Under maintenance
הויפט זייט » איך האב לעצטענס באמערקט אז...

איך האב לעצטענס באמערקט אז...

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8221
זונטאג פעברואר 01, 2015 2:48 pm#251099
איך האב לעצטענס באמערקט אז...
ציינער קלאפן מיר זיך ביים לייגן די גרונדשטיין פון א "נייע טעמע אין שטיבל" און איך האב געהאלטן אז דאס איז א וויכטיגע זאך אז מענטשן זאלן האבן א פלאץ ווי צו טראכטן הויעך ווען זיי מערקן אן עפעס אויפפאלענד זאל עס זיין א נייע רעסעפי צו א גוט ווארט, א מאדנע אויפפירונג וואס מענטשן טוען און אזוי ווייטער.
איך האף אז איך טוה ריכטיג און אז נישט זאל מען מיך פארעכטן.
וואס איך האב אנגעמערקט איז אז מיר פארמאגן דא א ניק "בערל בעל עגלה" וואס דרייט זיך ארום צווישן די טישן מיט א טאץ לייקס און טיילט הויפענעס פאר יעדן וואס שטייט אים נאר אין וועג, איך ווייס נישט צו ער איז איינע פון די באהאלטענע אגענטורן וואס ארבעטן צו פארמערן טרעפיק דא און ער האט אזא "כל הפושט יד נותנים לו" סטראטעגיע צו פשוט ער פון אייגן ווילן גלייכט צו מאכן צופרידן אנדערע אבער וואס זיכער האבן מענטשן הנאה דערפון.
זונטאג פעברואר 01, 2015 2:53 pm#251100
עס איז פשוט אזוי ,זאגן א דרשה'ל ביי א ש''ב קען אויך די חתן'ס האלב געבאקענע שנה ראשונה שוואגער שלא שימש כל צרכו ,אבער עפענען א נייע שטיבל/רעביסטעווע דארף מען שוין האבען עפעס מער.
מאנטאג פעברואר 02, 2015 4:14 am#251247
אינזער אלעמען באקאנט רעספעקטירטן יואב האט געשריבן זיין חתימה אין די פראנצויזישע שפראך...ju suis באדייט אין פראנצויזיש "איך בין" דאס הייסט ער דערקלערט אינעם פראנצויזישן שפראך איך בין יואב, עס האט מיר ארויפגעברענגט עגבער און איך בין נייגעריג אויב מען האט שוין גערעדט דערפון.
מאנטאג פעברואר 02, 2015 1:12 pm#251296
מיין חתימה אגב איז צו ארויסווייזן מיטגעפיל פאר דעם טוניזיער קדוש "יואב האטטאב" וועלכער איז קאלטבלוטיג דערמארדעט געווארן אין דעם כשר'ן גראסערי אין פאריז יענעם שווארצן פרייטאג.

m http://www.haaretz.com/opinion/.premium-1.638920 m
מאנטאג פעברואר 02, 2015 2:22 pm#251318
פארוואס האסטו א געפיל דוקא פאר דעם קרבן מער ווי די איבריגע?
מאנטאג פעברואר 02, 2015 2:24 pm#251319
שמא קגרים.
אבער יואב לעבן, אויב דו ווערסט אזוי דערשראקן פון מארד וועסטו מוז אויפגעבן דיין זשאב אלס שר צבא.
מאנטאג פעברואר 02, 2015 2:49 pm#251323
יאיר האט געשריבן:שמא קגרים.
אבער יואב לעבן, אויב דו ווערסט אזוי דערשראקן פון מארד וועסטו מוז אויפגעבן דיין זשאב אלס שר צבא.

קודם כל פארוואס מיינט מיטגעפיל אז איך דערשרעק מיך פון מארד. צווייטנס, ס'טייטש דו לייגסט אראפ א הנחה אז איך בין, אדער פראביר צו זיין א שר צבא, און דערנאך קומסטו שוין מיט סברות און טענות.  ומכאן הקריאה יוצאת. איך בין אזא שר צבא ווי אונזער ATUB @יאיר ATUB 'ס לעצטער נאמען איז לפיד, איז אן אייניקל פון קיש און דער זיבעטער  שופט פון כלל ישראל.

