Under maintenance
הויפט זייט » נבואות וואס דארפן געשעהן אין די עתיד

נבואות וואס דארפן געשעהן אין די עתיד

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8019
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 4:42 pm#243629
נבואות וואס דארפן געשעהן אין די עתיד
ס'געשעהן א ערדציטערניש און נאכדעם קומען אפיר מענטשען און זאגן אז יענע צדיק און מקובל האט געזאגט פארויס אז ס'גייט געשעהן. מ'טרעפט די גוף פון א הרוג , און נאכדעם הערט מען אז יענע רבי האט "געןויסט" ווי ס'איז.

צו הערן ווען נביאות נאכדעם וואס ס'געשעהן איז נישט אינטערסאנט ווייל מ'קען עס נישט געהעריג אפשאצן און מ'דארף זיך מער פארלאזן אויף שמיעות.

די קינץ איז ווען מ'הערט עפעס פארדעם און ס'געשעהט טאקע.

די אשכול איז מיוחד פאר נביאות און פרעדיקשענס פון צדיקים , מקובלים און כישוף מאכערס פאר די צייט וואס ס'דארף געשעהן , און נאכדעם וועלן אונז צוזאמען זעהן אויב ס'געשעהט טאקע.

לאמיר אנפאנגען מיט א נביאה וואס איז נוגע פאר א חודש ארום
מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 8:02 pm#243641
דאס איז קיין נבואה. ווילאנג די פרעדיקציע זאגט נישט וואס א "גרויסע שניי" (איין אינטש, צוואנציג פיס) אדער "זייער קאלט" (צען דעגרי, צען בעלאו זערא דעגרי, און פאר ווי לאנג?) באדייט, ווילאנג ס'זאגט נישט ווי די שניי און קעלט וועט זיין (ברוקלין, ניו סקווירא, ירושלים, פראנקפורט אדער בארדיטשוב), ווילאנג ס'זאגט נישט ווען אין די ווינטער (אוסטראליע ווינטער ווען ביי אונז איז זימער, אדער אין אנטארטיקע ווי ס'איז אימער ווינטער) - איז די פרעדיקציע ווערטלאז. יעדע ווינטער האט א ציפעדיג קאלטע וואך און א פאר פיס'יגע שניי.

ס'איז פארהאן קלימאט און וועטער רעקארדס פאר צענדליגע יארן, קען איינער צוצייגן וויאזוי מ'רעקאנסיילט עס מיט די "נבואה"?
אייגענטליך, איך זאג פאר א נבואה: אויב פורים געפאלט אים חודש אדר וועט יענע יאר זיין זייער זיניג.
מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 8:27 pm#243644
לכל הפחות ווייסן מיר יעצט אז אויב עס וועט פאלן א גרויסער שניי דאס יאר וועט המלוכה והממשלה ענדליך מודה זיין אז דער פרי מגדים איז געווען א נביא און אז ראביי בוכדאלער איז נישט קיין מכבדת ה' מגרונה.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:47 am#243721
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 9:59 am#243747
ברוקלין, ניו סקווירא, ירושלים נישט
פראנקפורט אדער בארדיטשוב יא
א וועטער צום געדענקען
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 10:57 pm#243928
ס'אי דא צוויי נביאות'ן אין זוה"ק וועלכע זענען טיילווייז מקוים געווארן: אין פ' נח. אויף דעם פסוק "וארובות השמים נפתחו"...זאגט דער זוהר..."בשנת ת"ר (לאלף הששי) יתתפתחון תרעין דחוכמתא"...דער שנת ת"ר איז די יאר 1840 למספרם. דאמאלס איז געווען דער "גאלד ראש" אין אמעריקע. און נאך דעם האט מען אנגעהויבן באזעצן די מערב טייל פון אמעריקע. אויך. די מערסטע טעכנאלאגישע ערפינדונגען האבן זיך אנגעהויבן נאכ'ן יאר 1840...!

