגסט מיך, איך אלס א ארוני האלט בשיטה אז די אלע וואס האבן געהאט סיי וועלכער יד און העצן דעם ברך משה און נישט לאזן איהם קומען צו משפחה שמחות קומט זיך קיין שום קבורה אין א סאטמארע ביה"ח,
אזש אז די אלע קארט אקטיוויטעטן זענען א מצוה מן המובחר קעגן די אלע מעשים,
איך טרייב נישט איבער,
קען זיין איך בין משוגע לאותו דבר, אבער איך בין אזוי קאנווינסט,
אבער אזויפיל פארשטיי איך, אז די זאליס האלטן פונקט קאפויער,
און איך ערווארט נישט אז זיי זאלן טוהן פעולת ע"פ שיטת הארונים,
ממילא, דאס איז זיכער לכו"ע, אז נעם אוועק די פאליטיק, איז ר' שמואל געווען א חשובער טעטיגער איד, א ת"ח, מיט אסאך לייסטונגען פאר סאטמאר,
און קען טאקע זיין אז אויף פאפיר קען זיין אז ר' שמואל קען זיך פארמעסטן מיט די אנדערע פיאנערן, אויב מ'זאל צאמרעכענען די געלט און צייט ער האט אוועקגעגעבן כל ימי חייו
נאר וואס דען ער האט געהאט איין פראבלעם, ער איז נישט געווען אזוי מפורסם,
נו האב איך דאך געטענה'ט אז פיאנערן מפורסמים פונעם אלטן דור זענען שוין ממילא נישט געבליבן וועם צו לייגן
דער שכן האט געשריבן:
ימים ידברו. יש דין ויש דיין. עס איז נישט קיין הפקר וועלט.