Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » ניגוני שבת קודש

ניגוני שבת קודש

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 35 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #782
דאנערשטאג יוני 07, 2012 12:00 am#16531
ניגוני שבת קודש
י-ה אכסוף אין ישיבת הר עציון אר"י


י-ה אכסוף = לחיים -אהרן הלוי (שרעקליך ווארעם!)


איינער קאממענט דארט: This song is so holy that it gave me goosebumps the first few times I heard it at Shabbos tables. Thank you for posting it. I shared it around facebook :).
דאנערשטאג יוני 07, 2012 12:05 am#16532
חיליק פראנק שפילט די ברסלב'ע אשית חיל


קארלבאך - אשת חיל
דאנערשטאג יוני 07, 2012 10:26 am#16569
רחם בחסדיך - מישקאלץ אדמו"ר. אגב פון וואו שטאמט דער ניגון ?
דאנערשטאג יוני 07, 2012 10:36 am#16571
כל מקדש - קארלבאך
דאנערשטאג יוני 07, 2012 10:46 am#16572
אשת חיל - אסאך האבן זייער ליב דעם ניגון. ניגון איז פון בן ציון שנקר
דאנערשטאג יוני 07, 2012 10:59 am#16576
אזמר בשבחין - ברסלב
דאנערשטאג יוני 07, 2012 11:11 am#16578
א-ל אדון - חיליק פראנק ועוד. שיין לעבעדיג און הארציג.
דאנערשטאג יוני 07, 2012 12:24 pm#16587
זר זהב האט געשריבן:רחם בחסדיך - מישקאלץ אדמו"ר. אגב פון וואו שטאמט דער ניגון ?

אויב געדעינק איך גוט איז עס א ויזניצע ניגון
דאנערשטאג יוני 07, 2012 4:34 pm#16676
א דאנק
פרייטאג יוני 08, 2012 2:20 pm#16880
דינסטאג יולי 10, 2012 1:30 am#22891
פארוואס זאגן אזויפיל אידן ביים זמר ברוך קל עליון "ואם יצא אדם חובת היום" מיט א צירי? ס'נערווירט. מיט א קמץ טייטש עס מער ריכטיג דעם ווארט.

און וויפיל דא ווייסן דעם טייטש פון "על ידי כהניו מגר מתקוממיו"?
דינסטאג יולי 10, 2012 1:37 am#22896
בואו בשלום פון שלמה'לע
ווארעם איז ניטאמאל א הגדרה פאר דעם געזינגעכץ

דינסטאג יולי 10, 2012 1:41 am#22898
יא געזען אמאל דאס קליפ. איך האב געמיינט אז דעפרעסטע סטיל קומזיצן האט זיך אנגעהויבן ווען איך בין געווארן 18... סגעווען אמאל די זעלבע וועלט, אין כל חדש תחת השמש. ווער איז דער היימישער ביים סוף?
זונטאג יולי 22, 2012 4:14 pm#26980
ער זעהט נישט אויס ווי א היימישע, קוק ביי 2:06 וועסטו זעהן זיין גאנצע געשטעל, דאס איז נישט היימיש ב.פ. וויליאמסבורג וכדומ'
זונטאג יולי 22, 2012 4:27 pm#26988
זר זהב האט געשריבן:פארוואס זאגן אזויפיל אידן ביים זמר ברוך קל עליון "ואם יצא אדם חובת היום" מיט א צירי? ס'נערווירט. מיט א קמץ טייטש עס מער ריכטיג דעם ווארט.

און וויפיל דא ווייסן דעם טייטש פון "על ידי כהניו מגר מתקוממיו"?


אינטערעסאנט, יעדע וואך האב איך אינזין נאר די פשט פון די דאזיגע ווערטער. קען זיין ווייל ס'איז אזוי פרעמד און כ'האב עס אמאל נאכגעקוקט. מגר איז מלשון ותמגר. ס'רעדט פון די חשמונים וועלכע האבן מורד געווען אין די יונים.
זונטאג יולי 22, 2012 4:38 pm#26992
גוט געזאגט. דער מ"ם פון מגר איז א חלק פונעם ווארט נישט א שימוש.
זונטאג יולי 22, 2012 4:44 pm#26997
זר זהב האט געשריבן:יא געזען אמאל דאס קליפ. איך האב געמיינט אז דעפרעסטע סטיל קומזיצן האט זיך אנגעהויבן ווען איך בין געווארן 18... סגעווען אמאל די זעלבע וועלט, אין כל חדש תחת השמש. ווער איז דער היימישער ביים סוף?


מיין הארץ שטורעמט און דו ריפסט עס דיפרעסט? ס'איז געפיל ארויסגערענגט דורך די שפראך פון נגינה, ס'איז אן ערהאבן אויסדריק פון אחדות און ברודערשאפט און געמיינזאמע השתוקקות וגעגועים. דאס איז א בילד פון א גרופע פאראייניגט אין איין זעהל און טרינקן פון א ברינעם צו שטילן די פאראייניגטע דארשט. די סאמע עסענץ פון חיות זעהט מען דא.
זונטאג יולי 22, 2012 4:47 pm#27003
איך פארשטיי וואס דו זאגסט, איך אבער לייג עס אראפ לויט וויאזוי איך בין דורך מיינע בחורישע יארן וויזע ווי קומזיצן.
פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:40 am#50641
שלום עליכם חב"ד
פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:48 am#50647
ויהיו רחמיך מתגוללים - אלי ביער
פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:56 am#50651
ענדליך! כ'בין שוין לאנג בארד געווארן פונעעם צור משלו ניגון, ס'טאקע שיין ווארעם אבער כ'דארף א טשעינדזש. ענדליך געטראפן עפעס דיפרענט...
גיימיר עס זינגען. איינער איז "אין"?
פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:00 pm#50652
ס'זינג זיך ספעציעל גוט נאכן עסן חריף און חמס
מאנטאג יולי 08, 2013 10:41 pm#131645
זייער א הארציגער שיינע ניגון בני היכלא (ווארקע/אמשינאוו) געזונגען דורך ברוך וויזעל, אהרן הלוי'ס ברודער

דינסטאג יולי 09, 2013 12:40 am#131704
דא איז דער ליובאוויטש'ער בני היכלא, י"א אז דער בעל התניא האט עס מחבר געווען וי"א ר' הלל פאריטש'ער.

לטעמי איז עס א חידוש פון א ניגון, עס איז נאר א שאד אז כ'טרעף נישט יעצט ווי איינער זינגט עס ריכטיג, מיט די ווערטער און די קנייטשן.
פרייטאג מאי 23, 2014 6:34 pm#202110