די צווייטע פאראויסזאגונג פונ'ם זוה"ק איז, אין פ' וירא. אז פאר ביאת המשיח וועלן די בני ישמעאל האבן גרויס עשירות. מ'וועט זיי באצאלן שכר פאר די מצוה פון מילה. און לעתיד לבוא ווען זיי וועלן קומען בעטן שכר וועט מען זיי זאגן אז מ'האט זיי שוין באצאלט. דער לשון פון זהר איז , אזוי ווי א שטר פרוע... אן אויסגעצאלטער טשעק...!
מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 12:03 pm#244001
איעדער האט מיר געזאגט... אה! יעצט אז דו האסט שוין חתונה געהאט, וועט שוין "אלעס" זיין גוט... איך ווארט נאך.
דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:41 am#244211
*נבואות נישט נביאות. נביאות מיינט פימעיל פראפעטס.
דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:44 am#244212
berlbalaguleh האט געשריבן:ס'אי דא צוויי נביאות'ן אין זוה"ק וועלכע זענען טיילווייז מקוים געווארן: אין פ' נח. אויף דעם פסוק "וארובות השמים נפתחו"...זאגט דער זוהר..."בשנת ת"ר (לאלף הששי) יתתפתחון תרעין דחוכמתא"...דער שנת ת"ר איז די יאר 1840 למספרם. דאמאלס איז געווען דער "גאלד ראש" אין אמעריקע. און נאך דעם האט מען אנגעהויבן באזעצן די מערב טייל פון אמעריקע. אויך. די מערסטע טעכנאלאגישע ערפינדונגען האבן זיך אנגעהויבן נאכ'ן יאר 1840...!

די צווייטע פאראויסזאגונג פונ'ם זוה"ק איז, אין פ' וירא. אז פאר ביאת המשיח וועלן די בני ישמעאל האבן גרויס עשירות. מ'וועט זיי באצאלן שכר פאר די מצוה פון מילה. און לעתיד לבוא ווען זיי וועלן קומען בעטן שכר וועט מען זיי זאגן אז מ'האט זיי שוין באצאלט. דער לשון פון זהר איז , אזוי ווי א שטר פרוע... אן אויסגעצאלטער טשעק...!

פארוואס מיינסטו אז דער זוהר האט געמיינט שנת ת''ר לאלף הששי, אדער בכלל למנין שאנו מונים?
ישמעאל האט געהאט א גרויס כוח און געלט זייט מוחמד און די ערשטע חאליפ'ס פון איסלאם אין זיבעטן יאר - הונדרעט למספרם.
דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:10 am#244218
לעיקוואד האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ס'אי דא צוויי נביאות'ן אין זוה"ק וועלכע זענען טיילווייז מקוים געווארן: אין פ' נח. אויף דעם פסוק "וארובות השמים נפתחו"...זאגט דער זוהר..."בשנת ת"ר (לאלף הששי) יתתפתחון תרעין דחוכמתא"...דער שנת ת"ר איז די יאר 1840 למספרם. דאמאלס איז געווען דער "גאלד ראש" אין אמעריקע. און נאך דעם האט מען אנגעהויבן באזעצן די מערב טייל פון אמעריקע. אויך. די מערסטע טעכנאלאגישע ערפינדונגען האבן זיך אנגעהויבן נאכ'ן יאר 1840...!

די צווייטע פאראויסזאגונג פונ'ם זוה"ק איז, אין פ' וירא. אז פאר ביאת המשיח וועלן די בני ישמעאל האבן גרויס עשירות. מ'וועט זיי באצאלן שכר פאר די מצוה פון מילה. און לעתיד לבוא ווען זיי וועלן קומען בעטן שכר וועט מען זיי זאגן אז מ'האט זיי שוין באצאלט. דער לשון פון זהר איז , אזוי ווי א שטר פרוע... אן אויסגעצאלטער טשעק...!

פארוואס מיינסטו אז דער זוהר האט געמיינט שנת ת''ר לאלף הששי?

לשון הזוהר( חלק א קטז ב):
ובשית מאה שנין לשתיתאה, יתפתחון תרעי דחכמתא לעילא, ומבועי דחכמתא לתתא, ויתתקן עלמא לאעלא בשביעאה, כבר נש דמתתקן ביומא שתיתאה מכי ערב שמשא לאעלא בשבתא
דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:46 am#244229
גערעכט.
מדארף אבער ברענגען די גאנצע שטיקל.. ס'איז נישט נאר דער שורה נאר א גאנצע נבואה מפורטת. ער איז מסביר אז אלף החמישי איז געווען גלות , און אלף הששי וועט יעדער זעכציג יאר די וועלט ארויפגיין נאך א דרגה. איך ווייס נישט וויאזוי מען איז דאס מסביר אין די מציאות. וואס איז אנדערש למעשה אלף הששי פון אלף החמישי און וואס איז געשעהן יעדער זעכציג יאר? אדער וואס איז פונקט מיוחד לשנת ת''ר? ווען ער וואלט געזאגט ת''ק, אדער תר''נ, אדער תר''פ, וואלט מען אויף געטראפען עפעס שנתגלה אז. כמו כן פשוט שאין כוונתו לחכמות חיצוניות אלא לחכמת התורה.

