Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » שושנים #4: א בריוול פון דעם בית הכבוד

שושנים #4: א בריוול פון דעם בית הכבוד

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7930
מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 6:53 pm#241563
שושנים #4: א בריוול פון דעם בית הכבוד

דאס בין איך, דאס בית כסא-ברעטל
פון די קרואי העדה ביינונז אין שטעטל
איך וועל צוטרעטן גלייך צום ענין
ווארום איך יאג מיך, כ'בין א צענטער צו מנין

שלמה המלך זאגט דאגה בלב ישיחנה
האב איך באשלאסן אז כ'וועל כאפן די פענע
כידוע איז היינט צו אלצדינג פארהאן תקנות
אויסער אוודאי ווען ס'קומט צו דער הכנות

פאר א הדר פון א גוף נקי
ווייסן אלע קומט מען צו מיר דער בקי
צופרי, ביינאכט אדער בייטאג
דעם חסיד? קיינמאל איך אנטזאג

העכער מיר וואלגערן זיך צייטונגען
און אונטער מיר שיטן ווייטאגן
איך בין פאר דעם חסיד זיין היים
רענט צאלט ער ניטאמאל א דיים

זאל זיין פאר אונטערהאלטונג אדער ליידן
איך בין דעם חסיד אין יעדן פאל א גן עדן
"עה, האלא, דו, לייג אוועק דעם סעל א רגע
כ'זאג דיך ס'וועט נישט אנטלויפן די דעטע".

איך בין טאקע שטענדיג פאר יעדן דא
פונעם נץ ביז דעם עלות, אין יעדער שעה.
נאר אמאל אז איך טו א צווייטן סערווירן
נאעוועט נישט אזוי, ס'קען אביסל נערווירן

שבת, א שלעפ צו טאן דאס פלאש-צינגל
ס'איז מותר, דאס ווייסט דאך יעדעס אינגל
א המצאה צו קענען טשולענט רוקן
און דערנאך קומען אויף מיר זיך דריקן

כ'שטיי פאר'ן עולם גרייט אויך אויף רעדער
כ'מיין אז דאס ווייסט שוין דא א יעדער
איבער אלע שטראזן און וועגן
פאר מיר וועט מען אייביג אנפרעגן

אויף מיר האט מען קנאפ רחמנות
מ'נעמט עדווענטיש פון מיין סבלנות
פארהאן אזאנע וואס גלייכן צו אביוזען
מיט פרעש-ווייפס טוען זיי מיך אנבלאזן

שמות נרדפים האב איך פילע
זאגאר מער ווי רינה גילה
זאל זיין הכנות, קאקן אדער ארויסגיין
א ציל ביי אלעמען איז אבער נאר דא איין

גלעזלעך מיט וואסער פול
שטעלט מען אויף מיר אן קיין גבול
דעם טלית קטן א שמיץ אין דער הייך
והנה, אין דער לופטן ס'גייט א ריח

מיינע ווענט ווערן בכלל נישט געשוינט
פרסום דארט פאר קיינעם עס לוינט
יחידים ווערן גע'מוסר'ט און אויסגעפראקט
אויף אלץ מ'שעלט, מ'איז מוחה און מ'האקט

אויף מיין טירל ס'לויפן רעקלאמעס
אלץ טאקע אינעם בודקעלע פון ד' אמות.
קעגן דעם שטן א אידל פירט מלחמות
פארבאט דאס טון ביזנעס מיט די נשמות

יום הקדוש א געדרענג, א ברייטע מאסע
א שווערן פארקער פון קיטלען ווייסע
טעות לעולם חוזר זענען אלע מקיים
גארנישט אזוי בששון דעם ושאבתם מים.

זיך צו באוואפענען מיט אשר יצר פאפיר
געהערט געוויס צו די זאכן שאין להם שיעור
אין קעשענע א מאקסימום מ'שטופט אריין
נו קען מען דען אנדערש א כשר איד זיין?

לא יאומן וואס איך האלט אלץ מיט
די פרומע, איי איי גייט זיי דא גוט
איבער די גאסן זיי ווארפן פאשקעווילן
ביי מיר אבער קומען זיי דאס שטילן

בקיצור, איך בין ווי אן ערי מקלט לכל
בחורים און אינגעלייט ווייסן דאס וואויל.
פארוואס טו איך ענק דאס אלעס זאגן?
פשוט ווייל ס'האט מיך אין הארצן געטון נאגן

כ'האב בעצם גאר א סך צו פארציילן
כ'וועל אבער אייך דאס נישט קענען מיטיילן
כ'הער שוין אויף מיין טירל זעצן
"נו, תקנות המקום צו וואס פארלעצן?"

שוין, איך גאפל אפ פון דאנען געשווינד
א גוטן חנוכה, זייטס מיר אלע געזונט.
מאכטס נאר מיט כוונה דעם שלא עשנו גוי
סינסערלי, דער בית כסא וואס איר ליבט אזוי.
מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 7:16 pm#241569
זיס ווי צוקער!

