Under maintenance
הויפט זייט » דראמאטישע משכונות קריזיס אין סידני, אוסטראליע

דראמאטישע משכונות קריזיס אין סידני, אוסטראליע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7743
זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:27 pm#240844
דראמאטישע משכונות קריזיס אין סידני, אוסטראליע
אין די מינוט'ן שפילט זיך אפ א דראמאטישע משכונות-קריזיס אין אוסטראליע, וואו טעראריסטן האבן געשטורעמט א קאווע-הויז אין סידני און גענומען משכונות 13 מענטשן. פאליציי און פארמיטלער געפונען זיך אויפ'ן סצענע.

וואטשט לייוו: m https://au.news.yahoo.com/video/watch/1 ... ve-sydney/ m
זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:30 pm#240845
משכונות זענען געצווינגען געווארן צו שטיין ביים פענסטער מיט וואס זעט אויס צו זיין אייסיס פענער
זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:31 pm#240846
פאליציי אויפ'ן סצענע
זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:39 pm#240850
באריכטן געבן אן אז די טעראריסטן האבן פארלאנגט פון פאליציי-פארמיטלער צו רעדן אויפן טעלעפאן מיט דעם פרעמיער מיניסטאר.
אויף די פאן וואס די צוויי משכונות האבן געהאלטן ביים פענסטער איז געשטאנען: "נישט דא קיין גאט אויסער אללה און מוחמד איז זיין שליח".
זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:39 pm#240851
די לאסס אוו לייווס איז קיינמאל נישט קיין גוטע זאך אבער פון די אנדערע זייט איז צומאל גוט אז די ליבאראלע קאנאדער און אוסטראלישע אוהבי האראבערס והטעראריסטן זאלן פילן ביי זיך אינדערהים וואס מד''י מאכט מיט טעגליך.
זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:40 pm#240852
אבאמא איז א סך מער ליבעראל ווי הארפער.
זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:41 pm#240853
ער מיינט די פאלק נישט די פירער

כ'בין אבער נישט באקאנט צי אוסטראליע איז אזוי ליבעראל, און איסלאם ליבהאבערס
זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:41 pm#240854
סטעיטמענט פונעם פרעימער מיניסטאר
זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:52 pm#240856
ערשטע בילד פון איינער פון די טעראריסטן
זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:55 pm#240857
פון די לייוו פיד איז משמע אז מען רעדט פון א איינצעלנעם טעראריסט ,פארשטיי איך ריכטיג?
זונטאג דעצעמבער 14, 2014 9:06 pm#240859
יעצט זאגן זיי אז ס'נישט קיין אייסיס פאן
זונטאג דעצעמבער 14, 2014 9:08 pm#240860
יא יא, כ'האב פריער געשריבן וואס שטייט אויפ'ן פאן.

ATUB @איך אויך ATUB , האסט גוט געזאגט פריער. זאלן זיך די יפי נפש פון די אלע אייראפעישע לענדער זיך לערנען וואס די פרידליכע מוסלומענער זענען ביכולות צו טון. קוק אן די צעמישטע פנימ'ער אויף די אוסטראלישער:
זונטאג דעצעמבער 14, 2014 9:13 pm#240861
פרעסע קאנפערענס דורך די פרעימער מיניסטאר אין 20 מינוט. האלט עס מיט אויף די לינק אינעם ערשטן תגובה.
זונטאג דעצעמבער 14, 2014 9:20 pm#240862
אויסטראליע איז נישט ממש אין אייראפע, און ביידע סיי קאנאדע און סיי אויסטראליע זענען פיל מער קאנסערוואטיוו ווי די אייראפעאישע לענדער, בדרך כלל.
זונטאג דעצעמבער 14, 2014 9:21 pm#240863
עס איז מיר ברור אז דער טעראריסט איז גרייט צו טוהן וואס עס פעלט זיך אויס כדי צו באגעגענן די 70 בתולות וואס ווארטן אויף עם... און די סיעג' וועט זיך פארשלעפן ביז ער ווערט מיד אדער מען שיסט עם פון אינדרויסן.
אה יעצט זעה איך אז די אוסטראלישע טעראר עקספערטן האלטן אויך אזוי.
זונטאג דעצעמבער 14, 2014 9:31 pm#240866
זונטאג דעצעמבער 14, 2014 9:49 pm#240869
וועלכע לייוו לינק ארבייט אויפ'ן פאון?
זונטאג דעצעמבער 14, 2014 9:51 pm#240870
איך אויך האט געשריבן:די לאסס אוו לייווס איז קיינמאל נישט קיין גוטע זאך אבער פון די אנדערע זייט איז צומאל גוט אז די ליבאראלע קאנאדער און אוסטראלישע אוהבי האראבערס והטעראריסטן זאלן פילן ביי זיך אינדערהים וואס מד''י מאכט מיט טעגליך.

