Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אסעמבלי ספיקער סילווער ארעסטירט

אסעמבלי ספיקער סילווער ארעסטירט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 28 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #8167
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 1:36 am#249391
אסעמבלי ספיקער סילווער ארעסטירט
עפעס גייט פאר לעבעדיג אז סיז דא אויספארשונגען אויף סילווער אז ער געוועהן קאראפטעד, און מען גייט אים ארעסטירן.

m http://www.theweek.com/speedreads/53504 ... d-thursday m

שעלדאן איז א ארטאדאקסישע איד און איז זייער powerful אין אלבאני, און דאס גייט זיין זייער גרויסע נייעס.
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 3:40 am#249398
ידען האט געשריבן:עפעס גייט פאר לעבעדיג אז סיז דא אויספארשינגען אויף סילווער אז ער געוועהן קאראפטעד און מע גייט ארעסטירען איהם.

http://www.theweek.com/speedreads/53504 ... d-thursday

שעלדאן איז א ארטאדאקסישע איד און איז זייער powerful אין אלבעני און סע גייט זיין זייער גרויסע נייעס.


wow wow

כאף סאיז נישט אמת דעעס איז נישט גוטע נייעס פאר אינז ער האט אינז אידישע קינדער אסאך ארועסגעהאלפען

וואסערע מינע קאראפשען?
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 11:18 am#249410
סילווער האט זיך היינט צופרי אינטערגעגעבן. און איז שוין אונטער די פעדעראלע הענט.
באלד קומט א פרעסע קאנפרענץ
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 11:44 am#249415
אין קורצן:
שעלדאן סילווער, איז געבוירן געווארן אין יאר 1944, ‏ער איז א פרומער ארטאדאקסישער איד, ער דינט אלס ראש הקהל פון דער ביאליסטאקער קהילה אין איסט סייד.
ער איז ערוועלט געווארן צום אסעמבלי פאר לאוער מענהעטען אין 1976, און אין יארע 1994 איז ער געווארן ספיקער, וואס שטעלט אים אלס דער העכסטער דעמעקראט אין אסעמבלי, און דאס דריטע שטערקסטע פאזיציע אין ניו יארק.
‏
‎סילווער ווערט יעצט אנגעקלאגט מיטן פינף קלאגעס, איבער ניצן זיין פאוער און קאנעקשאנס צו באקומען שוחד און קיקבעקס, און זיי זאגן מ'רעדט דא פון מיליאנען.
פארשטייט זיך אליינס אז מ'קלאגט אים שוין פאר מעיל פראוד, ווייער פראוד און נאך...

לויט די אינוועסטיגאציע וואס האט זיך אנגעהויבן יוני 2013 למספרם, רעדט מען דא אז סילווער האט געקריגן בערך 4 מיליאן דאלער פון א לויער פירמע, און האט דאס נישט איינגעגעבן אויך נישט.

סילווער פאר ער איז אריין אין 26 פעדעראל פלאזא האט זיך אויסגעדריקט "איך האף ארויסצוגיין אומשילדיג!"‏
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 12:21 pm#249421
אויפ'ן וועג זיך צו אונטערגעבן
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 12:35 pm#249424
המלוכה והממשלה האט געשריבן:אויפ'ן וועג זיך צו אונטערגעבן


א גוגל סירטש 'שעלדאן סילווער' ווייזט נישט קיין הוט אדער קאפל, סירטש 'שעלדאן סילווער העט' און 'שעלדאן סילווער קיפא' אויך נישט קיין קאפ צודעק פאר א רפואה!

פלוצלינג גייט ער מיר גאר מיט א ישיבישער היטל?
אינטערעסאנט אז די צייטונגען שרייבן נאכנישט 'ארטאדאקס ראביי שעלדאן סילווער' אידייטעט אן פראוד טשארדזשעס! :P
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 1:12 pm#249432
אין די לינק איז ער אויך מיט א היט

