Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » ואס מיינט א חלה דעקעל

ואס מיינט א חלה דעקעל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 36 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7747
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 2:25 pm#240964
ואס מיינט א חלה דעקעל
אויף די אנפראגע אין א אנדערע אשכול וואס מיינט א חלה דעקעל עפן איך א נייע אשכול כדי צו האלטן עס באזונדער.

געווען אמאל א סוחר וואס האט פאלוירן אסאך קאסטאמערס און געדארפט צושפארן דאס געשעפט און געבליבן אן פרנסה
בצר לו האט ער זיך געוואנדן צו זיינע פירערס אז זיי זאלן אים העלפן טענעדיג אז נאר צוליב זיך אננעמען פאר זיי איז ער געבליבן אן פרנסה,
זיי האבן אים געאפפערט ער זאל שרייבן ארטיקלעך אויף זייער דעמאלסדיגע בלאג ווי ער זאל טרייבן ליצנות, פאבריצירן שקרים אויף מהר״א וחסידיו ביז מ׳ וועט זיי אונטערברענגען, און ער וועט ווערן "פארמעגליך"

אזוי האט ער געטון, והי׳ מדי יום ביומו ווען אימער מ׳ האט געהערט אין ראדני אז עס איז דא א נייע ארטיקל פון אים וראדני צהלה ושמחה, יעדער איז געלאפן עס ארויספרינטן, טאטעס האבן עס געלייענט פאר די קינדער, מנהלים פאר ישיבה בחורים, יעדער האט געשעפט חיזוק, פארגעסן פון די אייגענע צרות און עמהארצישׁע דורכפעלער, בייטאג, ביינאכט ווי מ׳ האט גערעדט מיט איינעם פון צד מהרז״ל, די ערשטע קשיא איז געווען, האסט שוין געזען די גוטס וואס פארמעגליך האט געשריבן?

מיט די צייט האט די באהערדע געזען אז עס איז נאר חיי שעה טראץ וואס מ׳ האט פארשעמט צענדליגער אידן און משפחות וועלעכע האבן קיינעם נישט געטשעפעט, זייער איינציגע חטא איז געווען אז זיי באלאנגען צו צד מהר״א, האט די חיזק געהאלפן ווי דראגס, נאך א פאר מינוט איז מען צוריק אריינגעפאלן אין דעפרעסיע, האבן זיי אים געהייסן צו שאפן אליין די געלט, ער האט געמאכט א עפענטליכע אפיל, אפילו געפענט א פעיפאל אקאונט אבער עס האט ווייניג געהאלפן, האט ער געמוזט צושפארן, א שוואגער זיינער (מצד מהר״א) האט אים פארשאפט ארבעט און ב״ה ער האט פרנסה

און דא קומען מיר אן צום פונקט, זוכענדיג א שם גנאי פאר צד מהר״א, איז אים איינגעפאלן (מסתמא שבת ביי די סעודה) זיי צו רופן "חלה דעקלעך, זינט דאן ווען איינער מצד מהרז״ל דארף חיזוק, אדער האט נישט וואס צו ענטפערן, שרייט ער "חלה דעקלעך
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 3:39 pm#240980
יישר כח היסטאריקע פאר'ן מסביר יעצט פארשטיי איך
אבער איך מיין עס פעלט נישט אויס נאךא אשכול ווי צורעדן פון דער פאליטיק די קענסט עס פאוסטען אין דער אשכול ווי איך האב גיפרעגט די שאלה ושלום על ישראל
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 4:28 pm#240999
עס האט זיך אפגעשטעלט פריער, ווען מען האט געטראפען די טעלעפאון פין איינס פין די הויפט היידפארק שרייבער (יענער איז געקומען צו אבן הפינה אין בית רחל פאראדייס) ווי מען האט קלאר געזעהן ווי איינס פין מהרז''ל'ס קינדער זענען מגיה די ארטיקלען בעפארן ארויסקומען, יענס איז געווען די לעצטע ארטיקען פין פארמעגליך
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 4:35 pm#241002
מהרז''לס רביצין האט עס מגיה געווען
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 5:09 pm#241017
ענטפרן קארני מיט די רעביצין איז א נייס טריי
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 5:14 pm#241018
א חלה דעקל פרעגט וואס מיינט א חלה דעקל
ענטפערט א חלה דעקל אז א חלה דעקל מיינט א חלה דעקל
פארוואס עפעס חלה דעקל?
ווייל חלה דעקל +חלה דעקל=........

