Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » שושנים #31: לא נתקבל

שושנים #31: לא נתקבל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7991
מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 5:07 pm#243013
שושנים #31: לא נתקבל
געב
מיין תכשיט
א חינוך
אין תוך
כ'וויל איר
סקול'ן אידיש
א נעב
פארחשכ'ט
בין איך
דאך
ביל מיר
כ'על צאלן נגידיש

דערציילט מיר
גארנישט
וועגן
דאס קינד
פארוויילסט דיר
אין פאליש
העמיר פגע'ן
אצינד

קומסט נישט
אין שול
צום טיש
אדער אפיעל
שאלות פרעגסטו
די דיינים
קיינמאל נישט
אלעס מעגסטו
טון הפנים
עס יו וויש
מאכסט דיר גרילס
אויף די קעטסקילס
מיט די ווייבער
ברענגסט א מבול
לאז דער שרייבער
שרייבן לא נתקבל

ס'הייסט
דו גייסט
אין שוויץ
אן א קאפל
מ'העצט
דו רעדסט
פון היץ
נאך המפיל
טינקסט כלים
אין מקוה
אן א קארטל
זינגסט צום צלם
התקוה
אן א גארטל

נישט פרום
דיין גיטל
שטייט איר קרום
דאס היטל
זי גייט
די מענער זייט
יונגעלייט קוקן
א תיקון
זי דארף
דאס ווייבל
ער פסק'נט שארף
לא נתקבל

זאגן די שטוב
זאל טון צוליב
אראפציען
איבער די קניען
זי מעג
א סקארף
אויף די קראגן
אירע
פערציג טעג
זי דארף
זאגן
פרק שירה
כארכלען אן איי
גיסן בליי
כולי האי
ואולי

די מאמע
איז אין כעס
מסתמא
ער טרייבט
שפאס
ס'איז קשה
כח הסבל
דער רשע
ער שרייבט
מיט קאנטעמפט אבער
און סטעמפט ראבער
לא נתקבל

זיי בודק'ן
די טאטעס
ווי מראה
שמאטעס
זיי חוזק'ן
פון מאמעס
ווי פרעה
אין פאזשאמעס

מי יתן
א מוסד
א גוטן
וואו מ'גרויס'ט
נישט איבער
דעם ציבור
מ'פרעגט קיין
שאלה
מ'נעמט אריין
אלע
אידן צוגלייך
איין זאך

שכר לימוד
ווייניג
א משומד
אייניג
מיט א גר
מהודר
אחוץ פארשטייצעך
אז מ'דרייעט זיך
ביי דער
רבי'ס ברודער
מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 5:16 pm#243014
חברה, די פאעזיע'ס ווערן נאר אלס בעסער און בעסער! כ'מיין מ'זאל אפשטיפן די דעדליין.
מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 5:17 pm#243015
דער אינהאלט איז גאר גוט, איך כאפ אבער נישט דעם 'ריים און ריטהעם'.
מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 5:20 pm#243017
אפטעמיסט האט געשריבן:חברה, די פאעזיע'ס ווערן נאר אלס בעסער און בעסער! כ'מיין מ'זאל אפשטיפן די דעדליין.


די דעדליין איז געווען 3 אזייגער. איך נעם מער נישט אן קיין פאעזיעס. די אלע פאעזיעס וואס זענען אריינגעקומען פאר די דעדליין וועלן צוביסלעך ארויסגעשטעלט ווערן.
מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 6:04 pm#243035
כ'האב געמוזט אנצינדן רעפ מוסיק צי קענען ליינען דעם שטיקל, מתוק
מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 6:12 pm#243037
געב
מיין תכשיט
א חינוך
אין תוך
כ'וויל איר
סקול'ן אידיש
א נעב
פארחשכ'ט
בין איך
דאך
ביל מיר
כ'על צאלן נגידיש



זיינע גראמען האבן א שיינע מהלך און ריטהעם. קוק די קאלירען, די זעלבע קאלירן זענען די גראמען. סיסטעמאטיש.
מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 6:14 pm#243038
לא נביא אנכי אבער עפעס שמעקט דא פון ATUB @הערשי ATUB צו מיר.
מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 10:55 pm#243125
ווילאנג דער מחבר איז בעילום וועל איך נעמען די קרעדיט...
מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 11:44 pm#243133
הערשי האט געשריבן:ווילאנג דער מחבר איז בעילום וועל איך נעמען די קרעדיט...

