דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 6:18 pm#239977
הרה"צ ר' מרדכי דוד אונגאר VS הרה"ג ר' יהושע רובין שליט"א
א וועלט עס דרייט זיך, יעדער פריידט זיך...
פאר צען יאר צוריק, האט זיך א גרופע אפגעטיילט פון באבוב, טענה'ענדיג פארן באבובער קרוין אז דאס קומט זיך זיי, מען איז דאן אריין אין בית-יעקב און אויסגערופן בפני קהל ועדה אז זיי זענען באבוב און אז זיי זענען נישט מסכים צום קרוינונג פון דעם אנדערן רבי'ן וואס האט איבערגענומען דעם אנדערן צענטראלן בנין, וואו באבוב'ער חסידים האבן זיך ביז דאן אויפגעהאלטן.
דערווייל איז נאכנישט קלאר געווען, ווער עס וועט זיין דער רבי. די שאלה איז געווען צווישן צוויי שוואגערס, איידעמער פונעם פריעדיגן רבי זצוק"ל, און עס איז נאכנישט קלאר אנטשלאסן געווארן ווער עס וועט זיין רבי. אויף אזויפיל האבן אלע מסכים געווען, אז דער ברודער פונעם פריעדיגן רבי'ן - דאס נישט! אינעם ערשטן מעמד ווען מען איז אריבער אינעם נייעם בנין, האט מען דערקלערט אז די צוויי שוואגערס וועלן צווישן זיך דורכקומען און שאפן א געמיינזאמע החלטה ווער עס וועט איבערנעמען דעם כסא האדמורו"ת.
טעג זענען דורכגעלאפן, דער עולם האט צוגעקוקט געשפאנט וואס עס וועט זיך דא אויסלאזן. נאך א געמיינזאמע החלטה איז געבליבן, אז דער יונגערער שוואגער - הגאון רבי מרדכי דוד אונגאר שליט"א - וועט איבערנעמען דעם בענקל פון באבוב, ער וועט זיין דער רבי, בשעת זיין שוואגער איז געקרוינט געווארן אלס באבובער רב. די החלטה איז געקומען געמיינזאם, מיט א החלטה אז דאס איז די בעסטע אפציע וואס עס איז פאראן און אלע האבן מסכים געווען דערצו, פה אחד. גראדע זענען פאראן שמועות אז נישט ממש אלע האבן דערצו איינגעשטימט, די רביצין רובין - אשת הגאון רבי יהושע רובין שליט"א איז נישט צופרידן געווען מיט די החלטה, און יא געוואלט זען איר מאן אלס רבי. עס קורסירן קלאנגען אז ביזן היינטיגן טאג האט זי נאכנישט גענצליך שלום געמאכט מיט די החלטה און עס טוט איר באנג אז איר מאן איז נישט געווארן קיין רבי, נאר ער איז געווארן דער רב - דער נאכשלעפער פונעם רבי'ן.
למען האמת מוז געזאגט ווערן, אז דער רבי גיבט זייער שטארק אכטונג אויפן כבוד פון זיין עלטערער שוואגער. פון אנהויב האט ער נישט געוואלט אנטון קיין בגדי מלכות נאר אויב זיין שוואגער וועט אויך אנטון, ער האט באפוילן אז זיין שוואגער זאל נאר ארומגיין מיט א גבאי, ועוד. איך וויל נאר תיכף צושטעלן א דיסקלעימער, אז וויבאלד איך באלאנג נישט אין באבוב זאג איך בלויז נאך וואס מען שמועסט אויף די גאס און איך נעם נישט אחריות אויף מיינע ווערטער.
יארן זענען דורכגעלאפן, אסאך וואסערן האבן שוין זייט דעמאלס געשטראמט אין די אקיאינען, און פארשידענע געשעענישן האבן זיך שוין אפגעשפילט אינערהאלב די קהילה. למעשה איז דער רבי דער וואס פירט דעם גאנצן רעדל ועל פיו ישק כל דבר, מיט די הסכמה און מיטארבעט פון זיין עלטערער שוואגער, דער רב שליט"א.
אצינד איז מיין שאלה אזוי:
לאמיר זאגן אז די החלטה וואלט דאן געווען, אז דער עלטערער שוואגער זאל ווערן רבי (אזוי ווי עס האט אויסגעקוקט אין די יארן וואס דער שווער האט נאך געלעבט - ער האט געפירט הקפות אין יענעם היסטארישער שמחת תורה, ועוד). וואס וואלט אנדערש געווען אין באבוב היינט צו טאגס? - וואלט געווען זאכן אין באבוב אנדערש, אדער וואלט אלעס געווען פונקט די זעלבע? - אויף וועלכער דירעקשן וואלט דער עלטערער שוואגער געפירט באבוב?
מיין שאלה איז: איז דער יונגערער שוואגער טאקע געלונגענער פונעם עלטערן? - אויב יא, מיט וואס? - דרך אגב; פיל מאל ווען איך קוק אויף בילדער פון באבוב 45, און איך זעה א בילד פון די צוויי שוואגערס, כאפט מיין אויג גראד דעם עלטערן שוואגער, וואס איז אסאך א שענערער בעל צורה און פארמאגט מער א רבי'שער געשטעל. אויך דוכט זיך אז ער קען שענער זינגען און טאנצן, אזוי אז ער פארמאגט אביסל וואס א באבובער רבי דארף צו האבן. אבער דאס זענען זייטיגע זאכן. דער עיקר איז צווישן די צוויי שוואגערס, ווער איז טאקע געלונגענער און ווער וואלט טאקע געפירט דער חסידות בעסער...
ועוד שאלה אחת קטנה: איז פאראן א מעגליכקייט, אז אויב דער עלטערער שוואגער וואלט געווען רבי אין באבוב 45, דאן וואלט דער אויסגאנג פון די דין-תורה געווען אנדערש? - וואלט בית-דין אפשר אנדערש אנערקענט, אז וויבאלד ער איז דער עלסטער שוואגער פארמאגט ער עטוואס מער רעכט אויף באבוב? - וואלט ער אויסגעפאלגט דעם דין-תורה אזוי ווי עס טוט זיין יונגערע שוואגער? - ווי אזוי וואלט זיך דאן אויסגעקאכט די אלע זאכן.
איידער איך שיק דעם אשכול, נאך איין שאלה: איז פאראן א מעגליכקייט אז ער זאל זיך אמאל אפטיילן פון זיין יונגערע שוואגער און מאכן שבת פאר זיך? - ער אדער זיינע קינדער?