דאס מיינט א אהרונישע חלה דעקל
דער וואס פארשטייט פארשטייט, און דער וואס נישט איז א פשוטע..................חלה דעקל
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 5:18 pm#241020
ווער עס פארשטייט איין ווארט וואס ער שרייבט דא (אריין גערעכענט ער אליין) באקומט א פעקל כ"א כסלו סטיקערס
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 5:55 pm#241035
אקעי די מעשה איז אזוי:

עס איז געווען א שטיק צייט ציריק, ווען אונזער צופארענע געוועזענע באטריבטע זאלי ברידער האבן זיך געפינן אין א שרעקליכע קלעם, דהיינו.

כ''ק רבינו שליט''א האט אנגעהויבן אריין צולייגען אומהויערע כוחות להגדיל קרן התורה וכשרות בקהלתינו הק', דער עולם האט זיך ערענסט געזעצט לערנען, און אנגעהויבן אכטונג צו געבן וואס מען עסט, דער עולם האט אנגעהויבן איינצוזעהן אז די אלע לעלוס און מאטרקאדעס און פאפמע דראמפע איז הבל הבלים, און איז לא מעלה ולא מוריד, און מען האט ערענסט אנגעהויבן אפצולאכן דערפון אויף א מאסיווען פארנעם, דער זאלי איז געקומען פארציילן אז ר' זלמן זאל לעבן אויף אייביג איז געפארן אין קעמפ, מיט א מאטארקאדע פון שש מאות רכב בחור, זאגט אים דער סאטמארער חסיד אנשולדיגט מיין פריינד איך בין פארנומען, איך דארף מיר פארהערן די 10 בלאט וואס איך האב נארוואס געלערענט די לעצטער חודש, און איך האב נישט קיין קאפ און מוח אצינד צו די דיינע געדישעכס.... און דער זאלי האט זיך אפגעקערט אבל וחפי ראש, און זיך אונטער געמירמעלט מיט כעס הלוואי זאל מיין שטעקן (רבי) אויך ארויף ברענגען זיינע סימפאטירער ( חסידים) צו אזא ניווא....

אבער ווי עס איז באוויסט אז רבי זלמן איז דאך גאר א שוואכע מענטש, זיין גוף קדוש איז אפגעשוואכט פון תעניתים און סיגופים און פון מיעוט אכילה ושתיה ושינה, והוא מחולל מתוך פשעינו... און ער האט נישט די כוחות ארויף צו ברענגן זיינע חסידים אויף א שטאפל העכער טשרי לייטס....

איז דעמאלס דער מ''מ כ''ק אדמו''ר הגה''ק מסיגוט שליט''א אויף געקומען מיט א געניאלע המצאה וואס האט ערשטוינט די גרעסטע קארפען קעפ פון די זאליבאנישע הינארכיע, אנגעהויבן פון ....... גענדיגט ביי....... און ער האט איינגעשפאנט א שרייבר'על מיטן פען נאמען פ.פ.פ. פארמעגליך וואס ער האט אנגעהויבן קינצליכווייז אויפצווייזען אז יא! די זאליס זענען בעצם גאר קליגע לייט, זיי פארמאגן די עליטע פון די מענטשהייט, און רוב ריבו פון די אייניקליך פון באבע יוטל זאל זיך מיהען, זענען סימפאטאזירער פון הגז''ל שליט''א, ווידעראום חסידי סאטמאר זענען א באנדע ציריגעבליבענע קעלבליך (כלשונו פונען נייעם אט וואס געווארענעם יתומ'ל) און דער שרייברעל האט באטיטלט חסידי סאטמאר מיט דעם צובער ווארט "חלה דעקליך" (עס איז א בחינה פון אשר פדית, וואס איז עס האט נישט קיין פשט? נא? איז וואס?) און די ריכטיגע קעלבליך האבן געלאכטן, יא! מיר זענען די עליטע..... מיט זענען די קליגע אויפגעקלערטע לייט, מיר פארשטייען, מיר ווייסען..... טראץ דעם וואס אונזער רבי איז א שטעקן פון אן אלטן טענענבוים, דאך זענן מיר די עליטע................. און מיר פלאגען זיך אצינד צופארשטיין פאר וואס די בני ישמאל וקאסטנער שרייען חלה דעקל..... (איך מיין מיר זענען טאקע חלה דעקליך........)
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 6:58 pm#241047
קאך_לעפל האט געשריבן:אקעי די מעשה איז אזוי:

