Under maintenance
הויפט זייט » עיר אזיא פלייט QZ8501 געקראכט אין וואסער

עיר אזיא פלייט QZ8501 געקראכט אין וואסער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8021
מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 11:47 pm#243690
עיר אזיא פלייט QZ8501 געקראכט אין וואסער
א עירבאס A320 וועלכע איז ארויסגעפלויגן פון אינדאנעזיע אויפן וועג קיין סינגאפאר איז פארשוואונדן געווארן מיט איבער 160 פאסאזשירן העכער אינדיאנעזישע לופט ספעיס.

קיו זי 8051 איז ארויסגעפלויגן פון שטאט סוראביע אום 5:20 פארטאגס לאקאלע צייט אין אינדאנעזיע און האט פארלוירן קאנטאקט מיט די טרעפיק קאנטראלערס ארום א שעה שפעטער אום 6:17 לאקאלע צייט, די פליגער איז געווען ערווארטעט אין סינגאפאר אויף 8:30.

די אויטאריטעטן געבן יעצט איבער אז די פליגער האט געבעטן א אומגעווענליכע רוט מינוטן פאר זי איז פאשוואונדן געווארן.
מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 11:48 pm#243691
Shocks !!!!!
מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 11:52 pm#243694
פארהאן קעגנזייטיגע באריכטן 155 אדער 162 פאסאזשירן.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 12:15 am#243698
לאלי פאפ וואס מיינט אומגעווענליכע רוט מינוטן?
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 12:26 am#243702
ארויסגעפלויגן פון סוראַבאַיאַ אין אינדיאנעזיע, געווען ערווארטעט אין סינגאפאר 8:30 לאקאלע צייט.
לעצטע פארבינדונג אום 6:17 צופרי לאקאלע צייט.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 12:29 am#243704
געענדיגט מיט באואינג, יעצט איז די רייע אויף עירבאס? פחדים נוראים!
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 12:32 am#243706
שמעקי איך לאז דיר נישט פליען אין יענע געגנט! דו הערסט?
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 1:03 am#243712
לאליפאפ האט געשריבן:פארהאן קעגנזייטיגע באריכטן 155 אדער 162 פאסאזשירן.

מן הסתם 162 מיט די פלייט קרו.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 3:01 am#243724
בד''ה.
געטראפען די צוקראכטע עראפלעין
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 3:27 am#243730
איך זעה עס נישט אין די נייעס?
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 3:34 am#243731
@AlwaysActions: BREAKING: #AirAsia plane wreckage found off Belitung Island - reports #QZ8501 @dailyrapid
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 3:35 am#243732
ראשעקאל איז די בעסטע נייעס קוואל! אין בודקין מן המזבח ולמעלה!
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 3:43 am#243734
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 9:44 am#243743
די פליגער פעלט נאך. די אלע אויבנדערמאנטע נייעס באריכטן זענען שטותים.
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 10:39 am#243756
דא איז דע ריכטיגע בילד אין אינפארמעשען פין דע פליגער וואס פעלט, א צוויי מאטארדיגע bus air 320!
דאס בילד פון "ישראל קאפגע" איז א 340 air bus וואס איז א 4 מאטארדיגע פליגער!

m http://www.planespotters.net/Aviation_P ... ?id=265890 m
מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 2:53 pm#244073
נאך אלץ נישט קיין נייעס ?????
געוואלד און געשריגן! כ'קעניש שלאפן רואיג!!!!!
מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 3:00 pm#244079
דארפסט נישט שלאפן יעצט, ס'איז העל טאג
מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 3:15 pm#244082
איך שלאף ווי בעיבי,
איך גלייב די געלע מענטשן אין ווייטן אזיע וואלטן פונקט אזוי גוט געשלאפן ווען ס'וואלט חלילה פאסירט ביי אידן אין אמעריקע
מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 5:13 pm#244105
גאלד, לו יהא כדבריך, אבער כ'מיין נישט דוקא געלע אדער גרינע מענטשן, כ'מיין בכלליות דער זיכערהייט פון פליען.
אבער סאמהוא טוט מיר וויי אפילו געלע מענטשן (וואטעווער דעט מיענס), ווי האט נאר כוכב געשריבן: רחמנות באשטעלט מען נישט ביי עמעזאן, ודפח"ח
מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 5:44 pm#244109
שמעקעדיג האט געשריבן:גאלד, לו יהא כדבריך, אבער כ'מיין נישט דוקא געלע אדער גרינע מענטשן, כ'מיין בכלליות דער זיכערהייט פון פליען.
אבער סאמהוא טוט מיר וויי אפילו געלע מענטשן (וואטעווער דעט מיענס), ווי האט נאר כוכב געשריבן: רחמנות באשטעלט מען נישט ביי עמעזאן, ודפח"ח



זיכערהייט פון פליען???? די ווייסט אז מער מענטשען שטארבען טעגליך פון קאר עקסידענטען ווי א יאר עראפלאנען. די פארסט נישט אין א קאר וועגען זיכערהייט? פליז האב נישט קיין שלאפלאזע נעכט וועגען ערעפלאנענן וואס פליען אריין איבער דעם סמבטיון אדער אריין אין די פתח פון גיהנום.
דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 1:03 am#244184
ישמעאל הכהן האט געשריבן:דארפסט נישט שלאפן יעצט, ס'איז העל טאג