אגב ווייס איך פון צוויי אנדערע אידן מיט דעם נאמען יואב, ביידע שרי צבאות. איינער הייסט יואב גאלאנט, און דער צווייטער איז א זון פון וויאזוי הייסט ער נאר, אה, צרויה. דעם צווייטן קען איך במציאות נישט זיין, ווארום יענער לעבט שוין נישט. גאלאנט זאג איך קלאר אז ס'איז נישט מיך.
מאנטאג פעברואר 02, 2015 2:54 pm#251325
בכלל, האבן די אלע יואב'ס נישט פארמאגט א צענטל פון דיין סענס-אף-הומאר.
מאנטאג פעברואר 02, 2015 3:01 pm#251330
יואב האט געשריבן:און דער צווייטער איז א זון פון וויאזוי הייסט ער נאר, אה, צרויה.

ווי אזוי הייסט 'זי' נאר ;)...
מאנטאג פעברואר 02, 2015 3:06 pm#251332
ונבנתה העיר האט געשריבן:
יואב האט געשריבן:און דער צווייטער איז א זון פון וויאזוי הייסט ער נאר, אה, צרויה.

ווי אזוי הייסט 'זי' נאר ;)...

שוין, זעסטאך ווי א ווייטער קוזין איך בין מיט עמען. זיין טאטנ'ס נאמען שריה האב איך אפילו פארטוישט מיט זיין מאמע'ס נאמען צרויה. נו זאג דו אליינס.

לעצם העניין. שכח ונבנתה פאר'ן אויפריכטיג מאכן. כ'האב מיך נישט געכאפט. א גוטן טעות.
מאנטאג פעברואר 02, 2015 3:33 pm#251340
יואב בן צרויה איז עלייוו ענד קיקינג אויף עולם הביצה ,כ'ווייס נישט פון ווי דו נעמסט דיין אינפארמאציע אדערווייז. באט אז מען איז מצרף מאטי'ס סברה איז שוין מוכרח עטץ זענטס נישט דער זעלבער אדם.
דינסטאג פעברואר 03, 2015 3:17 pm#251565
איך אויך האט געשריבן:יואב בן צרויה איז עלייוו ענד קיקינג אויף עולם הביצה ,כ'ווייס נישט פון ווי דו נעמסט דיין אינפארמאציע אדערווייז. באט אז מען איז מצרף מאטי'ס סברה איז שוין מוכרח עטץ זענטס נישט דער זעלבער אדם.

יעצט ערשט באמערקט. איך זע אז דער עולם באציעט זיך צו עמען אלס "יואב" סתם. זאל זיך יעדער רופן וויאזוי ער וויל און האבן א סך הצלחה. יכול להיות אז זיין זיידע האט פונקט אזוי געהייסן יואב. מיט מיר – ווי ווייט איך ווייס – האט ער גארנישט.
מיטוואך יוני 17, 2015 9:44 pm#283401
אז סקווירא רבי גייט קיינמאל מיט א געבלימטע/קאלירטע בעקיטשע. עפעס טיפערס דערינען?
מיטוואך יוני 17, 2015 9:48 pm#283403
אז ניו יארק סיטי גאביטש טראקס זענען ווייס, דאס איז די לעצטע קאליר איך וואלט געמאכט פאר א גאביטש טראק
מיטוואך יוני 17, 2015 11:12 pm#283424
דאס האסטו נאר לעצטנס באמערקט?
מיטוואך יוני 17, 2015 11:16 pm#283425
גאלד האט געשריבן:אז ניו יארק סיטי גאביטש טראקס זענען ווייס, דאס איז די לעצטע קאליר איך וואלט געמאכט פאר א גאביטש טראק

זעט זיך אויס אז זיי ווילן ארויסווייזן ווי שמוציג זיי זענען. ;) :|
מיטוואך יוני 17, 2015 11:45 pm#283434
Re: איך האב לעצטענס באמערקט אז...
עכט גערעדט איז עס פאר סעפטי א ריפלעקטעבל קאליר
דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:29 am#283442
ישמעאל הכהן האט געשריבן:אז סקווירא רבי גייט קיינמאל מיט א געבלימטע/קאלירטע בעקיטשע. עפעס טיפערס דערינען?

