Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » אויסשליסליכע אינטערוויו מיט ארויסגעבער פון "קינדליין"

אויסשליסליכע אינטערוויו מיט ארויסגעבער פון "קינדליין"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
32 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 232 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7756
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 1:32 am#241151
אויסשליסליכע אינטערוויו מיט ארויסגעבער פון "קינדליין"
דער עולם איז אויף מיט די נייעס איבער א נייע אויסגאבע ספעציעל פאר קינדער מיט'ן נאמען "קינדליין". וואס איז דאס די נייע אויסגאבע? וואס איז די ציל? וואס קענען מיר ערווארטן צו טרעפן דערין? און וואס איז דער פלאן אויף דעם עתיד? אויף צו ענטפערן אויף די פראגעס האב איך אפגעהאלטן אן אינטערוויו ספעציעל פאר קאווע שטיבל מיט איינער פון די ארויסגעבער.


וואס איז דאס "קינדליין"?
קינדליין איז וועכטנליכע אויסגאבע פאר היימישע אידיש-רעדענדע קינדער, אנצופולן זייער אייגענע צייט, מיט ערליכע אויסגעהאלטענע ידיעות און רייכע קאלומען.


ווער שטייט אונטער "קינדליין"?
א גרופע מלמדים און מחנכים וועלכע האבן זיך צוזאמען גענומען מיט די ציהל צו צושטעלן ערליכע כשר'ע לייען מאטריאל פאר אונזערע קינדער.


איז דאס אויך אינטרעסאנט פאר מיידלעך?
זיכער אז יא, אלע ארטיקלעך זענען צוגעשטעלט אז עס זאל זיין גלייך פאר אלע אייערע קינדער אין שטוב.


פאר וועלכע יארגאנג איז די קינדליין געאייגענט?
פאר די יארגאנג פון 5 ביז 14 (אויך זייער אינטרעסאנט פאר ערוואקסענע, נאר בצנעה...)


פארוואס האט איר באשלאסן דאס צו ארויסגעבן?
ווייל פאר אונזערע היימישע אידיש-רעדענע קינדער איז נישט דא קיין ריכטיגע לייען מאטריאל "בלויז פאר זיי", אין ענגליש און העברעאיש איז דא א געוואלד מיט לייען מאטריאל, אבער אונזערע קינדער האבן נישט זוכה געווען דערצו ביזן היינטיגע טאג, און עס האט געהערט א גרויסע חלל, ווען עלטערן רעדן זיך שוין אפ א לאנגע צייט אז די קינדער האבן נישט וואס צו טון אין זייערע ליידיגע צייט.


גראדע איז יא דא קינדער אפטיילונגען אין די היימישע צייטונגען/מאגאזינען...
יא, עס איז טאקע דא שיינע אפטיילונגען פאר קינדער, אבער דארט איז דער קינדער אפטיילונג דער טפל, און דא אין קינדליין איז עס די עיקר, און טאקע דערפאר קען זיך די קינדליין ערלויבן צו צושטעלן אסאך מער חומר פאר די קינדער ווי א "קינדער אפטיילונג".


פארוואס טאקע איז ביז היינט נישט ארויסגעקומען ביים היימישן עולם א "קינדער אויסגאבע"?
די סיבה איז פשוט, כשם שאין פרצופיהן שווים כך אין דעותיהן שוות, און דעריבער איז זייער שווער געוועהן צו ארויס קומען מיט אן אויסגאבע וואס זאל זיין אנגענומען ביי "אלע קרייזן", און דערפאר האט מען אויסגעשטעלט אז די סטעף פון שרייבער אין קינדליין זאל זיין מלמדים און מחנכים פון אלע קרייזן, און יעדע מלמד באזונדער קוקט איבער די אינהאלט צו זיכער מאכן אז עס זאל זיין לרוחו ולטעמו פון זיין קרייז, און אזוי ב"ה באווייזט מען ארויס צו קומען מיט אזא שיינעם אויסגאבע ווי יעדער זאל זיך פילן רואיג מיטן אריינברענגען די אויסגאבע ביי זיך אין שטוב, ממש שווה לכל נפש און קרייז.


