א חידה.. קוקט אויס אזוי גענומען א דרוש פון ליקוטי מוהר"ן און געשריבען בדרך שיר מזאל נישט פארשטיין אפילו די קשר פון די ווערטער אין די תורה. מאכט אסאך נוץ פון ווערטער וואס האבען די זעלבער סארט סאונד (phonetic poetry), אפילו אויף אנדערע שפראכן. דאס איז בעסער געאייגענט פאר א ליד צו רעדן ווי צו ליינען, ווייל עס האקט זיך עפעס אזוי און ליינט זיך נישט פליסיג, און אויך איז עס תלוי אין די הברה פון די ווערטער, ואס איז נישט אייניג ווען מ'ליינט. אויב קען דאס איינער גוט פערפארמען קען עס האבען פיל מער טעם.
אמרתי בקינה אשיר,
קינה כי תשור?
כינה כי תשיר?
אמרתי חסד חינם,
ותהי הכינם.
ער הייבט אן מיט געוויסע הפכים, ער וויל זינגען א קינה, מזמור לאסף קינה מיבעי ליה, דאס פרעגט ער קינה כי תשור (מלשון שורה, איז דאס גלייך? וועט דער שיר גלייך זיין? אדער מלשון אשורנו זעהן כפישעלע?, עכ"פ זה הכוונה), נו כינה גראמט מיט קינה (מיט א דגש, אבער שפעטער טאנצט עס צו כינה דווקא מיט א כף רפה עס זאל שטימען מיט חינם, נישט געשמאק), קען דען א כינה זינגען? א כינה איז א ביטוי פאר גאר א קליינע און נישט וויכטיגער באשעפעניש, מקרני ראמים עד ביצי כינים.
די זעלבער ניגוד איז ער האט געמיינט חסד חינם איז גוט, דערוויל בחנם קריגט מען כינים. דער סתירה פון חסד איז ממשיך אין די נעקסטער שטיקל.
אמרתי בחסד יבנה עולם,
חסד הוא ונכרתו לעיני בני עמם,
לכן כל הורג קין,
על אבן אחת שבעה עיניים.
אמרתי עולם חסד יבנה, דערווייל האט אבער חסד א צווייטער מובן, כמו שכתוב ואיש אשר יקח את אחותו וכו' חסד הוא ונכרתו וגו', ודרש ע"ז הבעש"ט כידוע, לעיני בני עמם כי החסד שעושים עם בני עמם יכול להיות ערווה. לכן כל הורג קין, כמו שדרשו רז"ל על עולם חסד יבנה שקין נשא אחותו, ולא נהרג משום זה, על אבן אחת??
לא בכסף תגאלו,
כי בזהב תגעלו,
מדה ומדה, איפה ואיפה,
אפוא הערשלע, אפוא יוסלה.
מכאן ממשיך שיש חסד שאינו ראוי בעיני הפייטן, איר מיינט מיט געבן געלט פאר צדקה וועט איר נגאל ווערן, ניין נאר איר ווערט נגעל ווערן (נאך א פאנעטישע גראם), ההמשך מרמז בבירור לנושא שכתבו כבר, וכל מדה ישנה לטוב וישנה לרע.
מה פרצת פרץ,
את לכל חפץ,
את ה' אלוקיך תירא,
לרבות בעלי קומה.
למה לך לעורר על פירצות, וכדברי פישעלע
אינגעלע, מה שמך,
F**k you, כאשר לא נגענוך,
הסר כל עקוד ותלוי,
תשאיר אלו אשר לחיים נכתבו.
מפרעגט דער אינגעלע (הערשעלע) ווי הייסט דו, ער ענטפערט מיט חוצפה ווער האט דיר געפרעגט. ריר נישט וד"ל. לאז אפ די פארבינדענע און תלוים בחסדי אחרים. (עקוד וטלוא=תלוי, וממשיך בקשר זה בכל ההמשך. ווען ער פרעגט מיר ענדיג איך כאטש צו מיין פייערל וועט טלוען ביז משיח וועט קומען)
מה יבין אנוש,
נסתרה דרכיו,
במה לכמוש,
נפל במהמוריו.
כאן ממשיך אז פון די בנין העולם, אמרתי עולם חסד יבנה, פאלט מען צו פארשידענע חורבנות ווייל מען פארשטייט נישט, בויט מען א במה לכמוש, אז יבנה שלמה, ביקש לבנות ולא בנה.
תל עולם לא תבנה עוד,
Tale העולם נשמתה בה עוד,
Tail העולם לא תקפ"ץ עוד.
תל-תל-תל. קווצותיו תלתלים. קלינג דיין חבר תלי אויפ'ן טעלעפאן and tell him.
די תלייה וואס תולה ארץ על בלימה די בנין העולם דארף דער יסוד צו הענגען דערויף (נישט אויפהענגען די טעלאפן), איז געווארען א תל א חורבן, די מעשה פון די וועלט עוד בו נשמתו יחכה לו לשוב בתשובה, די וועלט האט אבער א זנב אן ענדע לא תקום פעמיים צרה. די חורבן האט א גבול.
כי אם אני אינננו אני,
כי אם שבר בת עמי,
אין אני והוא דרין בדיר,
לא אבנה מחורבנה של צור.
הייבט אן מיט דער ווארט הידוע אויב איך בין נישט איך, דהיינו יעדער דארף זיין זיך נישט תלוי בחסדי אחרים, און דאס איז די בראך אז אני והוא דארפן צוזאמן. (ויש בזה עוד רמז וד"ל).
בני שכורת יפרצו דרך,
למנות להם מלך,
בני נדה תחבק,
להכרית זרעו של עמלק,
קודש יהיו בני תמורה,
לבנות להם בית הבחירה.
שפילט ווייטער אויף 'מידות', בני תשע מידות, און איז מרמז אז דווקא די נדחים וועלן זיך אויפשטעלן און מאכען די גאלה. שהוא שלש מצוות שנצטוו ישראל בכניסתם לארץ למנות להם מלך להכרית זרעו של עמלק ולבנות בית הבחירה.
עמי תלויים ובלויים,
ונבנתה העיר על תילה,
עלו לציון מושיעים,
מושב איוה לו י-ה.
דווקא אלע אידען פארמישט, הענגן אויפן באשעפער נישט אויף אנדערע וועלן זיך בויען על תילה. וכו' בב"א (ר"ת בלא בלא בלא, בעיני דער קלישעי פון אלע קלישעיס, דאס קען יעדער שבע ברכות דרשן ענדיגן אזוי..)