ובגין כך היא שכיבת בעפרא כל ההוא יומא (דנא) דה"א. ומאן איהו אלף חמשאה ואע"ג דאקדימת בגלותא עד לא ייעול ההוא אלף חמשאה רזא דה"א וכד ייתי אלף שתיתאה דאיהו רזא
דוא"ו כדין וא"ו יוקים לה"א בזמנא (שמות ט' ב) שית זמנין עשר שתין נפש כדין שלימו וא"ו עשר זמנין וא"ו שי"ת זמנין עשר. (דוא"ו) וא"ו סלקא (בעשר) בי' וא"ו נחתא בה"א אשתלים וא"ו גו עשר שית זמנין כדין הוו שתין לאקמא מעפרא ובכל שתין ושתין מההוא אלף שתתיתאה אתתקף ה"א וסלקא בדרגוי לאתתקפא ובשית מאה שנין לשתיתאה יתפתחון תרעי דחכמתא לעילא ומבועי דחכמתא לתתא ויתתקן עלמא לאעלה בשביעאה כבר נש דמתתקן ביומא שתתיתאה מכי ערב שמשא לאעלא בשבתא. אוף הכי נמי. וסימניך (בראשית ז') בשנת שש מאות שנה לחיי נח וגו' נבקעו כל מעיינות תהום רבה. א"ל רבי יוסי כל דא אריכו זמנא יתיר מכמה דאוקמוה חברייא דאיהו יומא חד גלותא דכנסת ישראל ולא יתיר דכתיב (איכה א') נתנני שוממה כל היום דוה. א"ל הכי אוליפנא מאבא ברזין דאתוון דשמא קדישא וביומי דשני עלמא וביומי דבראשית וכלא רזא חדא איהו
דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 3:15 pm#244299
לעיקוואד האט געשריבן:גערעכט.
מדארף אבער ברענגען די גאנצע שטיקל.. ס'איז נישט נאר דער שורה נאר א גאנצע נבואה מפורטת. ער איז מסביר אז אלף החמישי איז געווען גלות , און אלף הששי וועט יעדער זעכציג יאר די וועלט ארויפגיין נאך א דרגה. איך ווייס נישט וויאזוי מען איז דאס מסביר אין די מציאות. וואס איז אנדערש למעשה אלף הששי פון אלף החמישי און וואס איז געשעהן יעדער זעכציג יאר? אדער וואס איז פונקט מיוחד לשנת ת''ר? ווען ער וואלט געזאגט ת''ק, אדער תר''נ, אדער תר''פ, וואלט מען אויף געטראפען עפעס שנתגלה אז.

למה זה סותר לנבואה דאלף השישי?
כמו כן פשוט שאין כוונתו לחכמות חיצוניות אלא לחכמת התורה.


בשית מאה שנין לשתיתאה יתפתחון תרעי דחכמתא לעילא ומבועי דחכמתא לתתא ויתתקן עלמא לאעלה בשביעאה כבר נש דמתתקן ביומא שתתיתאה מכי ערב שמשא לאעלא בשבתא
דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 4:22 pm#244313
נקודה החבדי"ת: ייש"כ. אבער לעיקוואד האט פארגעסן אז איך האב אין מיין אריגינאלן מאמר אנגעצייכנט אז די מערסטע טעכנאלאגישע ערפינדונגען זענען אנטוויקלט געווארן נאך דעם יאר ת"ר/1840. דאס קענמען נאכקוקן אין וויקיפעדיע, גוגל, אדער אזוי ווי איך האב געטון דעם אלט-מאדישן וועג. אין אן אלמאנאך...!
דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 5:13 pm#244331
@נקודה, ווער זאגט סאיז סותר,נאר אז מאיז מפרש א שטיקל זוהר דארף מען עס זאל שטימען די גאנצע שטיקל בהקשרו, נישט נאר איין שורה. באופן כללי זאגט דער זוהר אז דער גאנצער אלף הששי איז דער זמן הגאולה, און איז מפרט פארשידענע חלקים דערפון, דארף מען מסביר זיין הכלל והפרט, נישט סתם אנכאפן איין שורה.