וואס זענען די חידושים אין "קינדליין" וואס איז נישטא אין אנדערע קינדער אויסגאבעס\אפטיילונגען?
אסאך חידושים, איינע פון די הויפט חידושים איז "קאָמיקס", קינדער גלייכן שטארק צו ליינען קאמיקס ביכער, און קינדליין ענטהאלט אין זיך 8 עמודים קאמיקס, די ערשטער קאמיקס איז פון דער בארימטער היימישער מעהלער גדי פאללאק, די צווייטער איז א פארזעצונג מעשה פון 3 עמודים פון יעקב מאירזון, און נאך א פארזעצונג פון 3 עמודים דורך מרת בת שבע הבלין. אלע דריי זענען טאפ-קוואלעטי מעהלער, און די חידוש על גביהם איז אז די קאמיקס איז נישט איבערגעטייטשט פון אנדערע שפראכן צו אידיש, נאר דאס איז לכתחילה געמאהלן געווארן און געשריבן געווארן פאר קינדליין.

ווי אויך זענען דא נאך גאר שיינע חידושים, ווי א הערליכע מידות-קאנטעסט קאלום, ווי קינדער קענען לערנען אויף גאר א זיסע שפראך איבער מידות טובות און געוואונען מתנות,

על גביהם זענען דא הערליכע היסטארישע קאלומען, גאר אייגענארטיגע ידיעות קאלומען וועלכע וועט באגייסטערען און רייך מאכן אייערע קינדער'ס ידיעות אויף גאר א ברייטער פארנעם בס"ד.


וויפיל זייטן איז די ביכל?
דערווייל 32 עמודים.


וואס מיינט איר מיט "דערווייל"?
אז עס וועט מצליח זיין, ויקפצו עליה זיבני, וועלן מיר אי"ה ארויף גיין מיט די עמודים, רעיונות זענען דא א געוואלד, מען דארף עס נאר האבן פון ווי צו דעקן.


אז איר רעדט פון "דעקן", איך האב געליינט די אויסגאבע, און מען זעט אז עס ליגט דערין גאר אסאך ארבעט און לדעתי קאסט דאס אפ א ים מיט געלט, איר האלט אז איר וועט קענען אנגיין?
עתידות ווייסט נאר איין באשעפער, אבער לויט די גאר שטארקע פארלאנג, און לויט די אנווייזונגען פון ביזנעס לייט וואס טוען אין דעם תחום, דארף זיך דאס דעקן בס"ד פון די קלייענטעל, און טאקע דערפאר האבן מיר בלויז אנגעהויבן מיט 32 זייטן, און אויב מיר וועלן זעהן אז עס דעקט זיך און עס איז דא פלאץ צו גיין העכער, וועלן מיר בס"ד ארויף גיין, מעלין בקודש.


איך דאנק אייך זייער פאר אייער צייט, און מיין וואונטש איז אז איר זאל שטארק מצליח זיין, ויקפצו עליה זביני, אז איר זאלט מעלה זיין בקודש.
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 1:51 am#241155
זייער שיין. ישר כח כוכב.
כ'האב שוין גראדע באוויזן איינצוהאנדלען דעם קינדליין יעצט ביינאכט אין גראסערי. נאר נאך נישט געהאט קיין געלעגנהייט דורכצוקוקן. כ'בין געווען אביסל אנטוישט אז ס'איז אזוי דין, אבער כ'בין באאיינדרוקט פון דעם ארויסגעבער'ס אפענקייט. מ'וועט שטיצן, וועט זיין...

עניוועי, כ'קען נאר שאצן אויף די געדאנקען פון די אינטערוויו. ווייל כ'האב דאך נאך נישט דורכגעקוקט די אויסגאבע אליינס.

קאמיקס - ✔ (געוואלדיגע איידיע)
ספעציעל געמאכט אין אידיש נישט איבערגעטייטש - ✔ (אסאך מאל נעמט די איבערטייטשן אוועק פון דעם טעם)
מחנכים פון אלע קרייזן - ? (כ'האב מורא אז יעדער וועט האבן אנדערע פראבלעמען און ס'וועט נישט בלייבן וואס צו שרייבן...)
ידיעות - ✔
היסטאריע - ✔
מידות - ? (כ'בין נישט זיכער ס'פעלט אויס. דאס באקומט מען שוין אין חדר)
גרעפיקס פון דעקל - ✔