[פון 1 (די ווייניגסטע) ביז 5 (די מערסטע) כוכבים]

גראמען פליסיגקייט: 5+ כוכבים

געניאלע איינפאל: 5+ כוכבים

ריינקייט צו ברענגען אין ביהמ"ד: 2 כוכבים

קלאר ארויסברענגן געדאנק: 5 כוכבים

הומאר: 5+ כוכבים

טיפקייט: ווענדט זיך ווי טיף דער סוער איז... עה, א ווערטל. 4 כוכבים

אוועראלל: ביוטיפעל געדאנק!
מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 7:18 pm#241571
ס'שמעקט (no pun intended) פון יואב
מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 7:33 pm#241574
:like
די קריעטיוויטי דערפון איז נורא ואיום.
מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 7:45 pm#241576
ענדליך הייבן אן אריין קימן שושנים וואס מיין דומע קאפ קען פארשטיין
מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 7:55 pm#241577
גוט, געוואלדיג, כוכב'דיג.
מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 8:48 pm#241589
איי... פון נהי בכי תמרורים ביז אזעלכע געלעכטער אויספלאצן איז פאלג מיר א גאנג.... דאס איז פיור גאונות!
מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:40 pm#241600
דאס קעפל "שושנים" אליאירט זיך עפעס נישט מיטן תוכן, חוץ אויב מ'רעדט פון "ברוינע רויזן..."

ליצנות אינעם קרן... א געוואלדיגער בייפאל, געשמאק אראפגעלייגט, פאעזיע איז דער שפראך פון עולם המחשבה, געדאנקן וואס ליגן טיף אין געוויסן אבער דערזאגט זיך עפעס נישט אויפן מויל אזוי גרינג. יש"כ ווער דאס איז.
דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 4:13 am#241656
א זיסער סאטירע פאעם. כל הכבוד!
דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:58 am#241687
שמעקעדיג האט געשריבן:ג"א מצטרף. דאס איז א סובדזשעקט וואס רעדט צו יעדן פון אונז! זייער אמת און שיין אראפגעלייגט.
דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:15 am#241697
זייער שיין און זיס. שוין לאנג וואס איך האב געוואלט כאפן א שמועס מיטן ברעטל, איך זיץ אבער נישט גענוג לאנג דארט צו ווערן גוט מיט אים. יעצט האב איך אן ערשטהאנטיגן אינטערוויו מיט אים...
דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 7:21 pm#241864
איך קען נישט זאגן ממש שמאעזיע, הגם קיין געווינער פון פאעזיע איז דאס זיכער נישט.

א מוסטער האט דאס זייער א שיינעם און איז אויך שטארק קאנסיסטענט סיי מיט די גראמען און אזוי אויך מיט דעם אויסשטעל. דא קען מען זאגן אז די גראמען העלפט שטארק ארויס. הומאר האט דאס א סך, און די נושא איז עפעס וואס דער עולם קען זיך אידענטעפיצירן. דער געדאנק איז א געוואלדיגער, זיס, קיוט, א לייק און אפילו אן אגודל, אבער קיין געווינער איז דאס נישט.

איך וואלט שפאקולירט אז דאס איז געשריבן געווארן טאקע באותו מקום, הפנים די מחשבה תחילה האט זיך זיכער פארמירט בשעת יענע רעקלאמעס זענען זיך פארלאפן אויף דער טיר.
דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 7:24 pm#241865
ער זאגט דאך קלאר אזוי:

כ'האב בעצם גאר א סך צו פארציילן
כ'וועל אבער אייך דאס נישט קענען מיטיילן
כ'הער שוין אויף מיין טירל זעצן
"נו, תקנות המקום צו וואס פארלעצן?"
דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 7:26 pm#241866
איך אויך האט געשריבן:ער זאגט דאך קלאר אזוי:

כ'האב בעצם גאר א סך צו פארציילן
כ'וועל אבער אייך דאס נישט קענען מיטיילן
כ'הער שוין אויף מיין טירל זעצן
"נו, תקנות המקום צו וואס פארלעצן?"

און אז ער זאגט, איז וואס? אז ער וועט דיך הייסן אראפטאנצן פון דאך וועסטו אויך? 

.
דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 7:28 pm#241867
אויב דורעך דעם וועל איך פארפאסן ר''ח בענטשן און האבען א סופער חודש קען זיין אז יא.
דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 7:38 pm#241870
איך אויך האט געשריבן:ער זאגט דאך קלאר אזוי:

כ'האב בעצם גאר א סך צו פארציילן
כ'וועל אבער אייך דאס נישט קענען מיטיילן
כ'הער שוין אויף מיין טירל זעצן
"נו, תקנות המקום צו וואס פארלעצן?"