לערנט אייך שוין אויס דעם אלטן כלל, גארנישט איז גוט פאר אידן עווער, איך זעה ענדערש זיי זאלן באשולדיגן מדינת ישראל ווי איידער האבן מיטגעפיל.
זונטאג דעצעמבער 14, 2014 10:04 pm#240874
נייעס באריכטן געבן אן אז ווי עס שיינט איז די רעדע פון אסאך מער פון 13 פארכאפטע. ווי מען גלויבט רעדט מען פון בערך 50 פארכאפטע.
דער פרעימער האט יעצט געענדיגט רעדן און גארנישט מחדש געווען.
זונטאג דעצעמבער 14, 2014 10:07 pm#240878
נאר צו באמערקן אז אין סידני איז יעצט הויך זומער און אפשר האלב פון די פאליסלייט גייען מיט קורצע הויזן. כ'מיין מען זעהט נישט אזאנס אין ערגעץ באט דען עגען אוסטראליע איז א פריטי לעיד בעק סאסייעטי.
זונטאג דעצעמבער 14, 2014 10:14 pm#240880
ישראל קאפקע האט געשריבן:אויסטראליע איז נישט ממש אין אייראפע, און ביידע סיי קאנאדע און סיי אויסטראליע זענען פיל מער קאנסערוואטיוו ווי די אייראפעאישע לענדער, בדרך כלל.

סנישט ליבעראל און נישט קאנסערוועטיוו, ס'איז דעמאקראטיע, מיט א שונא וואס רעכנט זיך נישט מיט דעמאקראטיע מעג מען מיט יענעם אויך נישט זיין, דעמאקראטיע קען נאר ארבעטן אויב יעדער האלט מיט מיט דעם.

70 יאר האט גענומען פאר מדינת ישראל איינצוזעהן אז מען מוז מאכן א חוק הלאום, מען מוז לימיטן דעמאקראטיע אז נישט איז דאס גאנצע לאנד אין א סכנה, וויפיל יאר און וויפיל קרבנות וועט נעמען פאר די וועסט ביז ראסיזם קעגן אראבערס וועט זיין ליגעל?
זונטאג דעצעמבער 14, 2014 10:46 pm#240881
ביבער האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:אויסטראליע איז נישט ממש אין אייראפע, און ביידע סיי קאנאדע און סיי אויסטראליע זענען פיל מער קאנסערוואטיוו ווי די אייראפעאישע לענדער, בדרך כלל.

סנישט ליבעראל און נישט קאנסערוועטיוו, ס'איז דעמאקראטיע, מיט א שונא וואס רעכנט זיך נישט מיט דעמאקראטיע מעג מען מיט יענעם אויך נישט זיין, דעמאקראטיע קען נאר ארבעטן אויב יעדער האלט מיט מיט דעם.

70 יאר האט גענומען פאר מדינת ישראל איינצוזעהן אז מען מוז מאכן א חוק הלאום, מען מוז לימיטן דעמאקראטיע אז נישט איז דאס גאנצע לאנד אין א סכנה, וויפיל יאר און וויפיל קרבנות וועט נעמען פאר די וועסט ביז ראסיזם קעגן אראבערס וועט זיין ליגעל?