כ'קען נאר ווינטשן אסאך אסאך הצלחה, און איר קענט זיך רעכענען פאר מיר ווי א קאסטומער.
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 9:22 am#241171
איך כאפ נישט געהעריג די אויפטוה אז די קאמיקס זענען נישט איבערגעטייטשט פון עברית. דאס איז מסתמא זייער טייער. פאר דעי געלט קען מען ווען ניצן איבערגעטייטשטע קאמיקס און אנדערש צולייגן נאך אפאר פעיזשעס יעדע וואך
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 10:29 am#241177
שיינע אינטערוויו. קוקט אויס ווי א פיינער פלאן, כ'האף נאר אז גענוג מענטשן וועלן זיך ערלויבן צו צאלן $5 יעדע וואך פאר בלויז 32 זייטן.
די כוונה פון די אריגינעלע קאמיקס איז מסתמא אז עס איז אינגאנצן צוגעשטעלט פאר די חסידישע סענסיטיוויטעטן פון 2015 אין ניו-יארק, אן קיין צורך צו צענזורירן און פארדרייען.
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 10:45 am#241180
אדער קען זיין אז ער קוקט ווייטער ארויסצוקומען אין ענגליש/עברית וואס דעמאלטס מיז ער האבן ארגינעלע קאמיקס.
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 10:59 am#241182
ATUB @כוכב ATUB , וואס פארדינט ער פון דיך געבן עקסקלוסיוויטי?
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 1:16 pm#241184
פינף דאלער א וואך, איך געם אים נישט גרויסע האפענונגען צירקולאציע ווייז.
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 2:56 pm#241220
חד גדיא האט געשריבן:מידות - ? (כ'בין נישט זיכער ס'פעלט אויס. דאס באקומט מען שוין אין חדר)

עהעמממם........ כ'לייען גוט??
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 11:54 pm#241338
אינטערעסאנטער ווידעא-קליפ פון די 'קינדליין' ארויסגעבער.
m https://copy.com/fH6poIRYg0xpOr6S m
מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 12:11 am#241339
אויב מאך איך נישט קיין טעות איז די ריכטיגע אויסלייג פון דאס ווארט read אין אידיש כזה: "לייען", נישט "ליין". איז דא א טעות אינעם אויסלייג פון דעם עצם נאמען פון די מאגאזין?

ATUB @כוכב ATUB
מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 12:34 am#241345
ראובן האט געשריבן:
אינטערעסאנטער אויסוואל פאר א נאמען. מסתמא דארף דאס מרמז צו זיין "לייען"-מאטעריאל פאר "קינד"ער. אין דייטש מיינט "קינדליין" א קליין קינד.
מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 1:37 am#241355
היינט געקויפט לכבוד די אינטערוויא. מיין טאכטער זאגט ס'איז אינטערסאנט. כ'האב עס נאך נישט אליין אויסגעטשעקט
מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:51 am#241376
כוכב האט געשריבן:אינטערעסאנטער ווידעא-קליפ פון די 'קינדליין' ארויסגעבער.
https://copy.com/fH6poIRYg0xpOr6S

זייער שיין.

ביי 3:25 שטייט ארט ענד קערפטס אנשטאטס ארט ענד קרעפטס. אפשר ווילן זיי עס פארעכטן.
מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 11:49 am#241411
ראשעקאל האט געשריבן:איך כאפ נישט געהעריג די אויפטוה אז די קאמיקס זענען נישט איבערגעטייטשט פון עברית. דאס איז מסתמא זייער טייער. פאר דעי געלט קען מען ווען ניצן איבערגעטייטשטע קאמיקס און אנדערש צולייגן נאך אפאר פעיזשעס יעדע וואך

אקעי. איך כאפ שוין די זאך. די קאמיקס "פיקטשער" זענען אלעס געמאלן לויט די חסידישע קאלטשער וכו'. דאס איז טאקע א חידוש!!
מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 1:41 pm#241448
איך ווער נתפעל פון די קריעיטיוויטי פון דעם נאמען.
מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 1:43 pm#241449
יאיר, זיי מסביר.
מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 2:29 pm#241463
מיין ווייב האט דאס געקויפט פאר די קינדער לכבוד חנוכה.

מיינע קינדער האבן זיך צוכאפט דערצו ווי צו הייסע לאטקעס...
מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 4:47 pm#241529
כ'האב דורכגעקוקט דעם "קינדליין", און מיין פסק: 4/5 שטערנס.

די ארויסגעבער האבן באמת געמאכט א וואונדערליכער ארבעט, און צוזאמענגעשטעלט א רייע הערליכע קאלומען וואס זענען שטארק ציענד פאר קינדער. עס שפירט טאקע נישט גוט אויסצוגעבן 5 דאלאר אויף בלויז 32 זייטן, אבער איינמאל מ'מישט דורך די זייטן וואונדערט מען זיך צי עס איז מעגליך צוצושטעלן אן אויסגאבע פון אזא קאליבער יעדע וואך. "קינדליין" איז גאר רייך צוזאמענגעשטעלט, און עס דערקענט זיך די גרויסע כוחות און געלט וואס איז אריינגעלייגט געווארן.

