Under maintenance
הויפט זייט » אקעי, מ'האמיר געראטעוועט הערשעלע. וואס יעצט?

אקעי, מ'האמיר געראטעוועט הערשעלע. וואס יעצט?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7754
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:17 am#241132
אקעי, מ'האמיר געראטעוועט הערשעלע. וואס יעצט?
אקעי, סאו "איפוא הערשעלע" איז געוועהן א מעכטיגע הצלחה. טויזענטער אידן זענען געקומען אויסדריקן שטיצע מיט א טאטע וואס האט נישט געגעבען קיין שום דאקומענטעישען אויף זיין מעשה, און האט געשריגן אז זיין ווייב האט עובר געוועהן אויף די עגרימענט אהן דעם וואס ער זאל ווייזן וואס די עגרימענט איז געוועהן.

קיינער האט אפילו נישט געוויסט די נאמען פון זיין געוועזענע ווייב , און קיינער ווייסט נישט אויב ס'איז בכלל אמת אז זי איז טאקע חתונה געהאט מיט א גוי. די פיקטשערס וואס ער האט מפרסם געוועהן פון זיין קינד האט ער אויך נישט געקענט באווייזן אז ער גייט אהן א קאפעל אדער פירט זיך נישט אויף אידיש.

אבער עולם גולם האט אים געשטיצט ווייל אפילו אויב יושר'דיג קומט זיך נישט די קינד פאר'ן טאטע , דארף מען טוהן וואס מ'קען צו ראטעווען א קינד צו חרדיזם. אפילו אויב זאל זי זיין א ביליאן פראצענט גערעכט עפ"י ישרות , איז נישט דא קיין יושר ווען מ'דארף ראטעווען די אידישקייט פון א קינד. דאס איז א נייע שיטה וואס האט נאך קיינמאל נישט עקזיסטעד , אבער לאמיר נעמען די שיטה מיט'ן פולסטען ערענסטקייט.

סאו מיט די הבטחה פון סקלענע רבי (און נאכ'ן צאמשלעפן א באנטש געלט פון רחמנים בני רחמנים) האט מען מצליח געוועהן מיט די קארט קעיס און די קינד גייט איבער צום טאטע און די מאמע האט נאר וויזיטעישן.

וואט'ס נעקסט? אין וועלכע חדר גייט הערשעלע גיין. כ'האף אז נישט אין די חדר ווי איך שיק מיינע קינדער. הערשעלע איז טאקע א אומשילדיגע שעפעלע , אבער מיין זוהן איז זיכער גארנישט שילדיג. כ'וועל בשום אין אופן צולאזן אז מיין זוהן זאל לערנען אין א קלאס צוזאמען מיט הערשעלע. אלץ א אחריות'דיגע טאטע און עהרליכע איד קען איך נישט צולאזן אז א קינד וואס איז עקספאזט צו טעלעוויזען און קראצמעך ניגונים זאל לערנען מיט מיין יונגעל!!

ס'איז טאקע שווער צוצוקוקן די צער פון הערשעלע אבער יעדע רעכטדענקיגער מענטש וועט מודה זיין אז מ'קען טאקע געבן אפאר דאללער צו העלפען , אבער חלילה וחס זיך שפילן מיט די אידישקייט פון די אייגענע קינדער!! עס איז דא א סיבה פארוואס אונז פארגיס מיר טייכן בלוט אויף צו האלטען די שטיבער פון אונזערע תלמידים ציכטיג ריין.

ווער ווייסט וואספארא גיפט הערשעלע האט זיך אלץ אנגעזעהן ביי די מאמע די אלע יאהרן? ווער ווייסט וואספארא אינטערנעט ער האט אלץ געזעהן ר"ל? די אלע מאכלים וואס ער האט געגעסן וואס איז מטמטם די לב –דאס קען מען נישט ארויסרייסן!! אוודאי וועט מען מתפלל זיין אז הערשעלע זאל אויסוואקסען עהרליך און אביערקומען די שוועריקייטן , אבער נישט מיין קינד!! אלץ א טאטע וואס מוטשעט זיך אויפצוציען עהרליכע קינדער קען איך מיך נישט ערלויבן אז מיין קינד זאל ח"ו פארדארבען ווערן דורך הערשעלע.