m http://m.wxxi.org/highlights/2010/04/im ... rk-wxxi-tv m
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 1:32 pm#249441
די ניו יארקער פאליטישנס זענען שוין באלד אזוי קראפטירט ווי די איזרעליס , ווער געדענקט דען נישט גאווערנער ספיטצער, סופרים קארט דזשאדש וועכטלער ועוד ועוד. נו איז דען קאמא נישט קליג מיטן ווילן אויף לעזן דעם אנטי קרופציע אגענטור ? ,
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 3:13 pm#249480
דאס עקעלדיגקייט פון זיך מאכן פרום בשעת מען כאפט איינעם מיט א פארברעך. וואסי פשט פון דעם. סקען זיין צוויי טעמים. אבער ביידע איז בלויז צו שפילן וויקטעם. פוי
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 3:18 pm#249482
shem-tov האט געשריבן:דאס עקעלדיגקייט פון זיך מאכן פרום בשעת מען כאפט איינעם מיט א פארברעך. וואסי פשט פון דעם. סקען זיין צוויי טעמים. אבער ביידע איז בלויז צו שפילן וויקטעם. פוי


און סתם אזוי זיך מאכן און שפּילען פרום כדאי צו קענען טוהן ״גיטע שידוכים״ און כדאי צו הייסען א ״שיינער איד״ איז נישט עקעלדיג ?
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 3:21 pm#249484
ניין בכלל נישט. דאס הייסט וועלן אריינפיטן אין דיין אייגענע קומיוניטי
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 3:25 pm#249485
הגם ער מעג זיך גוט שעמען מיט זיינע תועבה געזעצן. אלץ אן ארטאדאקסישער יוד וואלט ער זיך געמעגט האלטן צו זיין תורה. אפשר ווייל ער האט געהאלפן מענטשען ארויס פון קלאזעט האט דער אויבערשטער געעפענט זיין קלאזעט... מי יודע
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 3:29 pm#249486
shem-tov האט געשריבן:ניין בכלל נישט. דאס הייסט וועלן אריינפיטן אין דיין אייגענע קומיוניטי



שפּילן פרום און נישט באמת האלטן אזוי ??? וויי וויי פאר אונזער קאמיונטי !!!
לדעתי האט דאס גארנישט צוטוהן מיט קיין שום קאמיונטי אדער סאסייעטי , א יעדע זאך אויב ס׳איז נישט אחד בפה ואחד בלב און ס׳איז נישט אויטענטיש איז עס עקעלדיג !
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 3:30 pm#249487
shem-tov האט געשריבן:דאס עקעלדיגקייט פון זיך מאכן פרום בשעת מען כאפט איינעם מיט א פארברעך. וואסי פשט פון דעם. סקען זיין צוויי טעמים. אבער ביידע איז בלויז צו שפילן וויקטעם. פוי


הוי דן לכף זכות

ער דארף די היט צום דאווענען אין תפיסה
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 3:37 pm#249488
shem-tov האט געשריבן:דאס עקעלדיגקייט פון זיך מאכן פרום בשעת מען כאפט איינעם מיט א פארברעך. וואסי פשט פון דעם. סקען זיין צוויי טעמים. אבער ביידע איז בלויז צו שפילן וויקטעם. פוי

ניין. איך לערן אנדערש פשט. ער (שעלדאן סילווער) האט אנגעהויבן אלס ישיבה בחור אין די לאוער איסט סייד. נאכדעם איז ער געווארן א לויער. און נאך שפעטער דער פאוערפול אסעמבלי ספיקער. אבער יעצט ווען דער אינדיאנער יו.עס. אטוירני, וועלכער האט גרויסע פאליטישע חלומות האט איהם ארעסטירט, איז זיין גאנצע וועלט חרוב געווארן. ס'איז איהם נאר געבליבן דער לבוש פון א ישיבה בחור. איז ער טאקע צוריק געווארן א ישיבה בחור. ער איז דאך א תלמיד פון ישיבה תפארת ירושלים, וואו הגה"צ ר' משה פיינשטיין זצ"ל איז געווען דער ראש ישיבה...!
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 5:35 pm#249527
פארוואס איז נטרונא יעצט שטיל? זאלן זיי זאגן אז סילווער איז קיינמאל קיין היט נישט געגאנגען און האט גארנישט מיט אונזער קאמיונעטי, איז עס נישט די זעלבע חילול ה' ווי די ציונים? האבן זיי סתם א ציונים פעטיש אדער מיינען זיי שם שמים?
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 6:04 pm#249552
ווי האט ר' מיילעך בידערמאן געזאגט, מ'דארף געדענקען אז אפילו בהצלחה שבתוך הצלחה גם שם נמצא השי"ת, דער האלט אז נאר בהסתרה שבתוך הסתרה נמצא השי"ת, ווען חרדישע עסקנים האבן געדארפט זיינע טובות האט ער זיי אפט געשפיגען און פנים פלוצים סגייט אים נישט גוט כאפט ער דאס ישיביש היטעל,
פרייטאג יאנואר 23, 2015 9:25 am#249700
איך האלט אז דע גאנצע ארעסטירן אזוי בפומבי זעט אויס ווי עפעס א שפיל!
פרייטאג יאנואר 23, 2015 11:47 am#249731
עזריאל האט געשריבן:ווען חרדישע עסקנים האבן געדארפט זיינע טובות האט ער זיי אפט געשפיגען און פנים פלוצים סגייט אים נישט גוט כאפט ער דאס ישיביש היטעל,