כ''ק רבינו מהר''א שליט''א האט אנגעהויבן אריין צולייגען אומהויערע כוחות להגדיל קרן התורה וכשרות בקהלתינו הק', .)

אלעס צו פארדאנקען כ''ק מהרי''י שליט''א...
#קאמפעטישאן ווארקס!!
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 7:01 pm#241048
אמת! אבער קאמפעטישען ארבייט דאך אויף ביידע וועגן, נו? ווען וועט רבי זלמנטשע אביסל ארויפהייבן זיין עולם פון דער עולם הטשערי לייטס?
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 7:02 pm#241049
ער האלט נישט זעט אויס אז ער האט קאמפעטישאן
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 7:09 pm#241051
קאך_לעפל האט געשריבן:
בשבילי! האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:אקעי די מעשה איז אזוי:

כ''ק רבינו מהר''א שליט''א האט אנגעהויבן אריין צולייגען אומהויערע כוחות להגדיל קרן התורה וכשרות בקהלתינו הק', .)

אלעס צו פארדאנקען כ''ק מהרי''י שליט''א...
#קאמפעטישאן ווארקס!!


אמת! אבער קאמפעטישען ארבייט דאך אויף ביידע וועגן, נו? ווען וועט רבי זלמנטשע אביסל ארויפהייבן זיין עולם פון דער עולם הטשערי לייטס?


אמת אז וואס?! אז די גאנצע וואס ר' אהרן טיט איז נאר וועגען קאמפטישאן? דאן פארוואס הערט ער נישט אויף צי נעמען קרעדיט אויף די זאכן ביי א יעדע געלעגנהייט, אין די צייט וואס די שכוח קימט זיך פאר א צווייטן??!!
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 7:30 pm#241053
יו הייליגער זיסער דאקטאר עס זעהט אויס די האסט נישט געלערענט די סאמע יסודות פון די זאלי דאקטרון, די לערע פונעם הער פארמעגליך.

די לערע פון הער פארמעגליך לויטעט: אז אלעס וואס רבינו שליט''א איז טיט, איז בלויז פאר אטענשען...... טוה דירך די קאנסעטוציע פון דיין פארטיי, און דערנאך קום ציריק.... טעיק יור טיים.....
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 7:49 pm#241058
מיין פארטיי דיין פארטיי, איך האב מיך באצויגן צי דיינע ווערטער ״אמת״ וואס די האסט געשריבן אין מיט דעם געפאכט אז די זאליס וואלטן זיך אויך געמעגט פארבעסערן לכבוד קאמפעטישן,נישט פארמעגלי'ס ווערטער נישט א צווייטנס דיינע ווערטער האב איך ציטירט,
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 8:04 pm#241062
זוי ווי שוין געברענגט אין אן אנדער אשכול די ווארט חלה דעקל איז א געוויסע לחש וואס מ'נוצט ווען מ'האט נישט וואס צו ענטפערן מיט שכל און א געוויסע קללה ווען די אנגעלייגטע ביטערניש און גערעגטקייט קומט צום פולן מאס
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 8:19 pm#241066
קאסטנער האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:
בשבילי! האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:אקעי די מעשה איז אזוי:

כ''ק רבינו מהר''א שליט''א האט אנגעהויבן אריין צולייגען אומהויערע כוחות להגדיל קרן התורה וכשרות בקהלתינו הק', .)