חכמתה לתתא קען מען מפרש זיין אויב מוויל דווקא אבער דאכציך עס איז נישט פשוט פשט לפי הנשמע מענין הזוהר על פי רוב וואס איז מעורר אז די חכמת הנסתר איז וואס ברענגט די גאולה.

כ'האב קיינמאל געהערט אז פונקט שנת ת''ר זאל האבען געווען עפעס מיוחד מער ווי אסאך יארען פריער און נאכדעם.
דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 5:38 pm#244334
@בערעל, וויקיפעדיע צייכענט בכלל נישט אן ספעציעלע טעכנעלאגישע ערפינדונגען און די 1940'ס m http://en.m.wikipedia.org/wiki/Timeline ... inventions m
דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 5:52 pm#244337
גימפל האט געשריבן:@בערעל, וויקיפעדיע צייכענט בכלל נישט אן ספעציעלע טעכנעלאגישע ערפינדונגען און די 1940'ס http://en.m.wikipedia.org/wiki/Timeline ... inventions

דו האסט נישט מדייק געווען. אין די יארן נאך 1840...1
דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 6:15 pm#244344
אנטשולדיג, איך האב געמאכט א טעות מיט די יארען. איך האב גערעדט פון 1840, עפען די לינק וועסטו זעהן פון וואס איך רעד. בכלל איז נישט יושר צו זאגען אז זייט 1840 איז דא די מערסטע ערפינדונגען, ווען א יעדע יאר מערט זיך ערפינדונגען, סאו פארוואס עפעס רעכנסטו דוקא פון 1840?
דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 11:15 pm#244416
גימפל האט געשריבן:אנטשולדיג, איך האב געמאכט א טעות מיט די יארען. איך האב גערעדט פון 1840, עפען די לינק וועסטו זעהן פון וואס איך רעד. בכלל איז נישט יושר צו זאגען אז זייט 1840 איז דא די מערסטע ערפינדונגען, ווען א יעדע יאר מערט זיך ערפינדונגען, סאו פארוואס עפעס רעכנסטו דוקא פון 1840?

ווייל ביז צום יאר 1840 איז טאקע יא געווען עטליכע, אבער זייער ווייניג טעכנישע ערפינדונגען. ווי למשל די פרינטינג פרעסס און די סטיעם ענדזשין. אבער דער פראקטישער באנוץ פון עלעקטריציטעט, טעלעפאן, טעלעגראף וכדומה, האט זיך נאר דעוועלאפט נאך דעם יאר 1840
דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 11:25 pm#244424
לעיקוואד האט געשריבן:@נקודה, ווער זאגט סאיז סותר,נאר אז מאיז מפרש א שטיקל זוהר דארף מען עס זאל שטימען די גאנצע שטיקל בהקשרו, נישט נאר איין שורה. באופן כללי זאגט דער זוהר אז דער גאנצער אלף הששי איז דער זמן הגאולה, און איז מפרט פארשידענע חלקים דערפון, דארף מען מסביר זיין הכלל והפרט, נישט סתם אנכאפן איין שורה.

אה"נ, אבל בנוגע לפרט זו נתאמת
חכמתה לתתא קען מען מפרש זיין אויב מוויל דווקא אבער דאכציך עס איז נישט פשוט פשט לפי הנשמע מענין הזוהר על פי רוב וואס איז מעורר אז די חכמת הנסתר איז וואס ברענגט די גאולה.

אדרבה פי' הפשוט, דחכמתא לעילא-תורה ומבועי דחכמתא לתתא-טבע וכיוצ"ב (וראה מפרשי הזהר שם)
כ'האב קיינמאל געהערט אז פונקט זאל האבען געווען עפעס מיוחד מער ווי אסאך יארען פריער און נאכדעם.