יעדער ווייסט זייער גוט ווי שווער ס'איז אויפצוציען עהרליכע אידישע קינדער אין די היינטיגע וועלט. יעדע טאטע און מאמע בלוטיגן יעדן טאג אז די קינדער זאלן נישט האבן קיין ראיות אסורות ח"ו , אדער זיך אנזעהן מיט אלע מיאוס'קייטן וואס די וועלט איז פיל מיט ר"ל. מ'זעהט ליידער די אלע רייצענדיגע תאוות , די אלע גשמיות'דיגע גליסטענישן וואס אונז דארף מיר שווער ארבייטן אז אונזערע קינדער זאלן דאס ח"ו נישט נאכגיין. נאך אזוי פיל בלוט און האריוואניע איז פשוט אז איך קען נישט לאזן מיינע קינדער זיין אין איין קלאס מיט הערשעלע און ח"ו נשפע ווערן פון די שעדליכע השפעות וואס ער האט געליטן פון.

איז ווי טאקע זאל הערשעלע גיין אין חדר? אה ,ס'איז געבליבן איין עצה. הערשעלע'ס טאטע קען אים שיקן אין פאבליק סקול , און פון דארט וועט מען אים יא אננעמען אין א היימישע חדר.

נאר ס'וועט זיין פאני אז די טאטע וואס האט דזשאסט געראטעוועט זיין קינד פון קראצמעך ניגונים וועט שיקן זיין קינד אין פאבליק סקול.

אבער ווער איז דען נישט גרייט צו טוהן אלעס אין די וועלט צו באקומען א עהרליכע חינוך? נו, זאל זיין פאני.
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 1:36 pm#241193
געוואלדיגע דיבורים המלוכה! טראגי-קאמיש, ס'קומט צו לאכן און וויינען אויפאמאל.
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 1:43 pm#241195
ווי וואלט געווען ווען הערשעלע איז אייער קינד אדער אייניקל?
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 1:48 pm#241198
אויף דיין הקדמה, יא, די תורה וואס אונז יודען האבע באקומען פארלאנגט צו העלפען די קינד גיין דארטען ווי ער גייט זיין א יוד, און ב'יז א מצוה פון פדיון שבויים צו ארויסראטעווען פון א פלאץ וואס איז איהם מעביר על הדת, דאס איז עפ"י חוקי התורה, וואס דאס בינדט אונז whether u like it or not.

אפילו אויב ווילסטו גיין לויט די גויאישע קעפ, איז דאס לכל הפחות אזוי יושר'דיק ווי אירע פעולות פון איהם אנקלאגען מיט פאלטשע בלבולים כדי אים איינזעצען און אזוי ארום האבען קאסטעדי.

וועגען חדר ווי ער וועט גיין זארג איך נישט, ווייל דו זארגסט אויכעט נישט..
מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 2:07 am#241361
זייער גיט געזאגט!!!
מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:01 pm#244623
המלוכה והממשלה האט געשריבן:אקעי, סאו "איפוא הערשעלע" איז געוועהן א מעכטיגע הצלחה. טויזענטער אידן זענען געקומען אויסדריקן שטיצע מיט א טאטע וואס האט נישט געגעבען קיין שום דאקומענטעישען אויף זיין מעשה, און האט געשריגן אז זיין ווייב האט עובר געוועהן אויף די עגרימענט אהן דעם וואס ער זאל ווייזן וואס די עגרימענט איז געוועהן.

