Under maintenance
הויפט זייט » והיתה לך שפחת עולם.. אנא אלי מחמד לבי

והיתה לך שפחת עולם.. אנא אלי מחמד לבי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8100
דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 1:10 pm#246882
והיתה לך שפחת עולם.. אנא אלי מחמד לבי
אזוי איז די ארגינעל פיוט פון אלעזר אזכרי, פון זיין הייליגן עמאשנעל פיוט ידיד נפש אב הרחמן. איינער שרייבט אז מ'האט געטוישט אנא אלי מחמד לבי צו אלה חמדה לבי נישט צו זאגן דעם נאמען וואס ענדלט צו איסלאם נביא מחמוד.

והיתה לך שפחת צו והיתה לה שמחת זעט אויס פשוט א טעות וואס האט זיך אריינגעכאפט און אזוי געבליבן?
דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 1:13 pm#246884
ווי קען מען זעהן דער ארגינעלע נוסח?
עס איז ערגעץ געדריקט מיט דעם נוסח?
דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 1:16 pm#246885
YedidNefesh.jpg
YedidNefesh.jpg (203.07 KiB) געזען געווארן 607 מאל
דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 1:16 pm#246886
דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 1:23 pm#246887
עטץ האטס ביידע גיבענגט א זאך פון א מענטש בלי שם
עס איז דא ערגעץ א אלטע סידור וכו' וואס שטייט דער נוסח?
דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 1:28 pm#246889
דעס זעט אויס ווי פון אן אלט סידור, מיט דעם נוסח ''מחמד''

858.jpg
858.jpg (26.19 KiB) געזען געווארן 590 מאל
דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 2:21 pm#246896
איז מעגליך אז פונקט די צוויי ווכרטער פון "מחמד" אין "שפחה" איז "בטעות" געטוישט?

אפשר קען מען זאגען מען אז עס האט א שייכות, מען האט מורא געהאט פון די צוויי ווערטער סזאל נישט אויסזען וואו אינז זאגען מחמד אינזער שפחה..

אין יענע צייטען מיט די פארנאטען האט מען זיך נישט געקענט אויסרעכענען

אלא בדרך אפשר.
זונטאג יאנואר 11, 2015 3:36 pm#247345
אויף די ווארט שפחה קען מען זיך טועה זיין אז עס מיינט שמחה
אויף די ווארט מחמד וועט מען מוזן זאגן פשט אזוי ווי די פריערדיגע אז מען האט נישט געוואלט דערמאנען זייער שמייליגן נביא