אינדערהעים, ביים טאאאטן איז נישט גגעווען צו באקומען. ס'דאך א קאמוניסטישע מדינה. די איינציגע פארבליבענע אויף אדמת אמעריקע. איך ווארט שוין ווען דער אמעריקאנער שר החוץ יו. קערי יר"ה וועט אפשטאטן א באזוך אינ'ם העיליג שטעיטעלע... :lol: :roll:
דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:39 am#283444
berlbalaguleh האט געשריבן:
ישמעאל הכהן האט געשריבן:אז סקווירא רבי גייט קיינמאל מיט א געבלימטע/קאלירטע בעקיטשע. עפעס טיפערס דערינען?

אינדערהעים, ביים טאאאטן איז נישט גגעווען צו באקומען. ס'דאך א קאמוניסטישע מדינה. די איינציגע פארבליבענע אויף אדמת אמעריקע. איך ווארט שוין ווען דער אמעריקאנער שר החוץ יו. קערי יר"ה וועט אפשטאטן א באזוך אינ'ם העיליג שטעיטעלע... :lol: :roll:

מורינו ערעב ATUB @berlbalaguleh ATUB
א שטעיטעלע?? איך זעה אז די קאלעכסט שוין.....
האסט פארגעסן אז עס איז א לאנד און עס הייסט Jew-land?
m https://m.youtube.com/watch?v=nQtLHL2PX4U m
(קען זיין אז עס באלאנגט גאר אין די ״קליפס וואס וועט אייך צושטארעמען פון געלעכטער״ אשכול)
דאנערשטאג יוני 18, 2015 1:27 pm#283571
פריעד באטשי: איך וועיס נישט ווער ס'קאלעכט שוין. אבער דזשו לענד איז ניטאמאל גרויס א תחום שבת. און לגבי די קאמוניסטישע אדמיניסטראציע/דיקטאטארשיפ וועלכע פירן אן מיט די רעגירונג דארט איז אויכעט נישט קיין חילוק צו ס'איז א שטעיטעלע אדער א לאנד...!
זונטאג אקטאבער 04, 2015 6:07 am#303262
ליינענדיג די שטערן די חודש האבן זיי גערופן די אמטערדאמער לופטפעלד "סכיפאל", אין בלאט האב איך אויך באמערקט לעצטענס ווי יעקב כהן שרייבט "די פליגער האט זיך געהויבן פון די שיפאל געיט אין די אמסטערדאמער לופטפעלד.

טאקע מינדערוויכטיג; אבער כדי צו וויסן די לופטפעלד הייסט "שיפאל" (נישט סכיפאל) און איז נישט דא אזא זאך ווי די שיפאל געיט.
פרייטאג יוני 03, 2016 10:29 am#336211
אז קיינער האט נישט ''באמערקט'' אז איך בין געווארן א שר אלף.
יעצט איז שוין too late..
פרייטאג יוני 03, 2016 1:22 pm#336259
Re: איך האב לעצטענס באמערקט אז...
אין אדם עולה לגדולה אלא א"כ מוחלין לו על כל עונותיו.
ווייזט אויס אז ס'האט אויסגעפעהלט די חלישת הדעת פארן מחילה.
פרייטאג יוני 03, 2016 8:08 pm#336391
בעל מדות האט געשריבן:אינזער אלעמען באקאנט רעספעקטירטן יואב האט געשריבן זיין חתימה אין די פראנצויזישע שפראך...ju suis באדייט אין פראנצויזיש "איך בין" דאס הייסט ער דערקלערט אינעם פראנצויזישן שפראך איך בין יואב, עס האט מיר ארויפגעברענגט עגבער און איך בין נייגעריג אויב מען האט שוין גערעדט דערפון.

בעל מידות: איך האף און וויל גלייבן באמונה שלימה אז איהר לעבט נאך און חחיי'ט און קייעט דא אויף קאווע שטיבל ביז הונדערט און צוואנציג געזונטע יארן לאורך ימים ונשים...ס'איז יעצט ערב שבת קודש בין השמשות. און איהר ווייסט דאך ווער ס'איז אלץ באשאפן געווארן בין השמשות...!
איך בין זייער שטארק צו פרידן פון אייער קאמענטאר. נאר איין קליינע קארעקשן אין די פראנצויזישע שפראך האביך צו מאכן...
Je suis Juif. Ne pas Ju suis...! c'est la mot..! Bon Soir...Au revoir, mon amis...!
Yo estoy Judio: ich bin einer shtoltzer Jude...! ya yevrei...! ein vagyok egy Zsido