אלעס צו פארדאנקען כ''ק מהרי''י שליט''א...
#קאמפעטישאן ווארקס!!


אמת! אבער קאמפעטישען ארבייט דאך אויף ביידע וועגן, נו? ווען וועט רבי זלמנטשע אביסל ארויפהייבן זיין עולם פון דער עולם הטשערי לייטס?


אמת אז וואס?! אז די גאנצע וואס ר' אהרן טיט איז נאר וועגען קאמפטישאן? דאן פארוואס הערט ער נישט אויף צי נעמען קרעדיט אויף די זאכן ביי א יעדע געלעגנהייט, אין די צייט וואס די שכוח קימט זיך פאר א צווייטן??!!


טייערע דאקטור איך וויל זיין אויפריכטיג מיט אייך, איך האב אייך נישט וואס צו ענפערן, איר האט מיך געכאפט ביים ווארט........
יו אבער מיין טייערער ידיד ביטע. לייגט אייך נישט צונאר במטותא מינך.....
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 8:30 pm#241069
איך זעה נישט וואס דעס האט מיט כאפן ביים ווארט, די האסט נישט געזאגט א יא אשטאטס א ניין מיט וואס איך האב דיך געכאפט, די האסט דיך זייער קלאר ארויסגעברענגט אז ר' אהרן טוט עס לשם קאמפטישען, אפשר מיינסטו אז די האסט עס געזאגט אין איין ווארט "אמת"? אדער ווייס פארשטיי איך נישט וואס חלה דעקל זאגט.

אויסער אויב איז עס א עקזיט אויף ארויס אין א עת צרה...
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 10:34 pm#241101
ווען ר"א טוט זאכן לשם קאמפעטישאן קומט כאטש ארויס תורה כשרות

ווען רז"ל טוט זאכן לשם קאמפעטישן קומט ארויס לעלוס און נאך מינע לעלוס נישט נתערב צו ווערן מין בשאינו מינו און נאך יאקאןס וואס משה וואלף דארף זיין די ערטע און אונטער דעם נאך 10
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 10:43 pm#241105
מיט וועם איז דער ברך משה געווען אין קאמפעטישען אז ער האט געהאט די זעלבע לעלוס....
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:06 pm#241108
אינטערסאנט ווער ס'האט געלאכט פונעם ברך פון זיינע לעלוס דער זעלבער טאנצט קדוש ביי מהרז"ל מיט די לעלוס אתמהה
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:31 pm#241119
פארקערט. דער וואס האט ליב געהאט דעם ברך מש'ה לעלוס האט פיינט מהרזל''ס לעלוס וואס בליצן פון די זעלבע מענטשן כבהלו נרו על ראשינו...!

אבער האסט נישט געענטפערט מיין פראגע....
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:45 pm#241124
די תי' איז פשוט דער היי' רבי ז"ל האט אסאך אויפגעטון פאר אידישקייט צניעות כשרות און אינעם עמוד התורה און אינעם מרבה זיין גבולי הקדושה סאטמאר. סאטמאר האט זיך פארשפרייט תחת דגלו אויפ'ן א גרויסן פארנעם און זיינע גבאים (די וואס געפינען זיך היינט ביים בן השלישי ) זענען געווען פארנומען מיט נארישקייטן

אבער דער ר' זלמן מאכט דאך פונעם עיקר ניטאמאל א טפל און פונעם טפל א עיקר
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:56 pm#241127
אה... יעצט בין איך מיט'ן צינג אינדרויסן. שטארקע תי'...
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:44 am#241141
גאנצל האט געשריבן:
אבער דער ר' זלמן מאכט דאך פונעם עיקר ניטאמאל א טפל און פונעם טפל א עיקר


גיט ארויסגעברענגט! צים פינטעל,