קיינער האט אפילו נישט געוויסט די נאמען פון זיין געוועזענע ווייב , און קיינער ווייסט נישט אויב ס'איז בכלל אמת אז זי איז טאקע חתונה געהאט מיט א גוי. די פיקטשערס וואס ער האט מפרסם געוועהן פון זיין קינד האט ער אויך נישט געקענט באווייזן אז ער גייט אהן א קאפעל אדער פירט זיך נישט אויף אידיש.

אבער עולם גולם האט אים געשטיצט ווייל אפילו אויב יושר'דיג קומט זיך נישט די קינד פאר'ן טאטע , דארף מען טוהן וואס מ'קען צו ראטעווען א קינד צו חרדיזם. אפילו אויב זאל זי זיין א ביליאן פראצענט גערעכט עפ"י ישרות , איז נישט דא קיין יושר ווען מ'דארף ראטעווען די אידישקייט פון א קינד. דאס איז א נייע שיטה וואס האט נאך קיינמאל נישט עקזיסטעד , אבער לאמיר נעמען די שיטה מיט'ן פולסטען ערענסטקייט.

סאו מיט די הבטחה פון סקלענע רבי (און נאכ'ן צאמשלעפן א באנטש געלט פון רחמנים בני רחמנים) האט מען מצליח געוועהן מיט די קארט קעיס און די קינד גייט איבער צום טאטע און די מאמע האט נאר וויזיטעישן.

וואט'ס נעקסט? אין וועלכע חדר גייט הערשעלע גיין. כ'האף אז נישט אין די חדר ווי איך שיק מיינע קינדער. הערשעלע איז טאקע א אומשילדיגע שעפעלע , אבער מיין זוהן איז זיכער גארנישט שילדיג. כ'וועל בשום אין אופן צולאזן אז מיין זוהן זאל לערנען אין א קלאס צוזאמען מיט הערשעלע. אלץ א אחריות'דיגע טאטע און עהרליכע איד קען איך נישט צולאזן אז א קינד וואס איז עקספאזט צו טעלעוויזען און קראצמעך ניגונים זאל לערנען מיט מיין יונגעל!!

ס'איז טאקע שווער צוצוקוקן די צער פון הערשעלע אבער יעדע רעכטדענקיגער מענטש וועט מודה זיין אז מ'קען טאקע געבן אפאר דאללער צו העלפען , אבער חלילה וחס זיך שפילן מיט די אידישקייט פון די אייגענע קינדער!! עס איז דא א סיבה פארוואס אונז פארגיס מיר טייכן בלוט אויף צו האלטען די שטיבער פון אונזערע תלמידים ציכטיג ריין.

ווער ווייסט וואספארא גיפט הערשעלע האט זיך אלץ אנגעזעהן ביי די מאמע די אלע יאהרן? ווער ווייסט וואספארא אינטערנעט ער האט אלץ געזעהן ר"ל? די אלע מאכלים וואס ער האט געגעסן וואס איז מטמטם די לב –דאס קען מען נישט ארויסרייסן!! אוודאי וועט מען מתפלל זיין אז הערשעלע זאל אויסוואקסען עהרליך און אביערקומען די שוועריקייטן , אבער נישט מיין קינד!! אלץ א טאטע וואס מוטשעט זיך אויפצוציען עהרליכע קינדער קען איך מיך נישט ערלויבן אז מיין קינד זאל ח"ו פארדארבען ווערן דורך הערשעלע.

יעדער ווייסט זייער גוט ווי שווער ס'איז אויפצוציען עהרליכע אידישע קינדער אין די היינטיגע וועלט. יעדע טאטע און מאמע בלוטיגן יעדן טאג אז די קינדער זאלן נישט האבן קיין ראיות אסורות ח"ו , אדער זיך אנזעהן מיט אלע מיאוס'קייטן וואס די וועלט איז פיל מיט ר"ל. מ'זעהט ליידער די אלע רייצענדיגע תאוות , די אלע גשמיות'דיגע גליסטענישן וואס אונז דארף מיר שווער ארבייטן אז אונזערע קינדער זאלן דאס ח"ו נישט נאכגיין. נאך אזוי פיל בלוט און האריוואניע איז פשוט אז איך קען נישט לאזן מיינע קינדער זיין אין איין קלאס מיט הערשעלע און ח"ו נשפע ווערן פון די שעדליכע השפעות וואס ער האט געליטן פון.