י"ל שהכוונה משנת ת''ר, כהכנה לאלף השביעי וכמ"ש שם
מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 6:04 am#244496
וואסארא מין 'נתאמת' איז דאס ווען פון א גאנצע שטיקל נבואה אויף טויזנט יאר שטימט אפשר א האלבע שורה. ווען איינער זאגט מיר א פשט אין א שטיקל זוהר וואס עס שטימט נאר איין שורה פון א גאנצע שטיקל הייסט דאס דער פשט איז אפגעפרעגט, נישט אז נו דער שורה פארשטיי איך הגם עס שטימט נישט קיין ווארט פריער און שפעטער.

אויך 'פון' ת"ר ווייס איך נישט וואס איז ספעציעל פון דער יאר, אז דאס זאל זיין דער חילוק פון פאר דעם און נאכדעם. כאמור בערך אויף יעדער יאר פון 1300 ביז 2000 קען מען מאכען אזא קעיס.

חכמתה דעילא ותתא איז א דרש אויף די פסוקים פון מבול וואס שטייט אזוי, וכן כל הדרוש שם. בפשטות מיינט עס פארשידענע מקורות החכמה. מ'קען מפרש זיין וויאזוי מ'וויל. איך זאג נאר אז פון דער עיקר תוכן פון דער שטיקל און כמו כן פון אסאך ענליכע שטיקלעך זוהר איז מסתבר אז די כוונה איז אויף גילוי פנימיות התורה, וואס אויף דעם שטימט טאקע די גאנצע שטיקל וויבאלד דער זוהר איז טאקע נתפרסם געווארען אנפאנג אלף הששי, (ת"ר קענסטו מפרש זיין אויף חסידות אויב דו ווילסט :) ), און איז זיך מתנבא אויף ווייטער פארשידענע מדרגות שאין אתנו יודע בדיוק כוונתם. וואס חכמות חיצוניות קומט דא אריין ווייס איך נישט. און איז הכלל זיכער נישט דער עיקר כוונה. ובכלל כ"ז מענין מחשבי קיצין שכבר הזהירו שאין יודעים בזה.
מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 9:49 am#244518
לעיקוואד האט געשריבן: וואס חכמות חיצוניות קומט דא אריין ווייס איך נישט. און איז הכלל זיכער נישט דער עיקר כוונה.

סעיף ב
מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 11:51 am#244543
נקודת החבדית האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן: וואס חכמות חיצוניות קומט דא אריין ווייס איך נישט. און איז הכלל זיכער נישט דער עיקר כוונה.

סעיף ב

ער זאגט א פשט אז פון די חכמות חיצוניות קען מען זיך לערנען פארשידענע ענינים אין עבודת השם, ובכלל אלץ איז לבושים אויף אלוקות, וכו'.
ער ברענגט אבער נישט קיין הוכחה אז דאס מיינט חכמה דלתתא, ולא ציינו מ"מ לזה. עס קען דאך פונקט אזוי זיין אז לעילא מיינט עתיק און לתתא מיינט ז"א, צו עפעס אזוי. בכלל דארף מען חוקר זיין וואס דער זוהר האלט וועגן חכמות חיצוניות.
אינטרעסאנט ווער עס האט די ערשטע מפרש געווען דער זוהר אזוי. וויאזוי האט מען עס געלערנט פאר שנת ת"ר? (דאס איז בעצם המלוכה'ס שאלה..)
אינטרעסאנט ער האקט קעגן קיין אין קאלעדזש און איז מפרש אז אפילו א צדיק גמור אסור להכניס עצמו לנסיון. ובעצמו וכו'. ער זאגט ערגעץ פשט אין דעם?
מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 12:13 pm#244558
גוגל פארציילט אז דער קול התור מאכט שוין א גרויס עסק דערפון גם לענין חכמות חיצוניות אבל אינו מפרש ככה עילא ותתא אלא שיש לו לפי דרכו פלפולים בענין ז חכמות וכו'.
m http://he.wikisource.org/wiki/%D7%A7%D7 ... %94_%D7%91 m

דער ראדזינער איז עס מפרש אויף זיין זיידע וואס האט דעמאלטס אנגעהויבען מסביר זיין זיין תורה און איז אוועק פון קאצק m http://hebrewbooks.org/pagefeed/hebrewb ... 397_25.pdf m

