מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 2:38 pm#240969
מיין לעצטער בריוו צו אלע מענטשן החוסים תחת כת הזאלונים
א אפענע בריוו צו אלע מענטשן החוסים תחת דגל כת הנקראים זאלונים, מלכות סאטמאר,
זייט די לעצטיגע מעמדים וואס קומט פאר אינערהאלב אייער פארטיי ובפרט די לעצטע 'פעסטיבעל' הנקרא 'כאף אלעף קיסלעוו' וויל איך אייך מודיע זיין אז איך בין פערטיג מיט ענק. עטס האטס געהאט די אלע יארן וואס מ'האט פראבירט צו כשר'ן אז מ'מיינט עס אביסל ערנסט לשם שמים, עטס פלעגסט זאגן, יא עס איז טאקע דא אזעלכע וואס מיינען נאר להגדיל הפארטיי, אבער למעשה איז דא אסאך ערליכע יודן וואס מיינען עס ערנסט. וואס זאל מען טון אז אסאך מענטשן קומען נאר געבן געלט ווען ס'איז דא די אלע זאכן?, אין מ'מיינט נישט דוקא ר' זלמן לייב, ער איז פשוט די מענעדזשער פון די קאמפאני, די קאמפאני מיז דאך אנגיין צו אויפהאלטן דאס אידישקייט. אין די אלע ערליכע פארזויערטע פנימ'ער האלטן אויך מיט ווייל זיי פארשטייען אז דא איז דער ערליכע יודישקייט.
אבער אלעס איז געקומען למעשה צו אן ענדע, קען זיין עס האט זיך אנגעהויבן אזוי ווי עטס זאגטס, אבער למעשה דער וועג האט געפירט אז 'ככל הגוים בית ישראל' עטס זענטס גארנישט אנדערש ווי אלע אנדערע בתי חסידות, אפילו עטס זאגטס אז עטס לאכטס פון ר' זלמן לייב. אז ס'קענען זיצן אויפן אזוי פיל מענטשן ביי דע אלע מעמדים אין ס'זאל זיי בכלל נישט אנגיין די אופן ווי אזוי עס גייט צו מיט דעם ר' זלמן לייב'ן, וואס דאס איז גויאיש און א בזיון התורה. איך בין טאקע נישט מסביר דא אין דעם בריוו פוקטליך וואס איך מיין, אבער איך פארלאז מיר אז יעדער פארשטייט וואס איך מיין.
איך בין שוין נישט נייגעריג אויף קיין תירוצים, איך האב מיט אייך ג'ענדיגט, קומטס מיר נישט זאגן אויף געוויסע זאכן 'אז דאס מיינט ער גראדע יא אמת'דיג', עס שטינקט פון קאפ ביז פוס, די שלעכטע זאכן מיט די גוטע זאכן, אונז זענען מיר נישט נייגעריג אפילו אויף ענקער גוטע זאכן. עטס קענטס ענק שוין נישט כשר'ן מיט ענקער "בעסטער פילטער", די כשרע חזר פיסל, צו מיט ענקער "זכרו" אא"וו.
מיט דעם וויל אייך זאגן "גוד ביי" איך וועל מיר מיט אייך שוין נישט טענ'ן, עטס זענטס נישט ווערט דאס אויך, בשעת איך זע אז עטס גייט ענק נישט אן גארנישט ווען עס האנדעלטס זיך לטובת הפארטיי, דעמאלס פארענטפערט מעם אלעס, ביי מיר זענט עטס אפס ואין, שקול טיבותך, אין זייטס מיר געזונט אין שטארק. דער אייבערשטער זאל העלפן אז עס זאל בטל ווערן אייער פארטיי אין עס זאל נישט שאטן פאר קיין אידן, דער רבוש"ע זאל העלפן אז ר' זלמן לייב זאל זיך כאפן וואס ער האט זיך דא געלאזט פארירן, אין די ראשים זאלן תשובה טון אויף זייערע מעשים, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו ביאת משיח צדקנו בב"א, אין ביז אהין זייטס מיר געזונט מיר וועלן זיך טרעפן דעמאלס.