איז ווי טאקע זאל הערשעלע גיין אין חדר? אה ,ס'איז געבליבן איין עצה. הערשעלע'ס טאטע קען אים שיקן אין פאבליק סקול , און פון דארט וועט מען אים יא אננעמען אין א היימישע חדר.

נאר ס'וועט זיין פאני אז די טאטע וואס האט דזשאסט געראטעוועט זיין קינד פון קראצמעך ניגונים וועט שיקן זיין קינד אין פאבליק סקול.

אבער ווער איז דען נישט גרייט צו טוהן אלעס אין די וועלט צו באקומען א עהרליכע חינוך? נו, זאל זיין פאני.


וואטס נעקסט? פשוט יעצט ווארט מען פאר די נעקסטע מעשה (SOB STORY). פון ווער עס קען ברענגען א בעסערע מעשה. און דער עולם וועט קומען ווארפען געלט. עס איס געווארן א שיינע פרנסה.

וועגן א ישיבה. קיין איין ישיבה וועט איהם נישט אננעמען ווייל עס פאסט דאך נישט. זיין מאמע איז דאך א *******. אבער אויף צו פאמפען געלט ביים עולם איז דאס זייער א שיין מעשה.

פונט אזוי ווען דער (שווארצער) גר צדק פון בורו פרק איך געדענק נישט יעצט זיין נאמען. דער וואס האט זיך אנגעטוהן ווייסע זאקען ביי זיין חתונה. דארט זענען אלע רבנים און ראש ישיבות געלאפען ווייל עס איז שיין ווען מען נעמט פיקטשערס פון דעם. אבער לאמיר זעהן ווען ער גייט אי"ה האבען קינדער. וויפיל פון די אלע וואס זענען געוועהן דארט וועלען אנמעמען א שווארץ אינגעל אין זייער מוסד? איי ענק האבען דאך דארט געטאנצען? א קשי' אןיף א מעשה.

וועגען די טריפות... מען האט שוין געהערט פון גרים.

אינטערנעט... גארנישט אנדערש. איעדער האט היינט. אויב דו ווילסט וויסען ווער עס האט און אן א פילטער. די סימן איז פשוט. די אלע וואס העצען מוראדיג אנדעגען דעם, זיי האבען. די אלע וואס ליגען אין דעם ראשו ורובו וועגען דעם הארבקייט א.א.וו. זיי האבען אין אן א פילטער... אדרבה טשעק איט אוט.

דער עיקר איז מען דארף/וויל געלט פאר ******** ביטע קומט און גיבטס. געדענק! קיינער טאר נישט פעלען!
מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:03 pm#244624
יענער גר איז שוין געגעט.
מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm#244636
ישמעאל הכהן האט געשריבן:יענער גר איז שוין געגעט.


אבער ווען ער גייט האבען קינדער.
מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 5:42 pm#244703
אז ער וועט האבן קינדער אן זיין חתונה געהאט, זאל מען עס טאקע נישט אננעמען!
זונטאג יאנואר 04, 2015 4:23 pm#245723
איך האב גערעדט מיט איינער וואס איז זייער אקטיוו אין דעעם פרשה איינער וואס איז זייער נאמן ביי מיר ער זאגט מיר אז עס איז אלעס אמת

נישט אויף יעדע זאך וואס מען טוט דארף מען אראפרייסען
מיטוואך יאנואר 07, 2015 7:53 pm#246730
דוק ותשכח האט געשריבן:ווי וואלט געווען ווען הערשעלע איז אייער קינד אדער אייניקל?


