Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » האט בן גוריון געוואוינט אין וויליאמסבורג?

האט בן גוריון געוואוינט אין וויליאמסבורג?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
8 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 33 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7927
פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 7:54 am#241972
הדד בן בדד האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:ר' הדד:

קיינער זאגט נישט אז ס'איז אן אויפדעקונג. די ביכל איז שוין געדריקט געווארן עלף יאר צוריק און די בילד איז געכאפט געווארן כמעט הונדרעט יאר צוריק. קריינא האט גענומען די מי עס אפצושרייבן בין כותלי השטיבל וויסענדיג אז פאר אסאך ליינער, ואני בתוכם, איז עס יא ניי. איך האב נייעס פאר דיר, קיינעם אינטערעסירט נישט וויפול יאר די ווייסט שוין דערפון. אויב האסטי עפעס אינפארמאטיוו מיצוטיילן מיט אונז, דאן שרייב עס אפ, סתם צו אוועקמאכן וואס א צווייטער שרייבט איז נישט איטערעסאנט.


איים סארי ר' דריידל, איך האב נישט געוויסט דו האסט היינט געהאט א שווערן טאג...

מען האט אים היינט נאכאנאנד געדרייט א קאפ, ס'איז די סעזאן. ;)
פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:01 pm#241984
איך אויך האט געשריבן:געב עס איבער פאר יענע נקיבה וואס מאכט טורס אין ווילי.

אגב ,א שאד עס איז נאכנישט געווען אין יענע יארן שומרים אין ווילי ,זאא וואטן פיין קעיר גענומען פון פאולע'ס קלאפטעמעניע.


א קליינע הערה שלא מן הענין: דער באנוץ פונעם ווארט "נקבה" אין דעם קאנטעקסט איז מיאוס. (וואלסט מסתמא נישט געוואלט מ'זאל דיך באצייכענען ווי א "זכר" ווען מ'דערציילט עפעס וועגן דיר.)
מוצ"ש דעצעמבער 20, 2014 9:18 pm#242066
א ענטפער כן מן הענין: מיין השתמשות פונעם ווארט נקיבה איז געווען א המשך צו תמליון'ס הודעה (און דערפאר האב איך גענוצט נקיבה און נישט נקבה).

גראדע זעה איך נישט די געפערליכקייט דערפון ,עס איז ווי מען שרייבט אין ענגליש דעט גיי אדער דעט גירל.
מוצ"ש דעצעמבער 20, 2014 9:44 pm#242068
אויך שלא מן הענין

איך פרעגן שוין לאנג איבער דאס וואס מ'רופט פרויען "נקיבות" און נישט-אידישע מענער "ערלים". האט איינער אמאל אריינגעטראכט וואס די ווערטער מיינען?
זונטאג דעצעמבער 21, 2014 3:11 am#242117
ס'דא געוויסע וואס רופן די קלינינג לעדי "ערל'טע," גיי פארשטיי..
זונטאג דעצעמבער 21, 2014 2:13 pm#242158
ATUB @איך אויך ATUB דאס איז אן ענין פון שפראך. קיינער וואלט נישט געוואלט מ'זאל אנרופן איינע פון זיינע נאנטע קרובות (מאמע/ווייב/שוועסטער) מיט אזא גאסן-טיטל. ביסט אבער גערעכט אז א תגובה פאר דיר האט גענוצט דעם טיטל פאר דער רעביצין פון בן-גוריון. בין איך מוחה אויף דעם אויך ;)

טיטלען ווי ערלים/ערלות זענען אודאי אויך מיאוס, צוליב אן ענליכע סיבה. דער טיטל "נקבה" איז פראבלעמאטיש צוליב דעם וואס דאס פארוואנדלט די פרוי אין א חפץ (ס'איז נישט קיין נפקא-מינה צי זי איז א חפץ של מצוה אדער של עבירה. בכל אופן איז עס מיאוס), דער טיטל "ערל/ערל'טע" איז פראבלעמאטיש צוליב דעם וואס ס'שטעלט אנדערע אין א דערנידערטן קלאס, אפגעזען פון זיין/איר אויפפירונג.
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 12:30 pm#243567
יעצט פארשטיי איך פארוואס סאקמאר איז אזוי אקעגען די ציונאם. ווייל אויב בן גורין האט געוואוינט אין וויליאמסבורג איז ער דאך נאך א אפגעפארענע באחער א באם. און מען טאר איהם נישט מחזק זיין
מיטוואך אקטאבער 03, 2018 10:16 am#413566
איש את רעהו האט געשריבן:די היינטיגע קראסנא מענטשען פלאנען אומצוווארפען די הויז
אפשר דארף מען עס מאכן פאר א לענדמארק

את אשר יגורנו בא!! סקעפאלדס באצירן דעם בנין! א פארקאקטע מדינה, גארנישט טויגן זיי...