מאנטאג יאנואר 26, 2015 2:51 pm#250183
געשעהט יעצט: קינדערישע געים פון די מוסדות
אזוי ווי ביי יעדע וועטערליכע פראבלעם וואס ברענגט אז מ'זאל אפשר דארפען פארמאכן די חדר , קומט יעצט פאר א גרויסארטיגע קינדערישע געים צווישן אלע חדרים: ווער ס'גייט די שפעטסטע מעלדען אז די קינדער גייען אהיים און אז מארגען איז נישט דא קיין חדר.
אנשטאטס קוקן אויף די זעלבע וועטער ריפארטס וואס די דעפארטמענט אף עדעוקעישען ניצט צו באשטמען א טאג פריער אויב סקול וועט קענען אנגיין , ווארטען די מנהלים פון די חדרים ביז די לעצטע מינוט , ווען עס שנייט שוין פעסט , אנצופאנגען מאכן טעלפאן קאל'ס געוואר צו ווערן וואס אנדערע חדרים טוען.
די חכמי חעלעם פרעגן אין די יעצטיגע מינוטן וואס טוט סאטמער? וואס טוט באבוב? וואס טוט ווערעצקי? קיינער קען נישט אליין דיסיידען וואס צו טוהן און וויל נישט ח"ו זיין די ערשטע וואס זאגט אז ס'גייט נישט זיין קיין חדר.
דאס איז אלעס א טייל פון די מה יפית קרענק אין די לעצטע יאהרן וואס יעדער דארף פראווענען פרומקייט און עקסטרעמקייט , און נישט קענען מאכן אייגענע באשליסן וואס קען ח"ו אויסזעהן אז מ'וויל נישט געניג שטארק האבן נאך א טאג חדר.
כמעט יעדע ווינטער איז דא א פרישע מעשה וואס די מוסדות זאגן נישט אויב ס'דא חדר און סקול ביז 7 אינדערפרי!! אנשטאטס עלטערן זאלן קענען נארמאל אויספלאנען די טאג וויסענדיג אויב די קינדער בלייבן יא אינדערהיים אדער נישט , מאכט מען זיי קאלן די האטליין 7 אינדערפרי צו באקומען אפדעיט'ס אויב ס'דא חדר....
אלעס צו שפילן די נארישע פרומע שפיל צווישן אלע מוסדות ווער ס'טראכט נאך ביז די לעצטע מינוט אז אפשר וועט יא קענען זיין חדר!!