א שאד טאקע אז עס נעמט זיי אזוי לאנג, זיי דארפן זיך אפלערנען פון מ.י. און דערקלערן אויסטראליע א קריסטליך לאנד, פארוואס זיין אזוי פאליטיש קארעקט?
זונטאג דעצעמבער 14, 2014 11:07 pm#240883
גראדע האט אוסטראליע נישט לאנג צוריק געלאזט פאלן אזעלכע קאנטראווערסיאלע ווערטער.
זונטאג דעצעמבער 14, 2014 11:32 pm#240885
ישראל קאפקע האט געשריבן:א שאד טאקע אז עס נעמט זיי אזוי לאנג, זיי דארפן זיך אפלערנען פון מ.י. און דערקלערן אויסטראליע א קריסטליך לאנד, פארוואס זיין אזוי פאליטיש קארעקט?

יא, נישטא קיין אנדערע עצה, חוץ די אנדערע עצה איז וואס נתורי קרתא האט פאר מדינ ישראל, אינגאנצן זיך אונטערגעבן, די ביז יעצטיגע וועג קען נישט און וועט קיינמאל נישט ארבעטן.
זונטאג דעצעמבער 14, 2014 11:41 pm#240886
איך אויך האט געשריבן:נאר צו באמערקן אז אין סידני איז יעצט הויך זומער און אפשר האלב פון די פאליסלייט גייען מיט קורצע הויזן. כ'מיין מען זעהט נישט אזאנס אין ערגעץ באט דען עגען אוסטראליע איז א פריטי לעיד בעק סאסייעטי.

נישט געפערליך, ווייניגער פון אכציג.
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 12:50 am#240896
/
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 1:04 am#240898
ישראל קאפקע האט געשריבן:אויסטראליע איז נישט ממש אין אייראפע, און ביידע סיי קאנאדע און סיי אויסטראליע זענען פיל מער קאנסערוואטיוו ווי די אייראפעאישע לענדער, בדרך כלל.

אבער די גאווערנמענטס פון אויסטראליע און ניו זילאנד זענען פרא-פאלעסטינער געשטימט. אויך א גרויסע טייל פון די באפעלקערונג...!
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 7:36 am#240912
יעצט זאגען זיי אז מ'רעדט פון 'איין' גאנמאן, ממש בישות. איין מאן זאל איבערנעמען במלא מובן המילא א גאנצע שטאט.
דאס ווייזט אינס נאר נאך איינמאל, אז די פאליציי זענען זיך 'מחיה' מוט אזעלעכע סארט מצבים און זיי איילען זיך בכלל נישט אינערגעטץ...
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 10:01 am#240920
יעצט אז ס'שוין אנטלאפן א שיינע פאר האסטעדזשעס ווייסט מען שוין עפעס מער וואס טיט זיך אפ אינעווייניג? ווי פיל האסטעדזשעס? ווי פיל קידנעפערס? וואס פארלאנגען זיי?
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 10:29 am#240921
אפאר משכונות פון אינווייניג האבח געמאכט קאנטאקט מיט נייעס אגענטורן און איבערגעגעבן "chilling messages", כלשונם, אבער אויפ'ן פארלאנג פונעם פאליציי האבן זיי עס נישט פובליצירט.
די רעדע איז ווארשיינליך פון אן איינצעלענעם טעראריסט. ער פארלאנגט צו רעדן מיט די פרעימער מיניסטאר אויפ'ן ראדיא.
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 10:48 am#240925
א בילד פונעם טעראריסט וואס האלט פארכאפט די משכונות. אן איראנער געבוירענער.
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 10:51 am#240926
נאך א בילד פון דעם זכר
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 10:58 am#240928
ער איז א צעדרייטער פארברעכער.
ער האט דערשטאכן זיין געוועזענע ווייב צום טויט, און אין אקטאבער איז ער געווארן אנגעקלאגט אויף פערציג באזונדערע קלאגעס פון סעקסואלע איבערפאל אויף עטליכע אנדערע פרויען.
ער טענהט אז ער איז אן עקספערט אין אסטראלאגיע, נומעראלאגיע, און כישוף, און ער האט זיך זעלבסט דערקלערט אלס א שעיך.
ער קען זיך גוט די פאליציי אפיצירן מיט וועלכע ער פארהאנדלט יעצט.
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:34 am#240934
דראמאטישע אנטוויקלונג אין סידני. שווערע פייער אויסטויש, און משכונות ווערן געזען אנטלויפן פונעם סצענע. אומבאשטעטיגעטע באריכטן אז דער טרעאריסט איז טויט.
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:36 am#240935
משכונות אנטלויפן
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:37 am#240936
די לייוו לינק אינעם ערשטען תגובה האט שוין עקספייערט. ניצט דעם לינק צו זען לייוו: m http://abcnews.go.com/m2/live m
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:51 am#240938
כ'פארשטיי נישט ווי אזוי איין משוגע'נער קען נעמען האסטעדזש עטליכע צענדליגער מענטשן. קען מען נישט מאכן מיט אים א משכנתא באיזה אופן שהוא?
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:54 am#240939
איין מענטש מיט וואפן איז שטערקער ווי 30 מענטשן אן וואפן. זייער פשוט.