אין דעם קאנטעקסט רעדט דאס דער ברעטל בעצמו, און נישט דער מחבר השיר.
דינסטאג יאנואר 06, 2015 5:01 pm#246351
ווי איז די בעל מחבר פארוואס שלאפט ער נאך?
דינסטאג יאנואר 06, 2015 6:00 pm#246391
ער איז, עהעם, אין בית הכבוד.
דינסטאג יאנואר 06, 2015 7:25 pm#246425
לית דין בר נש האט געשריבן:ווי איז די בעל מחבר פארוואס שלאפט ער נאך?

איך שלאף שוין גארנישט. א שווערן וועטער היינט, ווער אויב נישט איך זאל זיך געפינען איצט אינדרויסן פונעם שטיבל.

נאכאמאל ןויל איך מיך באדאנקן פאר די אלע וועלכע האבן אראפגענומען פון זייער טייערער צייט, און זענען ארויסגעגאנגען שטימען. ווי זאגן זיי: נישט די רעזולטאטן איז וואס מאכט אזוי שטארק אויס, אבער אז דער בית הכבוד זעט אז דער ציבור ווייסט וויאזוי אויסצודריקן הכרת הטוב, דאס איז דער עיקר. שכח נאכאמאל.
דינסטאג יאנואר 06, 2015 7:35 pm#246427
איך בין נישט ישמעאל הכהן פון די קאוע שטיבל טיימס, וויאזוי זעסטו פלאוויוס פירן נאך אזא שמאלע געווינס און ביטערע עלעקשאנס? האט ער אייך גערופן אדער געבעטן סיי וואס פארא הילף? און וואס פלאנט איר צו טון מיט די $25 ?
דינסטאג יאנואר 06, 2015 8:08 pm#246429
ישמעאל הכהן האט געשריבן:איך בין נישט ישמעאל הכהן פון די קאוע שטיבל טיימס, וויאזוי זעסטו פלאוויוס פירן נאך אזא שמאלע געווינס און ביטערע עלעקשאנס? האט ער אייך גערופן אדער געבעטן סיי וואס פארא הילף? און וואס פלאנט איר צו טון מיט די $25 ?

איך קען נישט ענטפערן איבער פלאוויס'ן, אבער וויאזוי איך זע דעם בילד האבן די וויילער  – אנדערש ווי די איינזייטיגע מידיא לייבן ווילן אראפמאלן דעם מצב פאר דעם המון – קלאר געצייגט זייער ראציאנאלקייט מיטן ערוועלן קוגל באגודה אחת מיט דעם בית הכבוד. אז וויל מען זען א קוגל אדמיניסטראציע אויף דעם טראן איז נישט מער ווי נארמאל צו קלערן פון דעם בית הכבוד.

לכאורה וועט דער גרעסערער טייל פון די מאסיווע פינף און צוואנציג דאללער סטימיולוס פעקעדש גיין פאר פרישע פאנדס צו ערמעגליכן די לאקאלע אויטאריטעטן איינצוהאנדלן מער פארגעשריטענע שרייב-געצייג, אלס חלק פון דעם גראנדיעזן פלאן איבערצופרישן די פארעלטערטע "פארקויפט נישט די נשמה צום שטן" אינפראסטראקטור.

א קליין ביסל וועט געווידמעט ווערן פאר סייענטיפישע ריסערטש צו אויפקומען מיט מהלכים וויאזוי צו פארוואנדלען די אלטע סארט געפילטע פיש צו א מער ענווייראמענטואל-פריינדליכע פראדוקט.
דינסטאג יאנואר 06, 2015 8:10 pm#246430
:like :like :lol: :lol:
דינסטאג יאנואר 06, 2015 8:23 pm#246432
גראדע, בבחינות "רפואה פאר די מכה" איז אינעם שיר החסידים שוין ערווענט אז דער רבי האט אנגעהויבן קארגן מיט מאגערע פארציעס קוגל צו די גרימאסן פון זיינע טרייע חסידים.

ווי האט יענער געזאגט! "דער רבי האט געהאט א ווייטן בליק.. (אריין אין "וואס, ווען, וואו")
זונטאג אוגוסט 18, 2019 2:00 pm#434947
Re: שושנים #4: א בריוול פון דעם בית הכבוד
רוח קדים האט געשריבן:
קעגן דעם שטן א אידל פירט מלחמות
פארבאט דאס טון ביזנעס מיט די נשמות.

מ׳קען אפשר זאגן א כוונה דערין, אז די גמרא זאגט אין ב״מ קז. ברוך אתה בעיר שיהא בית הכסא סמוך לשולחנך וכו׳ ברוך אתה בבואך וברוך אתה בצאתך שתהא יציאתך מן העולם כביאתך לעולם מה ביאתך לעולם בלא חטא אף יציאתך מן העולם בלא חטא. אין אויף דעם, ווי באקאנט, זאגט די רש״ש מכאן יש סתירה קצת לבעלי דעת הגילגול ע״כ.

איז דאס איז ער מרמז, אז נאך דעם פסוק וואס איז מרמז צו די ברכה פון א נאנטע ביהכ״ס, איז די פסוק מרמז צו א שטיקל קשיא אויף גילגול [״ביזנעס״ - פליפען] נשמות.