אזוי ווי די זאגסט עזריאל טייערע, נישט איין מעשה אין נישט 30 מעשיות נאר הינדערטע מעשיות קען איך דיר דערציילען אויף דעם יוד (?), איך בין נישט דא איהם אויסציפראקען בפני קהל ועדה, אפשר אין צימעס וואלט געוועהן די פאסיגע פלאץ, איך וועל דיר נאר געבן צוויי נעמען אין מאך דיין ריסערדש אין נאכדעם וועלען מיר שמועסן צי איך האב עס געהערט פון מיין באבע אדער פון טייערע יודן וואס ער האט אויסגעסאקט מיט געמיינהייט אלטס באיצטלא דרבנן. ועל כגון דהא האט סאטמער רבי ז"ל געוויינט אז אזוי וועלען אויסקיקען רעבעס מיט ווייסע זאקען פאר משיח וועט קימען.
1. סעדא א יוד וואס איז געוועהן פון די שענסטע אין גרעסטע בעלי צדקה אין בארא פארק, ר' הערשי פראנק, ער איז געוועהן אן אדרעס פאר יעדע דבר שבקדושה, פורים פלעגט זיין דארט א גרויס אנלויפעניש, פאר ווער סעוויל וויסן מער פינקטלעך, זיין הויז געפינט זיך אויף 17טע עוועניו קארנער 52, דער ליזענסקער אליין פלעגט דארט אפזיצען פורים, דער הערשי פלעגט זיך אזוי געטריי אפגעבן מיט דעם רבין אז איך קען דא אפפירקלען הינדערטע שורות מיט מעשיות ווי דער הערשי איז איהם געשטאנען צי דער האנט, די ליזענסקערס צווייטע חתונה איז אפגעראכטען געווארען ביי דעם הערשי פראנק אין בעיסמענט. זיי מוחל אין קאלל איינע פין הערשיס קינדער אין געב איהם א פרעג, וואס זאגט איר אויף דעם איידעלען יוד דער צדיק פון ליזענסק. איך וועל דיר נאר זאגן בקיצור נמרץ אז ער האט איהם באגאנוועט מיט מיליאנען אין באגראבן לעבערדיגערהייט. די רעשט הער מבני המשפחה.
2. סעדא א יוד וואס האט אמאל געווינט אין סקווירא וואס הייסט ארי אוסטערליץ, דער ארי איז געוועהן ממש זיין רעכטע האנט לאנגע יאהרן, ער האט געפירט די ישיבה אין געסייינט אלע טשעקס פון נועם אלימלך, געוועהן זיין פריזענליכע דרייווער אאז"וו. היינט איז ער חרוב קראנק אין ציבראכן אין צישאסן, קרח מכאן ומכאן (די סקווירא וועלען זאגן אז סכגעוועהן א קפעידא פון רעבין), אבער ווער סעווייסט ווייסט גאנץ גוט אז דער ליזענסקער שטייט אינטער אלע זיינע צרות. ואין כאן המקום להאריך..
דארפסט נאך, פארבינד זיך מיט מיר אין אישי, אין איך וועל דיר געבן צי הערען.