Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » שושנים #27: ארטאדאקסיע, פאראדאקסיע

שושנים #27: ארטאדאקסיע, פאראדאקסיע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7982
דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 11:49 pm#242818
שושנים #27: ארטאדאקסיע, פאראדאקסיע
מיר אידן א פאלק
זייער גרינג א טאלק

אויף גלייכע ווענט
נאך אין געצעלט

פאקטן הייפאטעטיש
אז ס'שטייט! ס'איז עטיש

ונשמרתם את, פון די חוקים
למעלה מן הזמן והסטטיסטיקים

גיין שטודירן, חס וחלילה
הארעווען ווי דער רמב"ם יומם ולילה

ס'געלונגען, סייעתא דשמיא
ס'גייט נישט, גירא דשטנא בעיני

ולרשע אמר מה לך לספר
ולחסיד, אם ראית אל תהרהר

אין אסתר מגדת את
גאר א כל כבודה בת

אין מקדשין קודם שיראנה תחילה
זה כנסת ישראל שהקדימו נעשה לנשמע

שיר השירים, למשל ולשנינה
ויהי ערב, ולבוקר רינה

חכמה בגוים תאמין
ח"ו רירן דעם אני מאמין

דאורייתא לחומרא, לקולא דרבנן
כל דתיקון רבנן, דאורייתא כעין

כי לא ידח ממנו נידחין
לזרע לבטלה תשובה אידחין

נשתכח תורת הבעל שם
לא לו, רק לכם

סימני ר"ם כמסירתן מסיני
על כן ידבק באביו ואמו ועזב באשתו

ללמדו אמנות
ואת עמלינו אלו הבנות

ולערב אל תנח
מזונותיו קצובין
קשה זיווגין
כקריעת ים סוף, נעבעך
תבא אמו ותקנח

לאומית וארץ אהובים
בלעדי, לערבים וציונים

נביאים וכתובים
זו תורת המשכילים
לימוד מורה נבוכים
רק לנצח ויכוחים
לסגולי יחידים
ולא לפשוטים
ומי יימר לבי זכותם
וזכור, קודם התירוצים
מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:01 am#242820
דאס זעהט אויס ווי א דיאלאג דער נאור זאגט א זאץ אין דער יושב חושך ענטפערט אפ מיט א צווייטן זאץ, זייער א שארפע אטאקע קעגן אלע עבירות פון די חרדים בעיני דעם פייטן
שה"י פה"י
טייל פאראגראפן באציען זיך אז עס איז דא פארן יושב חושך פארשידענע שפיל קארטלן וואס ער קען ארויסנעמען אין סיי וועלכע פון קעגנזייטיגע מצבים.
מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 1:27 am#242834
מתוק מדבש.
כוכב האט געשריבן:וזכור, קודם התירוצים

:lol:
מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 3:30 pm#242984
שטעכעדיג, האט-ענד-ספייסי... ער דארף אבער מחליט זיין צווישן אידיש אדער לשה"ק. אדער אפשר מעג מען מישן?
מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 4:08 pm#242994
סאיז פין מיינע ווינערס א תוכנפולע שטארקע מעסעדז ארויבגעברענגט קריספ קלאר אויף א געשמאקן וועג
מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 6:44 am#244504
מענטשען גלייבען אין פארשידענע פאראדאקסען, נוצען די זעלבע זאך אמאל פאר א תירוץ אמאל פאר א קשיא, אמאל פאר א ראיה אמאל פאר א פירכא. וואס נאך איז נייעס?
מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:18 pm#244849
ישראל קאפקע אדער איש עברי. עמער זעהן.
פרייטאג יאנואר 02, 2015 3:38 pm#245455
פארטוישן מאטי מיט ישראל קאפקע היש לך פאראדאקסיע גדול מזה?

רויטע האסט אפשר פארזען דעם שטיקל?
לאומית וארץ אהובים
בלעדי, לערבים וציונים
פרייטאג יאנואר 02, 2015 4:07 pm#245469
מאטי האט געשריבן:שטעכעדיג, האט-ענד-ספייסי... ער דארף אבער מחליט זיין צווישן אידיש אדער לשה"ק. אדער אפשר מעג מען מישן?


wow! סעלף קריקיטיזם, א מדרגה
זונטאג יאנואר 04, 2015 1:31 am#245592
דער תוכן איז גאר רייך, און הערליך פארצייכנט. די פאעזיע חלק שבו האט מיר אבער נישט ממש געכאפט.
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 1:50 pm#435020
מאטי האט געשריבן:שטעכעדיג, האט-ענד-ספייסי... ער דארף אבער מחליט זיין צווישן אידיש אדער לשה"ק. אדער אפשר מעג מען מישן?

ס'איז לכאורה א דבר פשוט, אבער איך האב פארשטאנען אז (א חלק פון) די כוונה פון מישען איז געווען צו היילייטען די פאלגענדע פאראדאקס אויך.
מאטי האט געשריבן:לאומית וארץ אהובים
בלעדי, לערבים וציונים


[לשה"ק = הייליג/מותר; עברית = טמא/אסור]