פיר שטערנס אנשטאט פינף וויבאלד עס האט נאכנישט דערגרייכט שלימות. עס פעלט אויס כאטש איין קאלום וואס איז געפינטלט פאר קלענערע קינדער, די גראמאטיק איז נישט אינגאנצן אויסגעהאלטן (פארוואס "אליווען" אנשטאט "איילבירטן" אין דעם ארטיקל אויף זיתים?), און בכלליות איז דער תוכן אביסל צו פלאטשיג פאר מיין געשמאק. כ'וואלט הנאה געהאט ווען עס איז דא אביסל מער וועלטליכע ידיעות (נייעס, וויסנשאפט וכו'), און אביסל ווייניגער פון דעם חומר וואס מ'לערנט סיי ווי אין חדר (מדרשים, אמונה וכו').
מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 6:11 pm#241552
ראובן האט געשריבן:כ'האב דורכגעקוקט דעם "קינדליין", און מיין פסק: 4/5 שטערנס.



פיר שטערנס אנשטאט פינף וויבאלד עס האט נאכנישט דערגרייכט שלימות.

.
מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 8:58 pm#241593
פארוואס זייפן בלאז? די ענגלישע קינדער אויסגאבעס ווי עמי'ס עים און משפחה'ס דזשוניער האבן אויך כסדר אינטערוויוס מיט קאמפעניס. ס'איז זייער אינטערסאנט פאר קינדער (און עדאלטס!)
מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:03 pm#241594
מ'דארף ליינען ריוויוס פון קינדער. ווער זענען גרויסע טאטעס צו קריטיק'ן עפעס וואס איז געמאכט פאר די קליינע?
דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 6:35 pm#242762
כ'האב דורכגעלייענט די צווייטע אויסגאבע, און כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה. הגה דארף נאך א פארבעסערונג (די קאמיקס וועגן דון "יהודה" אברבנאל איז אבער יא פארראכטן געווארן צו דון יצחק), און כ'זע נישט אז ר' אפרים שטיינ'ס אינטערוויו זאל זיין אזוי אינטערעסאנט אזש צו פיגורירן ווי די הויפט געשיכטע. אבער אפשר קענען קינדער זיך אפלערנען אז א) וואוינענדיג אין בענסאנהוירסט האבן הרב שטיינ'ס עלטערן נישט געהאט קיין פראבלעם צו שיקן זייער קינד אין א מוסד וואו מ'האט נאר גערעדט ענגליש; ב) גיט נאר א קוק וויפיל איין קינד וואס האט פערצופאל געקענט ענגליש האט געקענט אויפטון. שטעלטס אייך פאר וויפיל מ'וואלט געקענט אויפטון אויב נאך הונדערט סאטמארער קינדער זאלן קענען ענגליש, אדער אויב אלע סאטמארער קינדער זאלן גאר קענען די שפת המדינה.
מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 5:18 pm#244106
/
מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 5:55 pm#244116
אינטערעסאנט צו וויסן ווער אדוועטייזט אין קינדליין. לכאורה איז עס נאר באגרעניצט צו פרדוקטן וואס האבן צו טוען מיט קינדער. אויך דארף מען מזל אז די קינד זאל מוטשענן די טאטע פאר דעם, דאס וועט אבער לכאורה נישט זיין א פראבלעם..
מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 6:10 pm#244122
פאר פינעף דאללער קען איך קויפען א איד און א בלאט אין די גאנצע משפחה נישט נאר די קינדער וועלן הנאה האבן
איינער וואס קויפט די קינדליין זענען די וואס שטיצען די מיקר השער
דינסטאג אקטאבער 03, 2017 8:08 pm#386217
כ'האב יעצט געענדיגט דורכליינען די סוכות קינדליין. די ביילאגע איז אהערליכע ארבייט. די איידיע פון אריבערפארן צו א פלאץ איז זייער אינטערסאנט, און נאך דערצו מיט קינדליין עקטאר'ס איז ציקער זיס. די גאנצע ארטיקעל איז זייער באלערענד.
די הויפט קינדליין ביכל איז א דיזעסטער. ממש נישט דא וואס צו ליינען. די פאר ארטיקלען וואס איז יא דא איז באצאלטע אדווערטייזמענטס פון ביזנעסעס. זייער נישט שיין.
דינסטאג אקטאבער 03, 2017 8:56 pm#386219
גם אני מצטרף אלעס אלעס איז הערליך אויסער די פיטשור ארטיקלען, אדאפט עי כולל איז א צדקה ארגעניזאציע און די סוכה זאך איז א קאמפעני. א גאנצע בוק פאר קינדער און אלעס איז עבאוט פי אר און מענטשן זאלן מאכן געלט און פארדינען, כוואלט אים מוחל געווען שלום לעמער אבער דאס איז טריביון\מאמענט טעריטאריע נישט קינדליין.
עניוועיס זשאסט קיפ אפ דע גוד ווארק..........
מיטוואך אקטאבער 04, 2017 9:22 am#386242
חצוצרות האט געשריבן:, אדאפט עי כולל איז א צדקה ארגעניזאציע און די סוכה זאך איז א קאמפעני.

