Under maintenance
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם! » פארלירן רשות כניסה צו מאחורי הפרגוד

פארלירן רשות כניסה צו מאחורי הפרגוד

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 74 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #8240
דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 6:38 pm#251954
פארלירן רשות כניסה צו מאחורי הפרגוד
דער פריוואטער פארום מאחורי הפרגוד מיט זיינע נאנט צו 500 אשכולות איז א געוואלדיגע הילף פאר אונזערע חברים און איז באמת א שטאלץ אז מ'קען אנהאלטן דעם פראיעקט שוין עטליכע יאר, און עס זאל זיין הן גאר פראקטיש און הן אויסגעהאלטן עפ"י תורה.

דער איינציגסטער וועג ווי אזוי דאס קען מצליח זיין איז דורך דעם וואס חברים זענען נישט נאר נהנה, נאר זענען זיך אויך כסדר משתתף און שרייבן צו מהנה זיין אנדערע. עס איז אייביג דא וואס צוצולייגן צו עקזיסטירענדע אשכולות, און אויב נישט קען מען אייביג אנפאנגען א נייע אשכול און רעדן פון עפעס וואס איז נאך נישט אינגאנצן דורכגעטון געווארן.

כדי דאס זאל אנהאלטן האבן מיר אוועקגעשטעלט א מהלך אז כדי צו קענען אנהאלטן צוטריט צו מאחורי הפרגוד דארפן מען שרייבן א מינימום פון פיר זאכליכע הודעות יעדע דריי וואכן. א זאכליכע הודעה איז א מינימום פון 100 ווערטער.

מיר זוכן נישט צו גיין בכל חומר הדין, אז מעמבערס זאלן פארלירן צוטריט אין די רגע וואס זיי קומען נישט נאך די פארשריפטן. מיר פארשטייען אז יעדער האט זיין לעבן, און נישט אייביג קען מען זיין פארפליכטעט צו שרייבן. אבער למעשה דארפן מיר זיך האלטן צו אונזערע פרינציפן, און פון צייט צו צייט מוזן מיר איבערקוקן אלע איינגעשריבענע אין מאחורי און לאזן צוטריט נאר פאר די וואס זענען אקטיוו. פארשטייט זיך אז די וואס זענען מער אקטיוו אין די אנדערע פארומס און געבן אסאך צו קאווע שטיבל בכלליות זענען מיר מער מקיל ווי ביי אנדערע, און מיר לאזן א לענגערע צייט דורכגיין פאר'ן פארלירן צוטריט.

מיר האבן נארוואס איבערגעקוקט די מעמבערס פון מאחורי הפרגוד און א צאל חברים האבן פארלוירן זייער רשות כניסה. מיר בעטן די וואס האבן פארלוירן צוטריט אז מ'זאל דאס נישט אנקוקן ווי א באליידיגונג. עס איז בסך הכל א פארמאלע פראצעדור וואס מיר זענען געצווינגען צו טון פון צייט צו צייט, און פארשטייט זיך אז מ'קען צוריקבאקומען צוטריט אויב מ'איז אקטיוו.