@דוק ותשכח
אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו, וממילא קען איך עכט נישט ענטפערן. איך האף אז איך וועל האבן די קאפ אויפן פלאץ צו טון די ריכטיגע זאך, אזוי ווי נארמאלע מענטשן וואס טיילן זיך טוען, און טון דאס וואס איז דאס בעסטע און יושר'דיגסטע פארן קינד אן קיין זייטיגע פניות.

Kool man האט געשריבן:אויף דיין הקדמה, יא, די תורה וואס אונז יודען האבע באקומען פארלאנגט צו העלפען די קינד גיין דארטען ווי ער גייט זיין א יוד, און ב'יז א מצוה פון פדיון שבויים צו ארויסראטעווען פון א פלאץ וואס איז איהם מעביר על הדת, דאס איז עפ"י חוקי התורה, וואס דאס בינדט אונז whether u like it or not.


@Kool man, אפשר צייגסטו אן פונקטליך וואו עס שטייט אין די תורה אז מיר דארפן (האבן א רעכט) צוצונעמען א קינד פון די עלטערן כדי ער זאל אויסוואקסן א [חרדי'שע] איד?

די גאנצע נושא פון אידישקייט קומט נישט אריין אין א קאסטעדי פרשה. די איינציגסטע זאך וואס מוז גענומען ווערן אין באטראכט איז דאס וואוילזיין פונעם קינד. א מאן און ווייב האבן נישט געהאט קיין שלום בית און זיי האבן זיך געמוזט טיילן טראץ דעם וואס עס וועט האבן א השפעה אויפן קינד, מוזן זיי האבן אן אחריות צו מאכן א קאסטעדי אפמאך וואס וועט בענעפיטירן אלע, די מאן, די ווייב און די קינדער. אויב וויל איינער פירן א מערכה מיט די אנדערע און נוצן אידישקייט אלץ די מיטל צו גרייכן זייער ציל זענען זיי א רשע!

דער שמועס דא באציט זיך אבער נישט צו דעם ספעציפישע טאטע און מאמע, ווייל מיר ווייסן דאך נישט וואס די מעשה דארט איז געווען. דער שמועס דא באציט זיך צו די phenomenon, די מציאות אין אונזער געמיינדע. מען קומט מיט גרויסע שרעקעדיגע פלאקאטן און מען וויינט מיט קראקעדיל טרערן איבער א נעבעכ'דיגע אידישע נשמה וואס וועט פארלוירן גיין אויב מיר ליידיגן נישט אויס די טאשן צו באצאלן פאר א פריוואטע קאסטעדי פייט, כאילו איינער גיבט דא א ש*ט איבער פארלוירענע אידישע נשמות.

וויפיל אידישע נשמות שטופן מיר ארויס פון אונזער געמיינדע מדי שנה בשנה מיט כל מיני תירוצים? צו ראטעווען יענע נשמות פעלט נישט קיין געלט, מ'דארף נישט קיין אדוואקאטן, עס פעלט נישט אויס קיין קאמפיינס, ס"ה דארף מען אז איינער זאל זיך קימערן און געבן א שי"ן יו"ד טי"ת! אבער ניין! נאר דא גייט אונז אזוי שטארק אן די מצוה פון פדיון שבויים צו ארויסראטעווען פון א פלאץ וואס איז מעביר על הדת. וכבר אמרו חז"ל, "קאט די קרעפ".
.

 

 
דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 11:54 am#246874
ס'שטייט פיהל מאהל אין שו"ע און רמב"ם, אויך רעדט דער חפץ חיים פיהל וועגען דעהם

אבער אין פלעין יודיש אין א פיסטעטשיו שאלעכץ, אויב וואלט די מאמע, [צו מאכען באקוועמער פאר דיר און מקרב זיין צו דיין שכל, טוה זיך פארשטעלען אז מ'רעדט פון א גאר פרומע מאמע] וואס האט זיך צואמפערט מיט איר מאן זי איז געגאנגען בענאנעס און האלט א גרויסען מעסער און וויל הרג'ענען איר קינד, וואס וואלטסטו דעמאלץ געזאגט? א גאנצע מחנה פאליציי מיט סווואט טיעמס וואלטען ארומגענומען די הויז, און הוגה וואלט געשריגען מיט באנומענע קולות ראטעוועט דאס קינד!! ריכטיג? קיינער וואלט נישט געזאגט: פאוואליע! טעיק איט איזי, לאזט אפ די מאמע - נעבעך - לאמיר הערען וואס גייט דא פאהר, פון וואנען נעמט זיך די פענאמענען זיך אריינצומישען דא, דאס האט דאך מיט א קאסטעדי צוטוהן, ס'יז דא צוויי צדדים...

