מאנטאג יאנואר 26, 2015 6:55 pm#250246
די אדמו"ר'ישע טאפל-סטאנדארט
עס איז שוין עטליכע מאל אויסגעשמועסט געווארן דער טאפל-סטאנדארט וואס הערשט ביי די אדמו"רי זמננו, וועלכע הערן נישט אויף צו האמערן און מוסר'ן פשוטי-עם זיך צו האלטן ביי געוויסע סטאנדארטן, אין דער צייט וואס זיי אליין טוען ככל העולה על רוחם.
רבי'ס הערן נישט אויף פארפירן אז די חסידים זאלן זיך פירן ווי "אמאל", און אז מ'טאר נישט משנה זיין קיין זיז כל שהוא, אין דער צייט וואס אין אלע עניני אדמו"רות זענען זיי משנה אויף יעדן אופן וואס שייך, אלץ צו פארמערן זייער געלט און כבוד. פארשטייט זיך אז די שינויים וואס זיי פירן איין פאר זייערע בענעפיטן פארענטפערן זיי מיט'ן זאגן אז דאס פעלט אויס לצורך הדור, אבער די פלא איז אז אלע שינויים וועלכע פארלאנגען זיך "לצורך הדור" ברענגען ברייטע בענעפיטן דווקא פאר די רבי'ס. ווי כ'האב אמאל געשריבן:
דער רבי פארמאגט דאך אויסשליסליכער צוטריט צום מיקראפאן, און ווען זיינע תאוות צעשפילן זיך און ער טוישט עפעס קען ער דאס פארוואסערן וויאזוי ער וויל, און אפילו צוטראכטן חסידישע תורה'לעך דערצו. אבער מיר פשוטי-עם פארמאגן נישט די רעכטן. ווען מיר זענען עפעס משנה משום איזה סיבה שהיא, טאנצן די זעלבע רבי'ס ארויס און פארדאמען אונז מיט די שארפסטע טענער, און ליארעמען אז מיר זענען עובר אויף ווער-ווייסט וואספארא חטאים, רחמנא ליצלן.
דער באבובער חצר בנשיאות האדמו"ר ר' בן-ציון האלבערשטאם שליט"א איז שוין עטליכע יאר מוציא לאור א שיין-גראפירטער מאגאזין מיט'ן נאמען "שערי ציון", וואו עס ווערן געדרוקט הערליכע בילדער פון די פארשידענע מאורעות בראשות האדמו"ר, באגלייט מיט ארטיקלען און דברי תורה. אין דעם דאזיגן קובץ האב איך געטראפן א שארפע אילוסטראציע פון דעם אומגעצוימטן טאפל-סטאנדארט, ווי די רבי'ס ערלויבן זיך משנה צו זיין וואס עס געפעלט זיי נאר, אבער פאר'ן המון עם איז דאס שארף גע'אסר'ט.
אויף זייט 7 פון דער כסלו-טבת תשע"ה אויסגאבע געפונען מיר א שמועס פון האדמו"ר ר' שלמה מבאבוב ז"ל, וואו ער רייסט שארף אראפ די וואס האבן געטוישט דעם ש' אויף דעם דריידל צו א פ'. ער זאגט אז זיי זענען אזעלכע וואס "ווייסן בעסער ווי די הייליגע חכמים," און זיי טוישן די דריידל-אותיות צו נ' ג' ה' פ' מיט "קטנות הדעת און שפלות." הלמאי, דער הייליגער "בני יששכר" שרייבט דאך קלאר אז אין די אותיות נ' ג' ה' ש' זענען דא געוואלדיגע רמזים, טא, ווי וואגט מען זיך צו מאכן "שינויים אין הייליגע מנהגים"? מיר ווייסן דאך, זאגט דער באבובער רב, אז "יעדעס אות, און יעדעס ריר פון די צדיקים פון פארצייטנס, פון דורות הראשונים, איז קדוש וטהור, ווייסט מען אז מ'מאכט נישט קיין שינויים"!
אפנים א רמז אין "בני יששכר" מאכט שוין די אותיות פון דעם דריידל א מנהג פון חז"ל, און די וואס זענען משנה טוען, דעריבער, אן אקט פון שפלות.
אלעס וואלט פיין געווען ווען דאס אפעלירט צו יעדן, אויך צו די רבי'ס זעלבסט. דער אמת איז אבער אז ווען דער רבי איז אין דער גוסטע זיך אויסצולאכן פון דעם "בני יששכר", פליט ער אריין אין פח אשפה אן צוויי מאל טראכטן. אויף דעם זעלבן עמוד אין "שערי ציון" לייענען מיר ווי האדמו"רים ר' שלמה ז"ל ובנו ר' בן-ציון שליט"א האבן זיך אויסשטאפירט מיט א דריידל געמאכט פון גאלד. אלעס איז לכאורה פיין און וואויל, און מיר ווייסן דאך שוין לאנג אז די רבי'ס לעבן מיט רייכטומען און לוקסוס. דער פראבלעם איז נאר אז גענוי דער זעלבער שטיקל "בני יששכר" וואס דער באבובער רב האט גענוצט צו פארדאמען אנדערע מיט שפלות און קטנות הדעת צוליב'ן משנה זיין זאגט קלאר אז דער מנהג פון דריידל איז געווען "נהוג בישראל דוקא בחתיכת ע"ץ," און ער איז מאריך ווייטער מיט רמזים אויף וואס "ע"ץ" איז מרמז!