אל תיקח ללב, ATUB @הערשי ATUB . יעדע גוטע זאך וואס מ'האט ארויפגעשטעלט איז געוועהן א מאן דאמר וואס האט קאמענטירט אז ס'דיינס.
דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 11:34 am#243203
הערליך שיין!! ס'געפעלט מיר. וועט מען אמאל געוואויר ווערן ווער די מחברים זענען?
דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:42 pm#243226
פלאוויוס האט געשריבן:הערליך שיין!! ס'געפעלט מיר. וועט מען אמאל געוואויר ווערן ווער די מחברים זענען?



אוודאי, באלד נאך די וואלן!
דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:50 pm#243249
גוט, וועל איך מיר איינהאלטן דעם נייגער ביז דעמאלט :)
דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 2:21 pm#243274
יעצט איבערגעקוקט, דאס איז עפעס לא מעלמא הדין!! כ'וואלט נישט געלייגט קיין רעפ-מוזיק ברקע, ענדערש אזא לייכטע היפ-האפ ריטם, ס'הערט זיך זייער גוט מיט דעם צינישער פליסיגקייט.
מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 6:58 am#244507
און אויב
איך זעה
איך נישט
ביז יאר
אריבער
האסטו גארנישט
פארפאסט
ווינטש איך
שוין יעצט

א גוט
מארגען
און גוטן
מיטאג
אווענט
און נאכט

א פריילעכן
פורים
כשר'ן פסח
לעכטיגן חנוכה
א גוטער אתרוג
א חתן
א תכשיט
אייניקלעך
ברית מילה
חתונה בר מצווה

קענסט אריבער
יארען פופציג
גארנישט אנדערש
נאך
פון די זעלבע
ווערטער
קאמפלעינטס
שבחים
אוועררעיטעד
דינסטאג יאנואר 06, 2015 3:37 pm#246319
בן תמליון האט געשריבן:לא נביא אנכי אבער עפעס שמעקט דא פון @הערשי צו מיר.


הגם בן תמליון בנביאים?
דינסטאג יאנואר 06, 2015 3:40 pm#246320
מזל טוב ATUB @הערשי ATUB !

כ'בין געוועהן דער ערשטער מפענח צו זיין דיין מהלך...

הערליכע שטיקל.
דינסטאג יאנואר 06, 2015 3:51 pm#246323
הערשי האסט נישט אנטוישט! געשטימט פאר דיר ביידע רונדעס.
דינסטאג יאנואר 06, 2015 11:08 pm#246494
הערשי האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:לא נביא אנכי אבער עפעס שמעקט דא פון @הערשי צו מיר.


הגם בן תמליון בנביאים?


לא נביא אנכי ולא בן נביא. עס איז געווען די פראזע "אין תוך" וואס האט מיר דערמאנט כ'האב זי געזען אין איינע פון אייערע פריערדיגע מאמרים דא אין שטיבל, (אפשר אבלה הארץ?) עס איז נישט אזוי באניצט. ווי אויך די גאונישע מהלך האט אנגעזאגט א שטארקער בעל כשרון איז דערינטער.

כ'האב געשטימט פאר דיזן פאעמע ביידע מאל.
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 5:42 pm#435033
Re: שושנים #31: לא נתקבל
הערשי האט געשריבן:
זיי בודק'ן
די טאטעס
ווי מראה
שמאטעס

דאס קען מרמז זיין צו דעם אז איינע פון די ה׳ דמים טמאים באשה נדה איז ״אדום כדם המכה״ וואס דאס מיינט כדם שור [שחוט] (נדה יט ע״ב). און די גמרא זאגט (ב״ב כא ע״א) ביי די סוגיא ווי ווייט מ׳דארף זעהן להושיב מלמדים און זיי זאלן זיך אפגעבן מיט תשב״ר (היפך דעם ״לא נתקבל״ נגע), מכאן [מבר שית] קביל ואספי ליה [תורה] כתורא.