די חכז"ל זאגען אז גדול המחטיאו יותר מן ההורגו, אויב איז עס א פאל ווי דאס קינד גייט אראפ פון וועג, אדער גייט צוקומען צו זינד, איז עס א פאל ווי מ'דארף דרינגענד א סוואט טיעם איהם צו ראטעווען, פארשטאנת?



רעדאגירט צוליב ספעלינג טעותים
דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 1:24 pm#246888
ארבע תשובות בדבר

1) גדול המחטיאו יותר מן ההרגו מיינט נישט אז עס איז ליטעראלי ערגער ווי הרג'נען. דו פארשטייסט אז מ'טאר נישט מחלל שבת זיין צו ראטעווען דאס קינד פון אן עבירה'לע. מ'קען נשט הרג'נען די מאמע פארן מחטיא זיין איר קינד. דאס איז א שפריכווארט וואס חז"ל האב גענוצט צו מאכן א פוינט און צייגן ווי הארב עס איז מכשיל צו זיין יענעם מיט אן עבירה. אבער דאס מיינט נישט אז א יעדע שמויגער קען עס יעצט נוצן פאר א tool צו בארעכטיגן זייערע רשעות.

2) אפילו אויב גדול המחטיאו יותר מן ההרגו מיינט יא אז וואס מ'טוט צו ראטעווען פון רציחה מעג (מוז) מען טון צו ראטעווען פון זינד. וואס איז די באדייט פון מחטיאו? אפשר מיינט עס מחטיאו בעבודה זרה? אדער אפשר גאר מיינט עס מחטיאו דורכ'ן שטעלן דאס קינד אין א מצב וואס די איינציגסטע וועג ער וועט קענען שפייזן זיין אייגענע קינדער געבענטשטע משפחה אין די צוקונפט איז דורך גניבה ואונאה? דו ביזט זיכער אז דער מאמע גייט אריין אין די גדר פון מחטיאו און די טאטע נישט? פארוואס? ווייל זי וויל אז איר קינד זאל אויסוואקסן א סושי מאכער, אדער ווייל זי לערנט אים אויס קאראטי? איך האב שוין געזעהן קאמפיינס צו ראטעווען קינדער פון עלטערן וואס זענען געווארן מאדערן ארטאדאקס? ווער איז דער וואס איז מחליט וואס מחטיאו באדייט?

3) ביזט אזוי זיכער אז דו ראטעוועסט דאס קינד טאקע? וויפיל קינדער זענען אפגעפארן פון די דרך אלץ א רעזולטאט ווייל מ'האט שלא ביושר זיי אפגעטיילט פון איינער פון זייערע עלטערן. אין מיין אפיניאן האט א קינד וואס וואקסט אויף מיט ביידע עלטערן צוגלייך, טראצדעם וואס איינער איז פרום און די אנדערע נישט, אסאך א בעסערע שאנס צו בלייבן פרום (און נארמאל) ווי א קינד וואס ווערט ווילד אפגעטיילט פון זיין מאמע כדי ער זאל וואוינען ביי זיין פרומע טאטע.

