Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » ברוכים הבאים צום ''שושנים'' פאעזיע פארמעסט

ברוכים הבאים צום ''שושנים'' פאעזיע פארמעסט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 187 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7721
דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 10:00 pm#240033
ברוכים הבאים צום ''שושנים'' פאעזיע פארמעסט
מיט כבוד און עהרע טוען מיר אייך באגריסן מיט א הארציגן ברוכים הבאים צום '' שושנים'' פאעזיע פארמעסט, לכבוד חנוכה תשע"ה.

דער נאמען "שושנים" איז דערוועלט געווארן באזירט אויפ'ן נוסח פונעם פייטן: ומנותר קנקנים נעשה נס לשושנים. א שיינע לאגא וועט נאכפאלגן מעשה ידיו להתפאר פון אונזער אלעמען בארימטן גראפיסט רויטע וואנצעס.

ווי אלע ווייסן איז אויסגעוועלט געווארן א פארמעסט איבער א קאמפיין מיט אן איבערוויגנדער מערהייט. דערפאר האבן מיר יעצט דעם פארגעניגן פארצושטעלן די שטאטוטן פונעם פארמעסט:

א - עס קען געשריבן ווערן פאעזיעס איבער סיי וואס פאר א טעמע אין סיי וועלכער שפראך, און סיי וועלכע פאעזיע פארמאט, מיט גראמען אדער אן וכו'.

ב - דער פארמעסט וועט אנגיין במשך די ימי חנוכה פונעם ערשטן ליכטל. אויב וועט זיין א פארלאנג, וועט זיך דער פארמעסט אנהויבן פון כ''א כסלו וואס ווי באקאנט קומט שוין דאן אראפ די אורות פון להודות ולהלל. אום זאת חנוכה וועט פארקומען וואלן צווישן די פאעזיעס אויסצואוועלן א געווינער.

ג - עס מעג אריינגעגעבן ווערן מער ווי איין פאעזיע וכל המרבה הרי זה משובח. ווען איך שיקט אריין א פאעזיע ביטע מאכט זיכער צו געבן א קעפל פאר דער פאעזיע.

ד - צו פארזיכערן די אויסגעהאלטנקייט פון דעם פארמעסט וועלן אלע פאעזיעס ארויסגעשטעלט ווערן אנאנים אונטער דעם כוכב ניק, און הערשט נאך די וואלן וועלן זיי אריבערגעפירט ווערן אונטער דעם נאמען פונעם אריגינעלער פארפאסער אינאיינעם מיט אלע לייקס. יעדע פאעזיע וועט ערשיינען אין א באזונדערע אשכול מיט א שושנים נומער.

ה - מיר בעטן די מחברים זאלן האלטן זייערע ווערק בסוד. עס איז אבער יא ערלויבט צו שפעקולירן ווער איז דער מחבר פון איטליכער פאעזיע.

ו - אריינצושיקן א פאעזיע ביטע שיקט אן אימעיל צו e shternks@gmail.com e . די פאעזיעס וועלן ערשיינען לויטן סדר וואס זיי וועלן אריינקומען ראשון ראשון ואחרון אחרון. ביטע נישט ארויסשטעלן אייער פאעזיע אויף דער אייגענער האנט. די פארוואלטונג טוט זיך באדאנקען פאר די חשוב'ע מחברים וואס האבן שוין אריינגעגעבן זייערע פאעזיעס ויפה שעה אחת קודם.

ו - דער זמן האחרון אריינצושיקן א פאעזיע איז די זיבעטע טאג חנוכה.

ז - יעדע ניק האט א זכות צו שטימען. עס איז זעלבסט פארשטענדליך נישט צו סאבאטאזשירן די וואלן און די וואס האבן מערערע ניקים ווערן געבעטן בכל לשון של בקשה נאר צו שטימען מיט איין ניק. אן אויסנאם ווערט געמאכט פאר די וואס גיבן אריין פאעזיעס אונטער מער ווי איין ניק, קריגן זיי א זכות צו שטימען לויט די צאל פאעזיעס.

ח - צום שלוס וועט אי''ה ערשיינען א הערליכע קונטרס פון אלע פאעזיעס דורך אונזער אלעמען באליבטן רויטע וואנצעס.

