מאנטאג יאנואר 19, 2015 7:58 pm#248937
לוינט זיך יעצט איינצוהאנדלען סטאקס אין "ראדיאו שעק"?
ראדיאו שעק'ס סטאק טראסקעט. ס'פארקויפט זיך כמעט פאר א קוואדער. מאנכע זאגן זיי גייען באלד באנקראטירן. לוינט זיך צו קויפן אדער נישט?
בן תמליון האט געשריבן:דער שפריכווארט גייט, חאפט נישט קיין מעסער וואס פאלט. אז עס טראסקעט שטייט ווייט איר קענט פאר דאס געלט פרובירן אין א קאסינא.
outspoken האט געשריבן:כ'קוק עס אן ווי 'קאדעק' זיי זענען געבליבען שלאפען ווען די וועלט האט זייך געדריידט, אדרבה זאג אן סיבה מ'זאל דארט אריין גיין.
קורקלענד האט געשריבן:outspoken האט געשריבן:כ'קוק עס אן ווי 'קאדעק' זיי זענען געבליבען שלאפען ווען די וועלט האט זייך געדריידט, אדרבה זאג אן סיבה מ'זאל דארט אריין גיין.
קאדעק איז א טעכנאלאגישע פירמע וואס פראדאצירט עלעקטראניקס. ר"ש איז א געשעפט און איך גלייך עס ענדערש צו צו 'בעסט ביי'
קורקלענד האט געשריבן:@outspoken
ראדיאו שעק האט אויך א ניטש פון האביאיסטן. די פראבלעם איז אז מענטשן היינט ווייסן נישט און אפילו די ארבייטער דארט ווייסן נישט קיין סאך אין דעם נושא. אוי ווער געדענקט די גוטע צייטן? מייקרא סענטער איז אין די זעלבע ליין און ניטש און עס זעהט אויס ווי ס'גייט זיי גוט. סוי די ביזנעס/ליין וואלט איך נישט אזוי אוועקגעמאכט.
outspoken האט געשריבן:Time to short the stock.
ראשעקאל האט געשריבן:כ'האב דערווייל פארדינט 80$
קורקלענד האט געשריבן:outspoken האט געשריבן:Time to short the stock.
וואס עס גייט זיין ווייס איך נישט! זעהט אויס אז איר ווייסט יא.
איז דאס פון א טעקניקעל אדער א פונדאמענטאל שטאנדפונקט?
איך מיין נישט אוועק צו מאכן, איך וויל פשוט פארשטיין.
עזריאל האט געשריבן:פארקויפט שנעל אייערער סטאקס זיי גייען דעקלערן בענקראפסי סוף חודש, אלע סטארס ווערן פארקויפט פאר ספרינט.
mobile.reuters.com/article/idUSKBN0L61Z720150202?irpc=932
קורקלענד האט געשריבן:עזריאל האט געשריבן:פארקויפט שנעל אייערער סטאקס זיי גייען דעקלערן בענקראפסי סוף חודש, אלע סטארס ווערן פארקויפט פאר ספרינט.
mobile.reuters.com/article/idUSKBN0L61Z720150202?irpc=932
לויט ווי איך געדענק האט אמעריקען עירליינס אויך דערקלערט בענקראפסי און היינט........ ווער עס האט דאן געקויפט האט איצט טויזנט מאל די געלט.