דער חידושי הרי"מ איז מסביר אויף תיקון מידת היסוד שיאר האור גם במקומות החשוכים
m http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 3980_8.pdf m

דער שם משמואל ברענגט פון ווארקע רבי אז עס האט געדארפט זיין א גילוי חכמת התורה און די חיצונים האבען עס פארכאפט שלא היו ראויים "וכמו שהגיד הרב הקדוש מווארקה זצ"ל, בהא דאיתא בזוהר הקדוש בשית מאה שנין לשתיתאה יתפתחו תרעין דחכמתא לעילא ומבועי דחכמתא לתתא, והגיד הוא זצללה"ה שכן היה, אלא באשר היו ישראל אז בלתי ראויין לה, נמסרה החכמה לחיצוניים, ומזה בא שמאז נתחדשה להם הרב חכמה בחכמת הטבע"
m http://www.aspaklaria.info/040_MEM/%D7% ... %D7%A2.htm m

ומצאתי מציינים לס' אשמורת הבוקר לר שלמה כהן שמפרש שמדבר גם על חכמות העולם, והוא מפרש בפשטות שגם חכמות חיצוניות עוזרים לתיקון העולם לבנות בנינים נאים וכדומה..
מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 1:06 pm#244578
לעיקוואד האט געשריבן:אינטרעסאנט ער האקט קעגן קיין אין קאלעדזש און איז מפרש אז אפילו א צדיק גמור אסור להכניס עצמו לנסיון. ובעצמו וכו'. ער זאגט ערגעץ פשט אין דעם?

אין הרב דויטש'ס ביכל Larger Than Life האב איך געליינט אן עסיי וואס ער האט מפרסם געווען אין עפעס א צייטונג (כ'מיין דער אלגעמיינער), וואו ער שרייבט אז ער איז מעיד פון פערזענליכע עקספיריענס די שוועריקייטן וואס אן ארטאדאקסישער יוגנטליכער גייט דורך ביים ווערן קאנפראנטירט מיט סעקולערע לימודים, און דערפאר ווארנט ער אן יעדן מ'זאל נישט גיין אין קאלעזש.
עפעס א בחינה ווי "דארטן איז דא א נישט צניעות'דיגע בילד, קיינער זאל נישט קוקן."
אגב, ס'איז מיר שטארק געפאלן זיין בראווקייט דאס צו שרייבן. שטעל זיך פאר סאטמארער רב זאל זאגן אז מען טאר נישט גיין צום כותל ווייל ער איז אמאל געווען און ער האט ממש געשפירט ווי ער ווערט פארכאפט אין ציונות. פון די אנדערע זייט קען מען דאס אנקוקן אלס היפאקריטיע.
זונטאג יאנואר 25, 2015 10:43 pm#250098
המלוכה והממשלה האט געשריבן:ס'געשעהן א ערדציטערניש און נאכדעם קומען אפיר מענטשען און זאגן אז יענע צדיק און מקובל האט געזאגט פארויס אז ס'גייט געשעהן. מ'טרעפט די גוף פון א הרוג , און נאכדעם הערט מען אז יענע רבי האט "געןויסט" ווי ס'איז.

צו הערן ווען נביאות נאכדעם וואס ס'געשעהן איז נישט אינטערסאנט ווייל מ'קען עס נישט געהעריג אפשאצן און מ'דארף זיך מער פארלאזן אויף שמיעות.

די קינץ איז ווען מ'הערט עפעס פארדעם און ס'געשעהט טאקע.

די אשכול איז מיוחד פאר נביאות און פרעדיקשענס פון צדיקים , מקובלים און כישוף מאכערס פאר די צייט וואס ס'דארף געשעהן , און נאכדעם וועלן אונז צוזאמען זעהן אויב ס'געשעהט טאקע.

לאמיר אנפאנגען מיט א נביאה וואס איז נוגע פאר א חודש ארום


אין ליכט פון דעם ערווארטעטן שניי איז ווערד ארויפצוברענגען די תגובה.
מאנטאג יאנואר 26, 2015 11:48 am#250144
רבי משה וואלפסאהן האט געזאגט אז די טעג פון אייסיס איז געציילטע, "המן מיט אלע גערודער וואס ער האט געמאכט, מיט אלע גזירות וואס ער האט ארויף געלייגט אויף אידן און גוים, מיט דעם אלעם נאך 70 האט מען איהם אויף געהאנגען".
דינסטאג יאנואר 27, 2015 2:05 am#250365
IMG_20150127_003000.png
בליזארדס אין NYC פון 1978
IMG_20150127_003000.png (150.42 KiB) געזען געווארן 2006 מאל


ו' י'היה ג' ש'בט:
פון תשל"א זענען נאר די יארן אויסגעקומען פרייטאג ג' שבט. תשע"ה איז די ערשטע יאר, וואס עס איז דא א בליזארד ווען עס געפאלט  ג' שבט אום פרייטאג.