די כולל אינגעלייט כאפן די שינת צהרים עקזעקטלי 2:00 ,
ווי עס שיינט איז שמעקדיג פין דעי,
דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 2:00 am#244191
העי גילוי!!
כ'בין מודה, כ'שלאף טאקע א שינת צהרים אין כולל, איין טיש אוועק ווי יאיר לערנט בחברותא מיט ציבעלע קוגל. באט ביטע נישט פארציילן ברבים.
דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 6:09 am#244205
40 גופות זענען שוין ריקאווערד פון די שטח ווי מ'גלייבט אז דער פליגער האט געקראכט.
דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 8:23 am#244207
ווי אויך שטיקער ברוכווארג.
דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:51 am#244214
כ'האף אז זיי זענען גליייך געשטארבען. נישט אויסגעגאנגען ווארטענדיג פאר הילף
דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:39 am#244226
לאליפאפ האט געשריבן:40 גופות זענען שוין ריקאווערד פון די שטח ווי מ'גלייבט אז דער פליגער האט געקראכט.

כ'זעה נישט אין ערגעץ אזא נומער. בלויז 2-3 פאסאזשירן האט מען דערווייל רעקאווערד.
מיענטיים, די משפחות וואס האבן געלעכצט פאר אינפארמאציע האבן ווי פארשטענדליך אלע אויסגעבראכן אין יאמערליכע געוויינען, און טייל האבן גע'חלש'ט, ביים הערנדיג די נייעס, נישט קענענדיג גלייבן אז זייערע נאנטע זענען מער נישטא.
די עירליין האט זיך אנטשולדיגט פאר די משפחות און געזאגט אז זיי קענען נישט אויסדרוקן מיט ווערטער זייער צער און ווייטאג פאר די באטראפענע משפחות.
די עירליין האט געברענגט צו די משפחות רעליגיעזע פירער און פסיכאלאגן, זיי צו בארואיגן און טרייסטן.
מערערע לענדער האבן געשיקט הילף צו זוכן די עראפלאנען, אינקלודינג אמעריקע וועלכע האט געשיקט איבער 10 שיפן און העליקאפטערס, ספעציעל געאייגענט פאר אזעלכע פעלער.

ראשעקאל האט געשריבן:כ'האף אז זיי זענען גליייך געשטארבען. נישט אויסגעגאנגען ווארטענדיג פאר הילף

זיי זאגן אז אויב איז דער פראבלעם געווען נאר געווען די שלעכטע וועטער, האבן זיי מסתמא געהאט א לענגערע פיינפולע טויט מיט היבש שרעק; אויב אבער איז עס געווען אן עקספלאוזשען וכדו' דאן זענען זיי אומגעקומען תיכף ומיד.
דערווייל ווארט מען צו טרעפן די שווארצע (אראנדזשע) באקסעס פאר פולע אינפארמאציע.
דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:42 am#244227
איינע פון די סיבות אז מען האט דא געטראפן גרינג און שנעל דעם פליגער איז, אז די וואסער וואו מען האט עס געפינען איז נישט צו טיף. בלויז בערך 160 פוס.
בעת דער מאלאזיער פליגער וועלכע מען זוכט אין די אינדיען אקעאן איז בערך 100 (!) מאל טיפער.
פרייטאג יאנואר 02, 2015 12:25 am#245241
UPDATE: AirAsia just announced they are finishing up pulling all bodies of first class from the water and will start business class and then economy
פרייטאג יאנואר 02, 2015 1:35 am#245260
לצים...
מוצ"ש יאנואר 03, 2015 8:46 pm#245513
גרויסע שטיק פון עראפלעין געטראפן מיט 30 קערפערס
מאנטאג יאנואר 12, 2015 11:36 pm#247630
ברעיקינג. געטראפן די שווארצע באקסעס.
מיטוואך יאנואר 21, 2015 11:39 pm#249354
די ערשטע רעזולטאטן פונעם וואויס רעקארדער פארציילט אז מערערע אלארמ'ס האבן זיך שארף צוקלינגען ווארענענדיג די פילאטן אז דער פליגער 'סטאלט', ד.ה. ער פארט צו שיעף און גייט טראסקען (אויב פארט עס צו שיעף קען די פליגלען נישט האלטן דעם עראפלאן), עס איז געווען אזויפיל ווארענונג אלארמ'ס אינעם קאקפיט אז מען קען ממש נישט הערן וואס די פילאטן שמועסן צווישן זיך. הגם מען הערט אזויפיל אז זיי טוען כל מה שביכולתם צו ראטעווען דעם מצב.

איין אנאליסט זאגט אז דער אינצידענט איז זייער ענליך צום עיר-פראנס פליגער וועלכע האט אויך געטראסקעט אין ים אריין מיט א 5 יאר צוריק, אומברענגענדיג 228 מענטשן. יענץ האט אויך פאסירט מיט א עירבאס עראפלאן.
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 12:01 am#249362
מיטן פארן שיעף ארויף צו שטארק הייבט עס אן סטאלן צוליב וואס דער פליגער פארלירט דעם ספיד וואס ער האט ווען ער פארט גראד
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 7:38 pm#249591
נאך 6 קערפער זענען געפינען געווארן אין ים.
דערווייל זענען שוין 59 (פון די 162) קערפער אפגעפינען געווארן.

בילד