פאר די רבי'ס (און זייערע חסידים) שרייט נישט אריין אין פנים דעם אפענעם טאפל-סטאנדארט; עיניים להם ולא יראו. איך מעג משנה זיין, און דו טארסט נישט! ווען דו פייפסט אויפ'ן "בני יששכר" און טוישסט פון א ש' צו א פ' ביסטו א נידריגער מענטש, אבער ווען איך פייף אויף גענוי דעם זעלבן שטיקל "בני יששכר" קען איך זיצן פארנט פון הונדערטער חסידים און זאגן "תורה" דערויף מיט א בלעכענעם פנים!
אט האבן מיר דעם מיאוס'ן טאפל-סטאנדארט מיט דעם גאנצן פראכט: ווען דער רבי איז משנה ווערט דער גאנצער "בני יששכר" א נאך-מחשבה און א "הגם", און מיט א תורה'לע געזאגט מיט ענוות חן און אצילות דקדושה ווערט עס אינגאנצן אפגעווישט, אבער ווען א פשוט'ער מענטש, אדער א פירמע וואס איז נישט אפיליאירט מיט'ן רבי'ן איז משנה, שלעפט מען ארויס דעם זאפאס מיט לשונות של גנאי יענעם צו פארדאמען.

די פלא איז אז כמעט פון די אלע זאכן וואס מ'האט לעצטנס מתיר געווען לצורך הדור זענען אזעלכע זאכן וועלכע בענעפיטירן בעיקר די אדמו"רים! בילדער-כאפן וואס איז אמאל געווען אסור ביי רוב רבי'ס איז געווארן א היתר גמור און א לכתחילה, ווידעא איז געווארן מותר צו פארקויפן - אבער דווקא פון די העוויות פון רבנים. דער צורך הדור האט פארלאנגט אז דאס אמאליג באשיידענעם לעבן פון רבנים זאל אויפגעטוישט ווערן אויף אויסגעפיצטע מאדערנע קארס מיט בליצערלעך באגלייט מיט א פרעזידענטליכער מאטארקאדע, אזוי אויך פארלאנגט עס אז רבי'שע חתונות זאלן מעגן געפראוועט ווערן מיט לוקסוס און רייכטומען. דער צורך הדור פארלאנגט אויך אז די צייטונגען וועלכע דינען די רבי'שע אינטערעסן זאלן ווערן דיקער און דיקער, קעגן יעדן פרינציפ וואס האט אמאל עקזיסטירט לגבי אידישער לייען-מאטעריאל.
אבער ווען עס איז נוגע משנה צו זיין לצורך הדור ביי זאכן וועלכע בענעפיטירן נישט די רבי'שע חצרות איז נישט נאר דא א שטילשווייגעניש, נאר עס ווערט א וויי-געשריי: הלמאי מען וואגט זיך משנה צו זיין! עס פאלט קיינעם נישט ביי אז מאדערנער מוזיק איז אפשר א צורך פאר'ן דור, אדער נישט מוסף זיין חומרא על גבי חומרא וועט אפשר ארויסהעלפן אין א רייע קריזיסן, אדער אז משנה זיין דעם חינוך וועט העלפן די פשוטי עם מיט זייערע פרנסה מעגליכקייטן.
די ממלאי מקום פונעם בעל על הגאולה ועל התמורה - וועלכער האט געפירט א פייערדיגער קאמף קעגן מאכן בילדער פון אים - פילן יעדע וואך אן גאנצעטע בלעטער אין די בילדער מאגאזינען. די אלע הויפן וואו מען האט שטרענג גע'אסר'ט ווידעא נעמען אויף צענדליגער מינוט אין די רבי'שע ווידעאס וועלכע ווערן פארקויפן יעדן חודש. די רבי'ס וועלכע הערן נישט אויף צו רעדן פון זייערע פארגייער - וועלכע האבן אין אלגעמיין געלעבט ווי בלוטיגע ארימעלייט - לעבן אין ריזיגע פאלאצן און פארמאגן באנק-קאנטעס אנגעפילט מיט מיליאנען. אבער ווען א זינגער וויל אריינברענגען מאדערנער מוזיק ביי חסידישע אידן איז דאס א סקאנדאל!