פון די אנדערע זייט איז אויך וויכטיג צו באמערקן אז צווישן די וואס זענען דערווייל געבליבן מיט רשות כניסה זענען פאראן אזעלכע וואס זענען יוצא מיט א שורה'לע דא און דארט. דאס איז נישט גענוג, און עס איז נישט קיין יושר נהנה צו זיין אן צוגעבן אביסל אנשטרענגונג צו שרייבן מער. אין די צוקונפט וועלן מיר נעמען שטרענגער דעם ענין פון "זאכליכע" הודעות, און מיר וועלן בכלל נישט רעכענען הודעות וועלכע פארמאגן קוים א שורה צוויי.
דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 7:57 pm#251966
דאס געשרייבעכץ דארף זיין און מאחורי אדער סתם און קאווה שטבעל איז גענוג?
דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 9:10 pm#251975
אין מאחורי
דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 9:55 pm#251990
לדעתי וואלט איין תגובה אין דריי וואכן געדארפט זיין גענוג. נישט אייביג איז דא וואס צו שרייבן און שרייבן אינטער פרעשור וועט צווינגן צו שרייבן אבי יוצא צו זיין.
מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:37 pm#252538
דיסאגרי, פארוואס נישט לאזן די מהנים הנאה האבן פון דעם וואס מער מענטשן וועלן הנאה האבן פון זייער הנאות ?
מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:09 pm#252547
אפשר פירט מען דעם אשכול אריין אין מאחורי, אזוי וועל איך שוין האבן געשריבן צוויי תגובות :ניגון:
מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:14 pm#252549
ס'דארף זיין 100 ווערטער...
דינסטאג פעברואר 10, 2015 9:48 am#252785
I am mekabel on myself to try to write more in the open and closed forum.
פרייטאג מערץ 13, 2015 4:24 am#258401
ווער קען מיר קלוגער מאכן, ווי אזוי באקומט מען רשות צו אריין גיין מאחורי הפרגוד?.
א מענטשאלע
פרייטאג מערץ 13, 2015 4:14 pm#258485
מענטשאלע האט געשריבן:ווער קען מיר קלוגער מאכן, ווי אזוי באקומט מען רשות צו אריין גיין מאחורי הפרגוד?.
א מענטשאלע

א מענטשאלע: דו ביסט נאך צו יונג. (אין תגובות) ווארט צו ביז דו וועסט א ביסל אונטערוואקסן. מ'מוז האבן געשריבן לכה"פ 150 תגובות צו קענען אריינקומען אין מאחורי...!
פרייטאג מערץ 13, 2015 5:00 pm#258496
דוכט זיך אז 50 איז גענוג
פרייטאג מערץ 13, 2015 5:58 pm#258518
גראדעמעכעלע האט געשריבן:דוכט זיך אז 50 איז גענוג

גראדעמעכעלע: ס'קען זיין אז דו ביסט גערעכט....!
מאנטאג מערץ 16, 2015 11:20 pm#259094
וויאזוי ארבעט עס ביים מאכן א קאמבעק מקריגט אויטאמאטיש צוריק די שליסלעך אדער מברויך זיך ווענדן צו איינעם?
מאנטאג מערץ 16, 2015 11:29 pm#259100
ביטע זיך ווענדן אין אישי.
מאנטאג מערץ 16, 2015 11:56 pm#259116
זיך געוואנדען, אין קול ואין עונה
מאנטאג מערץ 16, 2015 11:58 pm#259118
אין קול ואין עונה פאר פונקטליך 27 מינוט? קאם אן.
דינסטאג מערץ 17, 2015 12:00 am#259119
לגבי עונה רעד מיט מרס שטילע דערוועגן..
דינסטאג מערץ 17, 2015 2:15 am#259159
לגבי עונה ממש וועל איך שוין רעדן מיט אים ווען ער קומט אן מאחורי ☺
דינסטאג מערץ 17, 2015 3:28 pm#259288
נופת צופים האט געשריבן:אין קול ואין עונה פאר פונקטליך 27 מינוט? קאם אן.

גראדע באלד צוויי גאנצע טעג
מיטוואך מערץ 18, 2015 12:22 pm#259545
אויב האט איר נאר איינמאל פארלוירן כניסה מוזט איר זיין כאטש א וואך אקטיוו איידער איר שיקט אן אישי.
אויב האט איר שוין פארלוירן כניסה מערערע מאל פאדערט זיך צו זיין צוויי וואכן אקטיוו.
מאנטאג אפריל 20, 2015 11:18 pm#268022
די סטופידיטי פון זיין אויסגעשפארט פון מאחורי דארף זיך זאפארט אויפהערן, מלפני ומאחורי ס'אלעס די זעלבע, כ'האב פריער געשריבען א קאממענט אין געפילטע פיש'ס אשכול וואס איז אוועקגעפירט געווארן, יעצט קען איך נישט זען וואס איך האב אליין געשריבן, כ'בין מוחה נמרצות.
מאנטאג אפריל 20, 2015 11:24 pm#268025
גם אני בחלומי.
געשריבן א וויכטיגע תגובה, איך וויל קענען מיטהאלטן און איך קען נישט... לויט ווי איך האב פארשטאנען, האט הוגה אויך נישט געוואלט אז דער אשכול זאל אוועקגעפירט ווערן. אפשר קען מען מאכן א יוניאן און עפעס אויס'פועל'ן אינאיינעם.
מאנטאג אפריל 20, 2015 11:33 pm#268026
נהורא נפישא האט געשריבן:די סטופידיטי פון זיין אויסגעשפארט פון מאחורי דארף זיך זאפארט אויפהערן, מלפני ומאחורי ס'אלעס די זעלבע, כ'האב פריער געשריבען א קאממענט אין געפילטע פיש'ס אשכול וואס איז אוועקגעפירט געווארן, יעצט קען איך נישט זען וואס איך האב אליין געשריבן, כ'בין מוחה נמרצות.