איין מינוט, קען די זעלבע פאסירן אין מענדאלסנ'ס פיצא??? איז עס צייט צו אויפשטיין פון שלאף און זיך צוגרייטן פאר אזעלכע מצבים ח"ו????????????
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:56 am#240940
פארכאפער איז טויט
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:57 am#240941
אומבאשטעטיגטע באריכטן אויף צוויי טויטע, אריינגערעכענט דער טעראריסט, און 5 שווער פארוואונדעטע, אריינגערעכענט א פאליציי אפיציר.
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:57 am#240942
ראשעקאל האט געשריבן:פארכאפער איז טויט

נישט גוט
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 12:02 pm#240944
פאליציי האבן מורא אז ס'איז דא א באמבא אינעם בילדינג. באמב-סקוואד יוניטס זענען אויפ'ן סצענע.
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 12:03 pm#240945
אן ע סעריעס נאוט: וואו איז שומרים ווען מ'דארף זיי???
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 12:22 pm#240949
אפטעמיסט האט געשריבן:אן ע סעריעס נאוט: וואו איז שומרים ווען מ'דארף זיי???


זיי זענען געווען פארנימען מיט א טינקעלע פארשוין וואס האט געלאזט פאלן מיאוסע לויזינגען קעגן א יונגערמאן
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 2:03 pm#240961
טוויטער אקאונט פונעם טעראריסט (@Sheikh_Haron): m https://twitter.com/Sheikh_Haron m
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 4:22 pm#240997
אפטעמיסט האט געשריבן:טוויטער אקאונט פונעם טעראריסט (@Sheikh_Haron): https://twitter.com/Sheikh_Haron

וויאזוי קענסטו אראביש? איך שטארב צו קענען אראביש. גענוג געווען. מ'גייט זיך אריינלייגען אינדעם. געמיר 10 וואכען און כ'עדיר זאגען יעדער ווארט דורט וואס ס'מיינט.
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 4:39 pm#241003
קעי איך געב דיר באט פליז שטארב מיר נישט.
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 4:55 pm#241007
שוין איך קען נישט עפענען טוויטער מיין פילטער לאזט נישט
ווער וויל נעמען די מיה אראפצושרייבן בקיצור נמרץ וואס ער שרייבט דארט
ספיציעל אז הנאת גופי זאגט עס איז אראביש
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 8:22 pm#241067
איך אויך האט געשריבן:קעי איך געב דיר באט פליז שטארב מיר נישט.

כאפ נישט - מיינסט צו זאגען אלס דזשיהאד? וואס, קענען אראביש מיינט אטאמאטיש ווערן פארקויפט פאר זיי? נו אפשר טאקע..
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 8:33 pm#241071
איך מיין ביידע ,דו האסט געשריבן ''איך שטארב צו קענען אראביש'' און אויך טאקע זאלסט נישט אנהייבן צו טראכטן ווי א דשיהאדיסט וואס וויל זיך אויפרייסן.