דער רבי פארמאגט דאך אויסשליסליכער צוטריט צום מיקראפאן, און ווען זיינע תאוות צעשפילן זיך און ער טוישט עפעס קען ער דאס פארוואסערן וויאזוי ער וויל, און אפילו צוטראכטן חסידישע תורה'לעך דערצו. אבער מיר פשוטי-עם פארמאגן נישט די רעכטן. ווען מיר זענען עפעס משנה משום איזה סיבה שהיא, טאנצן די זעלבע רבי'ס ארויס און פארדאמען אונז מיט די שארפסטע טענער, און ליארעמען אז מיר זענען עובר אויף ווער-ווייסט וואספארא חטאים, רחמנא ליצלן.
דער באבובער חצר בנשיאות האדמו"ר ר' בן-ציון האלבערשטאם שליט"א איז שוין עטליכע יאר מוציא לאור א שיין-גראפירטער מאגאזין מיט'ן נאמען "שערי ציון", וואו עס ווערן געדרוקט הערליכע בילדער פון די פארשידענע מאורעות בראשות האדמו"ר, באגלייט מיט ארטיקלען און דברי תורה. אין דעם דאזיגן קובץ האב איך געטראפן א שארפע אילוסטראציע פון דעם אומגעצוימטן טאפל-סטאנדארט, ווי די רבי'ס ערלויבן זיך משנה צו זיין וואס עס געפעלט זיי נאר, אבער פאר'ן המון עם איז דאס שארף גע'אסר'ט.
אויף זייט 7 פון דער כסלו-טבת תשע"ה אויסגאבע געפונען מיר א שמועס פון האדמו"ר ר' שלמה מבאבוב ז"ל, וואו ער רייסט שארף אראפ די וואס האבן געטוישט דעם ש' אויף דעם דריידל צו א פ'. ער זאגט אז זיי זענען אזעלכע וואס "ווייסן בעסער ווי די הייליגע חכמים," און זיי טוישן די דריידל-אותיות צו נ' ג' ה' פ' מיט "קטנות הדעת און שפלות." הלמאי, דער הייליגער "בני יששכר" שרייבט דאך קלאר אז אין די אותיות נ' ג' ה' ש' זענען דא געוואלדיגע רמזים, טא, ווי וואגט מען זיך צו מאכן "שינויים אין הייליגע מנהגים"? מיר ווייסן דאך, זאגט דער באבובער רב, אז "יעדעס אות, און יעדעס ריר פון די צדיקים פון פארצייטנס, פון דורות הראשונים, איז קדוש וטהור, ווייסט מען אז מ'מאכט נישט קיין שינויים"!
- 1.JPG (109.66 KiB) געזען געווארן 2454 מאל
אפנים א רמז אין "בני יששכר" מאכט שוין די אותיות פון דעם דריידל א מנהג פון חז"ל, און די וואס זענען משנה טוען, דעריבער, אן אקט פון שפלות.
אלעס וואלט פיין געווען ווען דאס אפעלירט צו יעדן, אויך צו די רבי'ס זעלבסט. דער אמת איז אבער אז ווען דער רבי איז אין דער גוסטע זיך אויסצולאכן פון דעם "בני יששכר", פליט ער אריין אין פח אשפה אן צוויי מאל טראכטן. אויף דעם זעלבן עמוד אין "שערי ציון" לייענען מיר ווי האדמו"רים ר' שלמה ז"ל ובנו ר' בן-ציון שליט"א האבן זיך אויסשטאפירט מיט א דריידל געמאכט פון גאלד. אלעס איז לכאורה פיין און וואויל, און מיר ווייסן דאך שוין לאנג אז די רבי'ס לעבן מיט רייכטומען און לוקסוס. דער פראבלעם איז נאר אז גענוי דער זעלבער שטיקל "בני יששכר" וואס דער באבובער רב האט גענוצט צו פארדאמען אנדערע מיט שפלות און קטנות הדעת צוליב'ן משנה זיין זאגט קלאר אז דער מנהג פון דריידל איז געווען "נהוג בישראל דוקא בחתיכת ע"ץ," און ער איז מאריך ווייטער מיט רמזים אויף וואס "ע"ץ" איז מרמז!
פאר די רבי'ס (און זייערע חסידים) שרייט נישט אריין אין פנים דעם אפענעם טאפל-סטאנדארט; עיניים להם ולא יראו. איך מעג משנה זיין, און דו טארסט נישט! ווען דו פייפסט אויפ'ן "בני יששכר" און טוישסט פון א ש' צו א פ' ביסטו א נידריגער מענטש, אבער ווען איך פייף אויף גענוי דעם זעלבן שטיקל "בני יששכר" קען איך זיצן פארנט פון הונדערטער חסידים און זאגן "תורה" דערויף מיט א בלעכענעם פנים!
- 4.JPG (135.07 KiB) געזען געווארן 2454 מאל
- 3.JPG (65.84 KiB) געזען געווארן 2454 מאל