און די חוצפה נאך פון איינשפארן דעם אשכול נאך עס האט זיך אנטוויקלט א העפטיגע שמועס אין וועלכע איך האב זיך באטייליגט, און דאן אפמאכן אז עס איז צו סענסיטיוו צו לאזן אפן, און אויסשפארן די באטייליגטע פון זייער אייגענע שמועס?
מאוס!
מאנטאג אפריל 20, 2015 11:37 pm#268029
נו לאמיר פארמירן אן אליענס
מאנטאג אפריל 20, 2015 11:44 pm#268032
כ'מיין אז מ'וואלט געדארפט געבן צייטווייליגער צוטריט פאר יעדן וואס האט געהאט א פיסל אין יענעם ויכוח, ווייל ס'איז נישט קיין יושר איבערצוהאקן א לעבהאפטע דיסקוסיע אינדערמיט און לאזן (כ'גלייב אז אסאך) משתתפים הענגען.

צו מיין מזל האב איך פונקט צוטריט, א דאנק מיין גבאי'שאפט פאריגן חודש, אבער ס'האט נישט קיין טעם ווען מ'קען נישט פירן קיין ערנסטע דיסקוסיעס מיטן גאנצן עולם. כיון דאתינן להכי, און דער חודש איז שוין סיי ווי אריבער, קען איך שוין צוריקגעבן די שליסלעך און מיטפילן דעם צער פון חקרן, נהורא נפישא, און קאפקע.
מאנטאג אפריל 20, 2015 11:48 pm#268034
שוין צוטריטלעך, א דאנק.
גראדע לויט ווי איך שרייב אין יענעם קאממענט גלויב איך אז בחורים זאלן אויך האבן צוטריט, והחולק יחלוק.
מאנטאג אפריל 20, 2015 11:50 pm#268035
אני חולק... אבער דאס וועלן מיר שוין לאזן אויף דארטן :)
מאנטאג אפריל 20, 2015 11:50 pm#268036
איך בין מיט ענק. נישט אז מ'זאל ענק אריין לאזן דארט, ס'קומט ענק נישט... און איך וויל מיך פילן וויכטיג. איך פארשטיי נישט פארוואס מען האט פארשפארט דער אשכול. מען האט דאך נישט גערעדט פון ענינים שבין איש לאשתו. ועוד, דער אשכול איז גאר נוגע פאר בחורים וואס האבן דאך נישט קיין צוטריט. מ'דארף מוחה זיין!


.
מאנטאג אפריל 20, 2015 11:52 pm#268038
הוגה האט געשריבן:איך בין מיט ענק. נישט אז מ'זאל ענק אריין לאזן דארט, ס'קומט ענק נישט... און איך וויל מיך פילן וויכטיג.

.