ט - מכאן הקריאה יוצאת, יעדער איז געלאדנט אנטיילצונעמען, שאצט נישט אונטער אייער כוחות הנפש, שארצט אייך ארויף די ארבל און מיר קוקן ארויס פאר אלעמענס קאאפעראציע.

י - עס וועלן זיין צוויי געווינער, אן ערשטער געווינער און א צווייטער געווינער.

זאלן מיר ארויסברענגען אונזערע געבענטשטע טאלאנטן מכח אל הפועל,
בכבוד רב,
כוכב
בשם די שושנים פארוואלטונג
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:49 am#240115
:like :like
סאונט זייער צו די זאך און פראפעשאנעל
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:04 am#240119
יא.
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:42 am#240129
@כוכב זיי ביטע מרחיב וויאזוי מען וועט שטימען, דורך א לייק? קען מען שטימען אויף מער ווי איינס? וואס מיינט א וואוט אז איך.האב הנאה געהאט אדער אז דאס איז די בעסטע?
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 12:32 pm#240140
מוועט שטימען אזוי ווי מ'שטימט אויף אן אנקעטע.
די פראגע וועט זיין בערך ווי פאלגנד: וועלכע פאעזיע וואלט איר אויסגעוועלט אלס געווינער פון דעם פארמעסט? און נאכהער: וואס וואלט איר אויסגעוועלט אלס צווייט ראנגיגער געווינער פון דעם פארמעסט?
לייקס זאל מען געבן פאר יעדער פאעזיע מ'האט הנאה אדער /און מ'אידענטיפיצירט זיך מיט דעם מעסעזש פון דער פאעזיע. אפילו א פאעזיע וואס איז נישט די סאמע בעסטע קומט זיך אויך א לייק.
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 12:59 pm#240147
איים אWט!!

מיינע גריימען זענען מאקסימום אזוי

מיין נאמען איז ניסן
איך האב ציריסענע הויזן
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 1:21 pm#240158
פליקער עס איז בכלל נישט שלעכט לייג צו נאך א זעקס שורות וועסטו אויך הנאה האבן דערפון
Anyway וואס האסטו געטוהן מיט דיין צעריסענע הויזן?
און BTW ביסטו א אייניקל פון דער עלטער זיידע ניסן וואס לעבט שוין נישט?
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 2:52 pm#240192
פליקער עס מוז נישט גראמען. פאעזיע קען זיין אנע גראמען אויכעט.
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 8:44 pm#240535
"שושנים פאעזיע פארמעסט"
חנוכה תשע"ה...
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 9:05 pm#240542
הערליך שיין! אפשר לייג צו ''קאווע שטיבל'' ערגעץ אויפן וואזע
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 9:50 pm#240557
די לאגא איז מעשה ידיו להתפאר פון רויטע וואנצעס, ווי איך לערן דאס אפ, האט עס רויזן ע"ש שושנים, אריינגעשטעקט אין א טעפל קאווע ע"ש אונזער שטיבל, עס פינקלען שטערן ע"ש אנוכי הקטן, און עס קומט באצירט מיט בלעטער, ע"ש קאווע בלעטער.
# בריליאנט
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 9:59 pm#240561
די טרינקסט קאווע אין דעם?
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 11:13 pm#240579
כוכב די האסט ב"ה א פיין קעפל
איך גלייב דיין רבי האט עס דיר שוין געזאגט אין חדר
פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 12:05 am#240591
ומנותר קנקנים נעשה נס לשושנים.
פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:12 am#240607
א דאנק פאר די קאמפלימענטן. איין זאך נאר וואס איך וואונדער. פארוואס פאלט די רעזעלאשון אזוי שטארק ווען איך לייג עס ארויף דא. ביי ארומא האב איך געהאט די זעלבע פראבלעם. אין פדף קומט עס יא אריין שטארק, עיין ארומא בלעטער.