4) אפילו נניח אז דער מהלך וועט האלטן דאס קינד פרום און מיר האבן עס א חיוב צו טון? זייט ווען גייט אונזער קאמיונעטי אן צו ראטעווען קינדער פון מחטיאים? פלוצליג דא וועקט מען זיך אויף? מאלעסטערס טאר מען נישט מסר'ן, גנבים דארף מען ראטעווען, מ'לערנט אויס אונזערע קינדער צו לעבן פאלש, מ'מאכט זיי גלייבן אין די געטשקעס וואס באדן זיך אין מליאנער דאלארן, אבער דא פלוצלינג זארגסטו דיך אז מ'דארף נעבעך ראטעווען דאס קינד פון עבירות? פונקט ביי א פריוואטע משפחה געפעכט מישסטו דיך אריין? פארוואס, ווייל ער גייט זינדיגען אנדערע מיני עבירות ווי דו ביזט געוואוינט? און דו ווילסט מיר זאגן אז ס'נישט דא קיין נגיעות? קאם אן!

אפילו די עסקנים וואס טוען אין די דאזיגע קאמפיינס נוצן נישט דעם תירוץ פון גדול המחטיאו, ווייל דאס איז פשוט נישט ריכטיג. מיר האבן נישט קיין שום חיוב אדער היתר דאס צו טון. זיי טענה'ן אז זיי טוען עס פשוט פארן וואוילזיין פונעם קינד. זיי טענה'ן אז זיי טוען עס ווייל דאס קינד וויל, ווייל עס וועט צומישען דאס קינד, ווייל עס איז דא א קאנטראקט פון די חתונה אז די קינדער וועלן אויפגעצויגן ווערן חסידיש, וכל המשנה ידה על התחתונה. און אפילו דער טענה איז נישט ריכטיג מכמה טעמים מובנים וואס מ'האט שוין אויסגעדראשן כמה פעמים בין כותלי הק"ש.





.
דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 4:30 pm#246919
הוגה,
דו קענסט נישט פארלאנגען פון יעדן אידיש קינד מיט א ווארים הארץ פלוצלינג צו ווערן א גאנצער תלמיד חכם און בעל השקפה, וואס קען אויסרעכענען וואספארא עבירות זענען ערגער. יעדעס אידיש קינד האט אין זיך א חלק אלוה ממעל וואס פלאקערט און מאנט: עס איז דא א אידיש קינד וואס האלט ביים פארלוירן ווערן מחיק היהדות, און מיר מוזן העלפן! איך בין מסכים אז סתם צעטלעך אין די גאסן איז נישט גענוג אויף צו באשטעטיגן די פאקטן, אבער איינמאל די פאקטן זענען קלאר דארף מען פרובירן צו ראטעווען דאס קינד. איי מוסדות ווארפן זיך מיט קינדער? דאס זענען דאך שולדיג די מנהלי המוסדות. ביי דעם הערשעלע קאמפיין האט מען נישט גערעדט צו די בארבארישע מנהלי המוסדות, נאר צו מיך און דו, און צו יעדן איד וואס וויל העלפן ראטעווען דעם קינד, און פונקט ווי דו וואלטסט אין דיין מוסד אריינגענומען יעדעס קינד וואס וויל אן ערליכן חינוך (אזוי גלייב איך), ווילסטו זיכער העלפן אז דאס קינד זאל אויסוואקסן ערליך און נישט ח"ו פארפאלן ווערן אין א גוי'איש לעבן.
דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:34 pm#246941
טאקע, ווייל מיר ווייסן נישט די מעשה דא און מיר ווייסן נישט אויב עס איז א ריכטיגע צוועק אדער א מאניפולירטע צוועק מיט פריוואטע נגיעות, צייגן מיר אן אז די זעלבע וואס פירן די קאמפיינען (לאו דווקא יעצט נאר בכלליות), זיי גייט גאנץ ווייניג אהן אידישקייט. זיי נוצן עס נאר דא צו גרייכן פריוואטע נצחונות.

איך וויל זייער ראטעווען אידישע קינדער, אבער עס איז דא א גרויסע טשאנס אז מיר ראטעווען זיי נישט נאר מיר באראבעווען זיי פון זייער אייגענע גוטע געזונטע עלטערן.


.