אוי, מיינט דאס אז דער עולם לאכט דארט פון אונז א גוטס? :o :P :oops:
מאנטאג אפריל 20, 2015 11:58 pm#268039
ATUB @הוגה ATUB , די געדאנקען פונעם שמועס קענען זיין וויכטיג פאר בחורים (געוואנדן אין די שטעלונגען וואס מ'נעמט דארט אן), אבער אז מ'נעמט אין באטראכט די רעאליטעט מיט וועלכער זיי לעבן למעשה, דארפן די "נייע" געדאנקען ווערן איינגעפאקט אין אן אנדער פאקונג.
דינסטאג אפריל 21, 2015 12:04 am#268040
איך האב נישט אדורכגעטראכט דער נושא, ממילא וועל איך נישט נעמען א שטעלונג. נאר לעורר, איך האב אויך געלעבט אין דער זעלבע (ראשית חכמה) רעאליטעט. דאך, איינמאל כ'האב איינגעזעהן דער רויער אמת, אן קיין פאקונג, האט עס מיר נאר געהאלפן. איך זעה נישט אז מען זאל דארפן אזוי מורא האבן. דעתי נוטה אז די אלע פחדים קומען נאר צוליב דעם ווייל מען באהאנדלט עס אזוי דעליקעט מיט אנגסט און פחד.
דינסטאג אפריל 21, 2015 12:08 am#268041
גוט, ס'וועט נאר פארפירן צו א פרישן פארצווייגטן שמועס און דער אשכול איז דאך אמאל זיכער נישט דאס פלאץ פארדעם.
דינסטאג אפריל 21, 2015 12:10 am#268042
נהורא נפישא האט געשריבן:שוין צוטריטלעך, א דאנק.
גראדע לויט ווי איך שרייב אין יענעם קאממענט גלויב איך אז בחורים זאלן אויך האבן צוטריט, והחולק יחלוק.

בלויז פאר די וואס האבן שוין געשריבן אין יענע אשכול אדער פאר מיר אויך?

פון וואס רעדט מען דארט? עטץ מאכטס מיר נייגעריג.
דינסטאג אפריל 21, 2015 12:13 am#268044
אפשר זאל מען עפענען אן אשכול איבער דער טעמע פונעם פארשפארטן אשכול, וועלן מיר קענען דיסקוטירן וואס דארט איז געשטאנען און צי ס'האט געדארפט פארשפארט ווערן, ביז דער נייער אשכול וועט אויך אריינפאלן אין מאחורי און האבן דעם זעלבן סוף ווי דער ערשטער...
דינסטאג אפריל 21, 2015 12:14 am#268046
פארוואס האב איך נישט באקומען צוטריט, טראצדעם וואס איך האב געשריבן אין יענעם אשכול?
?
דינסטאג אפריל 21, 2015 12:16 am#268048
שוין, איך גיימיר צו 'קרעטשמע'. דארט איז מען מקיים "מילה בסלע שתיקה בתרי" און "סייג לחכמה שתיקה", נישט די ניי געשטויגענע ווירדן פון די טרייפענע מאחורי וואו רעדן אין די וואלוטע פונעם פארום.


איין שטיקל פראבלעם האב איך נאך אז אין קרעטשמע האלט מען דער 'זייגער' זייער טייער, ווי די פאקט אז די שרייבער דארט פארברענגט א דורכשניט פון א מינוט אהאלב א מאנאט אויפן זייטל, און איך גלייך יא צו פארשווענדן צייט...

:ציין:
דינסטאג אפריל 21, 2015 12:24 am#268051
איך ווידערהאל מיין פראגע:

חקרן האט געשריבן:פארוואס האב איך נישט באקומען צוטריט, טראצדעם וואס איך האב געשריבן אין יענעם אשכול?
?



עס שמעקט מיט ראסיזעם און אנטיסעמיטיזעם ביינעזאם... פארוואס האבן אלע באקומען און איך נישט????...???
דינסטאג אפריל 21, 2015 12:26 am#268053
חקרן האט געשריבן:איך ווידערהאל מיין פראגע:

חקרן האט געשריבן:פארוואס האב איך נישט באקומען צוטריט, טראצדעם וואס איך האב געשריבן אין יענעם אשכול?
?



עס שמעקט מיט ראסיזעם און אנטיסעמיטיזעם ביינעזאם... פארוואס האבן אלע באקומען און איך נישט????...???

נו, וואו איז יוסי געשטעטנער ווען מען דארף אים? איך בין נאך אויך אויסגעשפארט.
דינסטאג אפריל 21, 2015 12:33 am#268058
כ'פארשטיי נישט. נהורה נפישא האט באקומען צוטריט, ווייל ער האט דארט געשריבן. די הנהלה פון קאווע שטיבל מאכט פראטעקציע, בשעת מען לאזט אריין איינעם יא און איינעם נישט?