סתם געשאסן סטעיטמעמנטס אן קיין באזיס.

כפי השמועה איז ער שוין צוואנציג יאר דער בעסטער פריינט וואס חרדישע ניו יארק האט אין אלבאני.
דו ווייסט אנדערש? קענסט אונטערשטיצן דיינע ווערטער?
זונטאג יאנואר 25, 2015 5:18 am#249905
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:די ניו יארקער פאליטישנס זענען שוין באלד אזוי קראפטירט ווי די איזרעליס , ווער געדענקט דען נישט גאווערנער ספיטצער, סופרים קארט דזשאדש וועכטלער ועוד ועוד. נו איז דען קאמא נישט קליג מיטן ווילן אויף לעזן דעם אנטי קרופציע אגענטור ? ,


און אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם איז פונקט אזוי קארופטירט ווי די איזראעלי און איראני און טשייני וכו'. דער גרויליגער עקלהאפטיגער פערפ וואלק פאסט פאר סאוויעט רוסלאנד אין די גוטע יארן.
זונטאג יאנואר 25, 2015 4:04 pm#250017
אין אנדערע נייעס ווערט באריכטעט אז שעלדאן סילווער האט באקומען ששי די וואך. ווען מ'האט געוואלט מאכן א מי שברך פאר זיין הצלחה, האט ער געזאגט אז ס'פעלט נישט אויס.

nypost.com/2015/01/25/sheldon-silver-declines-synagogues-prayer-offer/
זונטאג יאנואר 25, 2015 4:22 pm#250021
דריידל האט געשריבן:אין אנדערע נייעס ווערט באריכטעט אז שעלדאן סילווער האט באקומען ששי די וואך. ווען מ'האט געוואלט מאכן א מי שברך פאר זיין הצלחה, האט ער געזאגט אז ס'פעלט נישט אויס.

nypost.com/2015/01/25/sheldon-silver-declines-synagogues-prayer-offer/

די רעפארטערין איז אן איטאליענערקע. ס'איז א חידוש וויאזוי זי לייגט עס אזוי פונקטליך אראפ. ס'קען זיין אז איינער פון אירע אונטערשמייסערס אין אפיס, א איד האט דארט געדאוונט ביי דעם מנין...!
דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 4:26 pm#250831
די פאליטישע וועלט דרייט זיך איבער און דא איז שטיל..

סילווער האט רעזעגנירט פון זיין ספיקער'שאפט און ווי ס'קוקט אויס וועט אים אסעמבלימאן קארל היסטיע פון די בראנקס (א טינקעלער) איבערנעמען.

דער וויליאמסבורגער אסעמבלימאן דזשאו לענטאל האט געהאט שטארקע חשק עס צו קריגן, אפען גערעדט דערפון, געטוויט אז ער וויל און אפילו געשיקט בריוון פאר אנדערע אסעמבלי-מעמבערס.

צווישן אנדערע האט קיט רייט, פון הארלעם (אויך א טינקעלער) וואס איז געווען א גאר שטארקער קאנדידאט, אויפגעגעבן דעם פארמעסט און געווארפן זיין שטיצע פאר היסטיע.
אזוי אויך דער ברוקלינער דעמעקראטישער פירער, פרענק סעדיאו האט געזאגט אז ער האט 20 אסעמבלי-חברה וואס וועלן שטיצן היסטיע
דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 5:53 pm#250851
אפדעיט: לענטאל האט זיך אפיציעל ארויסגעצויגן פונעם פארמעסט און אויך זיך אינטערגעווארפן אינטער די שטיצערס פון היסטיע! (א ברירה האט ער..?)
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 5:22 pm#310863
גילטי