פישעלע זאגסט גוט. די סיבה פארוואס כ'האב נישט אריינגעדרייט קאווע און פאעזיע אינעם בילד איז ווייל צופיל מעסעזשס איז פארקערט פון די מטרה ביי א לאגא. דאס איז אבער יא ריכטיג, אז כ'האב אינזין געהאט כוכב מיט די שטערנס.
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 2:14 pm#241205
די פאעזיע פארמעסט איז אין פולן גאלאפ, הערליכע פאעזיעס זענען שוין אריינגעקומען צו דער מערכת איינס שענער פונעם צווייטן. די ערשטע פאעזיע וועט אי"ה ארויסגעשטעלט ווערן היינט אויף דער נאכט עד שתכלה רגל מן השוק, מעשה ידיו להתפאר פון אן אנאנימער חבר.
גלייכצייטיג געבן מיר איבער אז ס'איז נאך פארבליבן אייניגע סלאטס אין דעם פארמעסט, און מיר בעטן די חשוב'ע חברים זאלן זיך צואיילן און אריינשיקן זייערע ווערק (אין אימעיל ביטע) ווי אמשנעלסטנס, כדי מיר זאלן קענען מסדר זיין דעם פארמעסט על צד היותר טוב.

יש"כ ותודה למפרע,

הק' כוכב
חופק"ק קאצק
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 7:18 pm#241294
וויכטיגע באמערקונג:
עס איז טאקע ערלויבט געווארן צו שפעקולירן די פארפאסער פון די פאעזיעס אבער עס איז אויסדריקליך נישט דער פאקוס פונעם פארמעסט.
אויך בעטן מיר נישט צו ציען מסקנות נאר ליבערשט זאל דער פארמעסט בלייבן אנאנים און אביעקטיוו.
א דאנק.
מוצ"ש דעצעמבער 20, 2014 9:28 pm#242067
זעה איך אז מען האלט שון ביי 4 חלקים ,די פאזיע ושמאזיע ,פישעלעס רעיטינג סיסטעם, די שפעקולציעס ווער איז דער מחבר און די פילפארביגע פירושים.
מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 9:02 pm#242482
נאכדעם וואס מענדיגט מיט די שירים דארף מען מאכען א קאנטעסט פון שרייבען מעשיות (שארט סטאריס), אמת אדער פיקציע. דאס איז נאכנישט געווען דא.
מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 9:10 pm#242485
לול, דו ווייסט אפשר וואס פאר א כוחות עס נעמט אריין פירן אזא פארמעסט?
מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 9:18 pm#242488
עס קומט זיך טאקע א הילכיגן טו פיר סיקס אכט פאר ידידינו כוכב'ל פארען אנפירן דאס פארמעסט אזוי געטריי און מיט הצלחה.
מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 9:22 pm#242491
אזא שטערן קומט אזוי נאנט צו די ערד נאר איינמאל אין 500 יאר!
מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 9:23 pm#242494
כוכב האט געשריבן:לול, דו ווייסט אפשר וואס פאר א כוחות עס נעמט אריין פירן אזא פארמעסט?

כ'האב נישט געזאגט דו מוזט עס פירען :)
דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 9:57 pm#242788
מיט'ן שלוס פון חנוכה וועלן ארויסגעשטעלט ווערן די לעצטע פאעזיעס פונעם שושנים פארמעסט און פון דארט וועט מען זיך ריקן צו די צווייטע פאזע, נעמליך אריין אין די שטום בודקעס.
די פארמעסט איז נאך ווייט פון פאריבער און עטליכע גאר שיינע פאעזיעס וועלן ארויסגעשטעלט ווערן אין די קומענדיגע שעות.
צוליב די ארבעט פון דער מערכת צו רעדאגירן און צופאסן איטליכער פאעזיע איז די לעצטע זמן אריינצוגעבן א פאעזיע מארגן 3 אזייגער שארף.
מחברים וואס רעכענען נאך אריינצושיקן א פאעזיע זאלן ביטע מודיע זיין די מערכת מ'זאל קענען רעזערווירן א בכבודיגן סלאט פאר אלעמען.
דאנקע
דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 10:02 pm#242791
אנטשולדיגט, ק"ש איז נישט קיין פלאץ פאר עדווערטייזמענטס. ווילסט פראמאוטן דיין מערכת? פיין. אבער נישט דא.