כ'פארלאנג א הסבר, איך בין ערנסט באליידיגט.
דינסטאג אפריל 21, 2015 12:36 am#268059
כ'האב אריינגעשטעלט דעם פארלאנג אין גבאים-צימער, און כ'האף אז עמיצער דארט וועט זיך מרחם זיין.
דינסטאג אפריל 21, 2015 12:51 am#268066
ביסט דען נאך גבאי?
דינסטאג אפריל 21, 2015 12:56 am#268067
ניין, אבער משום מה בין איך פארבליבן מיט צוטריט צו אפאר הויכע פענסטערלעך, כאטש די פונקציעס זענען מיר אויסגעלאפן. (דערצייל דאס נישט פאר אנדערע, ווייל כ'האב מורא אז מ'וועט מיך סוף כל סוף אויסשליסן פון דארט.)
דינסטאג אפריל 21, 2015 11:58 am#268154
ווי באקומט מען רשות צו אריין גיין מאחורי הפרגוד?.
דינסטאג אפריל 21, 2015 3:57 pm#268232
איני מבין, ענק האבן שוין גענוג תגובות צו זיך געפונען דארט...
דינסטאג אפריל 21, 2015 5:15 pm#268285
berlbalaguleh האט געשריבן:
מענטשאלע האט געשריבן:ווער קען מיר קלוגער מאכן, ווי אזוי באקומט מען רשות צו אריין גיין מאחורי הפרגוד?.
א מענטשאלע

א מענטשאלע: דו ביסט נאך צו יונג. (אין תגובות) ווארט צו ביז דו וועסט א ביסל אונטערוואקסן. מ'מוז האבן געשריבן לכה"פ 50 תגובות צו קענען אריינקומען אין מאחורי...!

ATUB @מענטשאלע ATUB מען האט דיר שוין גענטפערט איינמאל
דינסטאג אפריל 21, 2015 5:39 pm#268293
איך האף עס ארבעט ווי ראלל-אווער מינוטען. אויב איין חודש שרייבט מען אסאך גייט עס אריבער פאר נעקסטן חודש...
דינסטאג אפריל 21, 2015 5:53 pm#268300
איך בין אמאל דארט געווען איך האב נישט געזעהן די גרויסע מציאה דארט, ס'האט מיר נישט געלוינט די קאפוויי פון זיך נאכאמאל איישנשרייבן, איז שוין היינט דא דארט עפעס מער חיות?
דינסטאג אפריל 21, 2015 6:36 pm#268315
Re: פארלירן רשות כניסה צו מאחורי הפרגוד
איך שרייב און איך שרייב, תגובות כדת וכדין, און איך האב נאך אלס נישט קיין אהנונג ווי איז דער מאוחרי. איך דריי מיר דער וועג אונ'ם אנדערען און ער איז נאך באהאלטען.
וואס איז דער פשט?
דינסטאג אפריל 21, 2015 6:45 pm#268318
Re: פארלירן רשות כניסה צו מאחורי הפרגוד
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך שרייב און איך שרייב, תגובות כדת וכדין, און איך האב נאך אלס נישט קיין אהנונג ווי איז דער מאוחרי. איך דריי מיר דער וועג אונ'ם אנדערען און ער איז נאך באהאלטען.
וואס איז דער פשט?

נאר דיין צווייטער ניק ווייסט?
דינסטאג אפריל 21, 2015 7:35 pm#268339
איך בין זיך מצטרף לדברי מחאה היתכן אז אזעלכע שרייבערס וואו קאפקע, חקרן, נהורא, וכדומה האבן נישט קיין ציטריט צו מאחורי??

נאכדעם א וואונדער אז עס שלאפט האלבוועגס.. אסאך גוטע שרייבערס האבן נישט קיין רשות כנסיה.

איך מיין אז יעדע נייע שרייבער נאכדעם וואס ער שרייבט די נויטיגע תגובות זאל אטאמאטיק ווערן אריינגעלאזט אפילו א בעט'ן. אסאך כאפן נישט וועגן מאחורי אדער זענען סתם פויל צו קומען בעטן צו עפענען אבער אויב ווערן זיי געעפענט און ביי אקטיווע אשכולות קומט ארויף די אשכולות וועלן זיי שרייבן כדבעי

וואס האלט דער עולם?