אסאך מער פון די צוויי. אלע ארטיקלען (חוץ די קאלעמס) זענען אדווערטייזמענטס!!

און ווי אזוי ווייסט מען וואס איז א אדווערטייזמענט? כ'בין דאך נישט אין קינדליין אפיס צו זעהן ווער ס'באצאלט. די תירוץ איז זייער פשוט, ס'דא א פשוט'ע כלל, אויב פאר יענעם איז א גרעסערע געווינס אז ער איז באשריבן ווי ס'איז פאר די ליינערס צו ליינען וועגן אים איז עס זיכער א אדווערטייזמענט.

דא איז אלע ארטיקלען:
גראפאלאג אהרן דירנפעלד וואס ספענדט אסאך געלט אויף מארקעטינג אז מ'זאל זעהן זיין נאמען איבעראל - אריינגערעכנט אסאך באצאלטע אינטערוויוס אויף קול מבשר

אדאפט א כולל ארגעניזאציע

מתמידים "מתמידי טאלאנט" - חוץ די אינטערוויו איז דא א פול פעידזש אדווערטייזמענט

שלום לעמער און א ריוויא אויף זיין נייע סידי

אינטערוויו מיט עירפאוער שלאק, מיט א פול פעידזש אדווערטייזמענט


דאס זענען אלע ארטיקלען אין די הויפט קינדליין אויסגאבע!!
מאנטאג אקטאבער 09, 2017 11:03 pm#386371
лпم iοوԴ האט געשריבן:כ'האב יעצט געענדיגט דורכליינען די סוכות קינדליין. די ביילאגע איז אהערליכע ארבייט. די איידיע פון אריבערפארן צו א פלאץ איז זייער אינטערסאנט, און נאך דערצו מיט קינדליין עקטאר'ס איז ציקער זיס. די גאנצע ארטיקעל איז זייער באלערענד.
די הויפט קינדליין ביכל איז א דיזעסטער. ממש נישט דא וואס צו ליינען. די פאר ארטיקלען וואס איז יא דא איז באצאלטע אדווערטייזמענטס פון ביזנעסעס. זייער נישט שיין.

מיינע קינדער האבן גראדע הנאה געהאט פונעם קינדליין דעם יו"ט, ס'האט געדינט איר ציל און זיי געהאלטן שטיל פאר א וויילע. און פאר מיר איז אינטערסאנט געווען די אדאפט א כולל ארטיקל, כ'האלט אז די איידע איז געוואלדיג און ס'איז זייער גוט אויפגעארבעט, ס'קומט זיך אסאך קרעדיט פאר די גרינדער דערפון, מילא איז מיר געווען אינטערסאנט צו ליינען איבער זיי.
איבער אלעם דארפסטו פארשטיין אז אויב ארבעטן זיי אויף קנאקעדיגע יו"ט ביילאגעס איז שווער צו פאקוסן אז די הויפט אויסגאבע זאל אויך זיין מער ווי יעדע וואך
דינסטאג יולי 10, 2018 1:41 pm#408431
לעצטענס געווען באשריבן איבער דעם עסקן וואס דרייט איבער ביי גרויסע מצבים, רובאשקין וכו'. וואס איז זיין נאמען נאכאמאל?
דינסטאג יולי 10, 2018 2:12 pm#408433
Re: אויסשליסליכע אינטערוויו מיט ארויסגעבער פון "קינדליין"
מאיר מרדכי בערקוויטש
דינסטאג יולי 10, 2018 8:03 pm#408454
אויב איינער ווייסט זיין נאמבער ביטע שיקן אין אישי. יישר כח!