תשל"א 1971
תשמ"ה 1985‏
תשמ"ח 1988
תשנ"א 1991
תשנ"ח 1998
תשע"ב 2012
תשע"ה 2015

תשע"ח 2018
תשפ"ט 2029
תשצ"ב 2032
תשצ"ו 2036
תשצ"ט 2039
תת"ב -2042‏
‏
קיין שום בליזארד איז נישט געפאלן אין ניו יארק סטעיט, אין די דאזיגע יארן. חוץ תשע"ה!‏ (אין סיביר אפשר יא).
‏
דינסטאג יאנואר 27, 2015 2:40 am#250371
זוכער האט געשריבן:
IMG_20150127_003000.png


ו' י'היה ג' ש'בט:
פון תשל"א זענען נאר די יארן אויסגעקומען פרייטאג ג' שבט. תשע"ה איז די ערשטע יאר, וואס עס איז דא א בליזארד ווען עס געפאלט  ג' שבט אום פרייטאג.


תשל"א 1971
תשמ"ה 1985‏
תשמ"ח 1988
תשנ"א 1991
תשנ"ח 1998
תשע"ב 2012
תשע"ה 2015

תשע"ח 2018
תשפ"ט 2029
תשצ"ב 2032
תשצ"ו 2036
תשצ"ט 2039
תת"ב -2042‏
‏
קיין שום בליזארד איז נישט געפאלן אין ניו יארק סטעיט, אין די דאזיגע יארן. חוץ תשע"ה!‏ (אין סיביר אפשר יא).
‏

דו האסט געהעריג געהארגעט די זאך
דינסטאג יאנואר 27, 2015 11:16 am#250405
זוכער האט געשריבן:קיין שום בליזארד איז נישט געפאלן אין ניו יארק סטעיט, אין די דאזיגע יארן. חוץ תשע"ה!‏ (אין סיביר אפשר יא).
‏

תשע"ה דערווייל אויך נישט...... :lol:
מיטוואך יאנואר 28, 2015 5:52 am#250602
עס שטייט דען ערגעץ דווקא אין ניו יארק סטעיט?
זונטאג נאוועמבער 06, 2016 6:09 pm#353694
ענדליך האבן אונז א אויפריכטיגע מקובל וואס ווארט נישט אויף לאחר המעשה צו זאגן אז ער האט שוין עפעס פרעדיקטעד נאר איז גרייט יעצט עס אראפצושרייבען מיט א קלארע דעיט.
ער זאגט פאר אז קלינטאן גייט געווינען מיט 54% און טראמפ וועט באקומען 46%.
יעצט דארף מען ווארטען צו זעהן אויב ער וועט זיין גערעכט.
זונטאג נאוועמבער 06, 2016 6:46 pm#353696
פאפולער אדער עלעקטאראל?
ער גיט גארנישט פאר דזשאהנסאן?
זונטאג נאוועמבער 06, 2016 6:50 pm#353697
המלוכה והממשלה האט געשריבן:ענדליך האבן אונז א אויפריכטיגע מקובל וואס ווארט נישט אויף לאחר המעשה צו זאגן אז ער האט שוין עפעס פרעדיקטעד נאר איז גרייט יעצט עס אראפצושרייבען מיט א קלארע דעיט.
ער זאגט פאר אז קלינטאן גייט געווינען מיט 54% און טראמפ וועט באקומען 46%.
יעצט דארף מען ווארטען צו זעהן אויב ער וועט זיין גערעכט.


איינער האר אפגעשריבען די סי ען ען פאול און מען פארקויפט דאס פאר א נבואה.

אפשר האר ער גאר געבעטען די גבאי צו שיקן א וועט קיין וועגאס און ער האט דאס געליעקט צו וויקי ליעקס. ווער ווייסט?
זונטאג נאוועמבער 06, 2016 6:51 pm#353698
המלוכה והממשלה האט געשריבן:ענדליך האבן אונז א אויפריכטיגע מקובל וואס ווארט נישט אויף לאחר המעשה צו זאגן אז ער האט שוין עפעס פרעדיקטעד נאר איז גרייט יעצט עס אראפצושרייבען מיט א קלארע דעיט.
ער זאגט פאר אז קלינטאן גייט געווינען מיט 54% און טראמפ וועט באקומען 46%.
יעצט דארף מען ווארטען צו זעהן אויב ער וועט זיין גערעכט.


עטליסט דער מקובל האט די שכל צו פרעדיקטן א געווינס פאר קלינטאן, זי שטייט שטערקער אין אלע פאולס. אנדערע בעלי רוח הקודש, ווי לדוגמא די קניבסקער רבי, פרעדיקטן א געווינס פאר טראמפ.
זונטאג נאוועמבער 06, 2016 8:51 pm#353705
עפעס פראצענטן גייען צו דריטע פארטיי קאנדידאטן ניין?
מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 8:18 pm#353816
גראדעמעכעלע האט געשריבן:עפעס פראצענטן גייען צו דריטע פארטיי קאנדידאטן ניין?

צ"ע,
אבל לפי הבנת התו"ח בדברי הרש"ש אפשר לתרץ ודו"ק
דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 4:13 pm#353974
גראדעמעכעלע האט געשריבן:עפעס פראצענטן גייען צו דריטע פארטיי קאנדידאטן ניין?

אויב וועט ער נישט זיין אקוראט גערעכט וועט ער דאן קענען זאגן אז ער האט נישט געוואוסט אז עס לויפן נאך עטליכע....
דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 5:13 pm#353980
ווער עס וועט געוואונען האט ער געוואוסט מיט פונקטליכע ציפערן, אבער אז עס לויפן נאך צוויי האט ער נישט געוואוסט...
מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 9:40 am#354058
הוגה האט געשריבן:
עטליסט דער מקובל האט די שכל צו פרעדיקטן א געווינס פאר קלינטאן, זי שטייט שטערקער אין אלע פאולס. אנדערע בעלי רוח הקודש, ווי לדוגמא די קניבסקער רבי, פרעדיקטן א געווינס פאר טראמפ.

מיין אינגעל זאגט מיך היינט צופרי אז ר"ח קנייבסקי האט צוגעזאגט א געווינס פאר טראמפ, האב איך עם געזאגט אז ס'נישט אמת און ס'איז סתם (חסידישע) פראפעגאנדע, און אפי' ווען יא מיינט עס אויך גארנישט וכו' אבער יעצט זע איך אז הוגה האט אויך געוואוסט פון דעם...
נו האט ער יא א רוח הקודש אדער נישט?
מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 9:50 am#354060
נישט סתם. ער האט אויך צוגעזאגט קענסער פאר אלע סמארטפאון באניצער, און אויך האט ער שוין זעקס הונדערט מאל פארשפראכן ביאת משיח און מלחמת גוג ומגוג.
מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 11:29 am#354070
מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 12:09 pm#354075
ווער איז דער פארשוין?
וואס זאגט ער דא?
:ugeek:
דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 4:28 pm#354257
ביבער האט געשריבן:


איז ער נישט דער זעלבער וואס האט מיר גערופען פאר 2 חדשים צוריק און געזאגט אז ער ארבעט פאר די איי אר עס?

זעהט אויס אז ער האט געמאכט גענוג געלט צו ווערען א נביא. (אוי ווען די היינטיגע רעבעלאך וואלטען ווען געקענט דאס טוהן)
מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 12:26 am#355082
מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 12:28 pm#355103
Re: נבואות וואס דארפן געשעהן אין די עתיד
אייז קריעם האט געשריבן:https://www.google.com/amp/fox59.com/2016/11/20/professor-who-predicted-election-win-says-trump-will-be-impeached/amp/?client=ms-android-att-aio-us

נישט ממש נביאות, דאס אז דער דאנעלד גייט געווינען איז געווען א מאטעמאטישע חשבון, און דאס אז ער גייט ווערן אימפיטשט איז נאר א gut feeling